@אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אידישליך האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:זיי רופן אין געריכט 12 רעפובליקאנער עלעקטארס וועלכע האבן אריינגעשיקט שטימען פאר טראמפ, טראץ דעם וואס די סטעיט איז געגאנגען פאר ביידען.

דא איז די דאקומענט מיט די פאלשע שטימען:

IMG_20220519_161803_724.jpg

IMG_20220519_162451_491.jpg

IMG_20220519_161806_674.jpg

אבער לויט @הכי זענען זיי אפילו נישט געווען קיין עלקטערס

פאקטיש זענען זיי טאקע נישט געווען.

אבער, יעדע פארטיי קלויבט אויס אין יעדע סטעיט א רייע פאטענציאלע עלעקטארס בעפאר די וואלן, און וועלכע קאנדידאט ס'געווינט, אין אונזער פאל דזשאו ביידען, ווערן די פאטענציאלע עלעקטארס וואס די דעמאקראטישע פארטיי האט אנגעגרייט, די עלעקטארס פון יענע סטעיט, און זיי געבן אפ זייער עלעקטארל שטימע.

דא זענען געגאנגען די רעפובליקאנע עלעקטארס, וואס טראץ וואס זיי האבן נישט געווינען די סטעיט, דאס הייסט זיי האבן נישט געהאט קיין רעכט אפצוגעבן אן עלעקטארל שטימע, זענען זיי געגאנגען און עס יא אריינגעשיקט צום פרעזידענט פונעם סענאט וועלכע פירט אן די ציילונג.

דאס האט זיך אפגעשפילט אין 7 שטאטן אין 2020, אין אריזאנע, דזשארדזשיע, מישיגען, ניו מעקסיקא, נאוואדע, פענסעלוועניע און וויסקאנסין.

יעצט זענען דעמאקראטישע גרופעס, צוזאמען מיט 2 דעמאקראטישע עלעקטארס, וועלכע זענען באמת געווען די עלעקטארס פון וויסקאנסין אין 2020, געגאנגען און אנגעקלאגט די רעפובליקאנע עלעקטארס, וועלכע האבן נישט געהאט קיין רעכט אפצוגעבן א שטימע, ווייל זיי האבן למעשה נישט געוואונען דעם שטאט.

שטימט?

א גרויסן שכ'ח פאר'ן אויסקלארן. זעט אויס איך האב טאקע נישט ארויס געהאט די גאנצע מעשה.

האמיר דא א געניטע רעפארטירער הנקרא בניק אידישליך וואס האט אראפגעמאלן די גאנצע בילד, מיט אלע פראגעס פארענטפערט, און אלעס איז געפאלן אין פלאץ.

די אלגעמיינע מידיא קען זיך פאר אים פארשטעקן.

שכ'ח בכלליות פאר דיין אנגייענדע רעפארטאזש. עס איז קוואל פון הויכע ניווא נייעס פאר די גאנצע היימישע אידנטום!

זאל אייך דער אייבערשטער בענטשן מיט אלעס וואס דיין הארץ באגערט.
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

היכי תמצא האט געשריבן:א גרויסן שכ'ח פאר'ן אויסקלארן. זעט אויס איך האב טאקע נישט ארויס געהאט די גאנצע מעשה.

האמיר דא א געניטע רעפארטירער הנקרא בניק אידישליך וואס האט אראפגעמאלן די גאנצע בילד, מיט אלע פראגעס פארענטפערט, און אלעס איז געפאלן אין פלאץ.

די אלגעמיינע מידיא קען זיך פאר אים פארשטעקן.

שכ'ח בכלליות פאר דיין אנגייענדע רעפארטאזש. עס איז קוואל פון הויכע ניווא נייעס פאר די גאנצע היימישע אידנטום!

זאל אייך דער אייבערשטער בענטשן מיט אלעס וואס דיין הארץ באגערט.

