יצחק אייזיק האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:עס נעמט צייט רוקן טרופן. רוסלאנד איז הארט ביים גרעניץ און קען שנעל רוקן. אויב אמעריקע הייבט אן רוקן גלייך קיין אוקריינא, ביי די צייט אמעריקע האט 5000 טויזנט טרופן דארט, האט שוין רוסלאנד 500,000 איבער מזרח אוקריינא.
דעריבער הייבט אמעריקע אן מיט די לענדער ארום ַ
לאמיר אויסרעכנען צוזאמען
https://www.statista.com/statistics/222 ... d-regions/ווילאנג נעמט פאר אמעריקע אנצוקומען קיין אוקריינע אין די ערשטע טעג בשעת רוסלאנד האט 500.000 סאלדאטן אין אוקריינע אבער האבן צו טוהן מיט הארטע אוקריינישע סאלדאטן וואס פייטן גערילע סטייל קאמפן אינטערגעשטיצט מיט סאלדאטן פון אנדערע לענדער
אבער למעשה קען אמעריקע גופא נישט זיין פולקאם אין אוקריינא ביז נאך וואס די רוסן קאמפן שוין דארט העפטיגע מיט א פול קאאקדינירטע אינוואזיע.
אלזא, אויב אמעריקע הייבט עמטליך אן מאביליזירן איר מיליטער קיין אוקריינא איז עס א קלאר דערקלערונג פון קריג אנטקעגן רוסלאנד. רוסלאנד וועט זיך נישט איינהאלטן.
לאמיר נישט פארגעסן, רוסלאנד האט די מעגליכקייט צו שיסן מיסילס אויף אמעריקע, רוסלאנד האט די מעגליכקייט אראפצושיסן אמעריקאנע עראפלאנען, רוסלאנד קען העפטיגע באמבאדירן גאנץ אוקריינא, רוסלאנד האט שיפן און סובמארינען אינעם שווארצן ים מיט וואס זיי קענען בלאקירן אמעריקע לאנדן דורכ'ן וואסער (די בעסטע מעטאד).
רעבעלן? מזרח אוקריינא איז באדעקט מיט אכזריות'דיגע רעבעלן וואס קענען, מיט'ן רוסישן מיליטער, צעדרוקן סיי וועלכע ווידערשטאנד.
אזוי צי אזוי, וועט דאס זיין א דירעקטע קריג מיט רוסלאנד. רוסלאנד'ס מיליטער אנטקעגן די אמעריקאנע מיליטער, א זאך וואס האט קיינמאל אין היסטאריע פאסירט, זעמיר גרייט? די באפעלקערונג, זעמיר גרייט?
איך האלט אז אויב אמעריקע איז מיט ביידע פיס אין אוקריינא, וועט כינע גלייך אטאקירן טייוואן.
וועלקאם טו וועלט מלחמה ווערסיע 3 השם ירחם
אמעריקע האט שוין געשלאגן דירעקט מיט רוסלאנד אזויפיל מאל. אפגאניסטאן, וויעטנאם, און צום לעצט סיריע... ס'הייסט נישט קיין דירעקטע קריג ווייל ס'איז נישט אין קיינעמס טעריטאריע. פון דארט ביז שיקן מיסילס אויף אמעריקע איז גאר גאר א ווייטע מהלך. בפרט אז רוסלאנד ווייסט אז וואס אמעריקע טוט איז לעגאל און רוסלאנד דארף זיך דא פארענטפערן.
לערנט אביסל היסטאריע, ס'וועט אייך היבש בארואיגן.
לגבי גורילא סטייל מלחמה. מזרח אוקריינע קען רוסלאנד טאקע גאנץ שנעל באזיגן. אבער אמעריקע קען גאר שווער שעדיגן דעם רוסישן מיליטער וואס וועט קאנווינסן רוסלאנד ארויסצוגיין פון דארט וואס שנעלער. אמעריקע קען באשליסן צו בלייבן דארט און שיקן אוקריינער פייטן ווילאנג זיי ווילן. דאס וועט זיך שוין נישט לוינען פאר פוטין.
אפגאניסטאן: רוסלאנד האט פולקאם אינוואדירט מיט איבער 150,000 סאלדאטן. אמעריקע האט געהאט קיין קרעפטן חוץ סי איי עי אגענטן און מיליטערישע טרענירער וואס האבן צוגעשטעלט וואפן פאר די מודזשהאדין מיליציע. קיין אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך דירעקט געקריגט מיט די רוסישע קרעפטן.
וויעטנאם: אמעריקע האט געהאט איבער 500,000 קרעפטן אין דרום וויעטנאם, טיילאנד, לאאס, און קאמבאדיע (וואס איז נישט געווען לעגאל ווייל לאאס און קאמבאדיע האבן קיינמאל אטאקירט אדער מסכים צו אמעריקאנע קרעפטן, אבער אמעריקע האט אפגעווישט האלב פון זייערע לענדער).
רוסלאנד האט געהאט קיין איינציגע סאלדאט אין וויעטנאם, אפילו געווער איז נישט קלאר צי זיי האבן זיי געגעבן. עס ווערט נאכמער קאמפליצירט, וויעטנאם איז דאן געווען צוטיילט אין צוויי באזונדערע לענדער, צפון און דרום וויעטנאם.
צפון וויעטנאם איז געווארן קאמוניסטיש, און דרום וויעטנאם איז געפירט געווארן דורך אן א.ג. 'פרעזידענט' (מער דיקטאטור). אמעריקע געשיקט טרופן צו דרום וויעטנאם ווייל רעבעלן האבן געוואלט אויפשטעלן א קאמוניסטישע רעגירונג.
צפון וויעטנאם האט געשטיצט די וויעט קאנג רעבעלן און מיט זיי האט זיך אמעריקע געשלאגן.
סיריע?! דארט איז סתם א שלאכט הויז יעדער קריגט זיך דארט. פראנקרייך, מדינת ישראל, איראן, איראק, רוסלאנד און אמעריקע אויך, אבער ווידער נישט דירעקט.
קיינמאל אין היסטאריע האבן אמעריקאנע קרעפטן זיך דירעקט געשלאגן מיט רוסישע קרעפטן, און ס'דא א סיבה פארוואס.
מיר האבן אויבן געשמועסט וועגן א פאל אין וואס רוסלאנד און אמעריקע וועלן זיך דירעקט שלאגן.
----
ר' יצחק, דיינע מיינונגען זענען גאר באגריסנד, אבער די 'עצה טובה' זיך צו לערנען היסטאריע פאר רואיגקייט, פעלט נישט אויס.