;l;p- ;l;p- אמן! א הערצליכן דאנק הרב היכי!!
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: אידישליך באדאנקען אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

גיימיר דא איינמאל פאר אלעמאל זאגן א ריזיגע שכויעח פאר דעם אידישלעכן ניק וואס באהאלט אינטער זיך א אידישליך הארץ אין האט הנאה צי טין טובות פאר אנדערע אידען אויף זיין וועג

[align=center][font=David]יישר כח אידישליך
יישר כח אידישליך
יישר כח אידישליך
[/font]
[/align]
הק, טעוועליך
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך באדאנקען אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

טעוועליך האט געשריבן:גיימיר דא איינמאל פאר אלעמאל זאגן א ריזיגע שכויעח פאר דעם אידישלעכן ניק וואס באהאלט אינטער זיך א אידישליך הארץ אין האט הנאה צי טין טובות פאר אנדערע אידען אויף זיין וועג

[align=center][font=David]א הערצליכן דאנק הרב טעוועליך![/font][/align]
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך באדאנקען אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טעוועליך האט געשריבן:גיימיר דא איינמאל פאר אלעמאל זאגן א ריזיגע שכויעח פאר דעם אידישלעכן ניק וואס באהאלט אינטער זיך א אידישליך הארץ אין האט הנאה צי טין טובות פאר אנדערע אידען אויף זיין וועג

[align=center][font=David]יישר כח אידישליך
יישר כח אידישליך
יישר כח אידישליך
[/font]
[/align]
הק, טעוועליך

איינמאל פאר אלעמאל??

מינימום איינמאל א וואך...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: אידישליך באדאנקען אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
טעוועליך האט געשריבן:גיימיר דא איינמאל פאר אלעמאל זאגן א ריזיגע שכויעח פאר דעם אידישלעכן ניק וואס באהאלט אינטער זיך א אידישליך הארץ אין האט הנאה צי טין טובות פאר אנדערע אידען אויף זיין וועג

[align=center][font=David]יישר כח אידישליך
יישר כח אידישליך
יישר כח אידישליך
[/font]
[/align]
הק, טעוועליך

איינמאל פאר אלעמאל??

מינימום איינמאל א וואך...

מיט אן עקספערט וועל איך מיר נישט קריגן איבערהויפט ווען מען ניצט טערמינען וואס א נארמאלע מענטש פארשטייט
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

איבער די 18 יאר תפיסה פאר גרעי מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Annotation 2022-05-22 183229.jpg
Annotation 2022-05-22 183229.jpg (35.36 KiB) געזען 1596 מאל

עס איז זייער א שרעקעדיגע פענאמענען ווייל זייער אסאך מענטשן מיינען דאס איז א לייכטע קלייניקייט.
זיי האבן לעגאל געקויפט און באצאלט פאר די סחורה - און טייל אפילו מקיים פסק געווען און ארויס געשיקט, נאר ווייל דו האסט זיך אויסגענומען מיט א קאמפעני (נישט מיט גאווערמענט) אז דו גייסט פארקויפן אין אויסלאנד (כדי צו אנהאלטן די מארקעט טייער די אמעריקאנער בהמות זאלן צאלן ווייטער טאפ פרייז) נישט דאהי
און צום סוף האבן זיי געמאכט די גרעי מארקעט חכמה און פארקויט דאהי גייען זיי זיצן 18 יאר.
ווען נישט זיי וואלט דאך די בעיבי פארמולא מאנגל געווען סאך שטערקער? דאס איז לא מעלה ולא מוריד
מ'דארף זייער אבאכט געבן וואס מ'טוט
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: איבער די 18 יאר תפיסה פאר גרעי מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נייע שטאט האט געשריבן:

ס'נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ. ס'נישטא וואס אבאכט צו געבן. די חברה האבן געדארפט אזויפיל פעלטשן און דריידלען מיט פאלשע טראנזאקציעס, פאלשע דאקומענטן, פאלשע שיפמענטס, פאלשע קאנטרעקטס, ועוד. איינער וואס פעלטשט אזויפיל ווייסט אז ער באגייט ערנסטע פארברעכן און קיינער גייט דאס טאן חוץ אויב מ'וויל זיצן. מ'פאלט נישט אזוי בטעות אריין דערין אז מ'דארף אבאכט געבן דאס נישט צו טון.

18 יאר טורמע איז טאקע שטוינענד און אומריכטיג אין מיינע אויגן, ספעציעל ווען מערדער און ברוטאלע קרימינאלן פון די ערגסטע סארט באקומען 5-10 יאר.

אבער זיי זענען נישט פאראורטיילט געווארן פשוט צוליב פארקויפן אין אן אנדערע לאנד ווי זיי האבן געזאגט פאר'ן פארקויפער, פאר דעם האבן זיי באצאלט אנטשעדיגונגס געלט.

זיי זענען בעיקר פאראורטיילט געווארן פאר פעלטשן, שווינדלער, און דריידלען מיט עטליכע סארט אויטאריטעטן.

זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי קאנטראקטארס פון די סורינאמע (לאנד אין זיד אמעריקא) רעגירונג מיט געפעלטשטע פאפירן. צוליב דעם האבן זיי באקומען די פארמולע פאר אן אפנארמאל ביליגע פרייז וויבאלד סורינאם איז אן ארימע לאנד און וויבאלד צווישן רעגירונגען קען מען מאכן פארשידענע אפמאכן.

פונקט ווי די אמעריקאנע רעגירונג טוט יעצט! מ'שאפט פארמולע פון אייראפע כדי צו לייזן די פראבלעם דאהי. שטעל דיך פאר אז אייראפעישע חברה שטעלן זיך פאר אלס קאנטראקטאר פאר די אמעריקאנער רעגירונג און קויפן סחורה אין אייראפע מיט'ן תנאי אז דאס קומט אן קיין אמעריקע, אבער דערנאך פארקויפן זיי עס אין אייראפע און ס'קומט קיינמאל דא נישט אן.

וואלט עס דיר דען נישט געבאדערט?!

אויכעט, אויב ביסטו א קאנקורענט וואס קויפט אויך ביי די פירמע, וואלט דיר נישט געבאדערט אז יענער באקומט עס פאר שפאט ביליג צוליב פאלטשע פאפירן?!

אויב ביסטו דער פארקויפער, וואלט דיר נישט געבאדערט אז מ'האט דיר פארקויפט א 100 מיליאן דאלארדיגע ברוקלין בריק?!

האבן די קונים אין די געשעפטן פארדינט דערפון? ניין. זיי האבן געצאלט די זעלבע פרייז. די דריי שווינדלער האבן געפאקט דאס געלט אין טאש דורך אויסשפילן און פאראורזאכן אומיושר אין צוויי לענדער ביי עטליכע אינסטאנצן.

ווי אזוי וואלט יעצט געווען מער בעיבי פארמולע ווען מ'לאזט ווען די חברה פארקויפן דאהי?

אין נארמאלע צייטן איז 98% פון די פארמולע פארקויפט אין אמעריקע, געמאכט אין אמעריקע! אימפארטירן פארמולע איז מורא'דיג שווער צוליב רעגולאציעס. ס'קלאר דא גענוג און נאך אז מ'זאל קענען עקספארטירן.

מיר ווייסן אלע די אמת'ע פראבלעם אין די מאנגל. פשוט ווייל איין ריזן פראדוקציע פלענט, וואס פראדוצירט 25% פון אמעריקאנע פארמולע איז געווארן קאנטעמינעיטעד. זיי זענען שוין פארשפארט זינט פעברואר, דעריבער קענען זיי נישט פראדוצירן, און זיי וועלן ווייטער נישט קענען פראדוצירן ביז זיי קומען נאך נייע זיכערהייט סטאנדארטן וואס זיי זאגן וועט זיין אין אפאר וואכן (גיי ווייס..). אויך האבן זיי געמוזט צוריקרופן (recall) און אראפנעמען מיליאנע קענס פון די שעלווס.

נאך א זאך, למעשה האבן דיסטריביוטערס נאך 80% פון די נארמאלע סופליי, אבער וויבאלד מענטשן לויפן און קויפן אין פאניק שפילט זיך איבער א פרשה ווי די אשר יצר פאפיר מיט צוויי יאר צוריק.

די מאנגל האט גארנישט מיט אינפלאציע, עקאנאמיע, פאליטיק, אדער סיי וועלכע בייזע רוחות מ'פרובירט צו פארקויפן.

צוריק צו די קרימינאלן. זיי האבן געפעלטשט געלט טראנזאקציעס, זיי האבן געשיקט דאממי (dummy) קאנטעינערס צו סורינאם, מער פאלשע דאקומענטן, און אזוי מער פאלשע טראנזאקציעס, קאנטראקטן, רעסיטס, פארט דאקומענטן. פאלש, פאלש, פאלש, און פאר דעם זענען זיי אנגעקלאגט געווארן.
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום זונטאג מאי 22, 2022 8:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p- @הכי

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: איבער די 18 יאר תפיסה פאר גרעי מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

היכי תמצא האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

ווי קימט אריין טראמפ אין די פיקטשער?
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אזוי זאג איך האט געשריבן:ווי קימט אריין טראמפ אין די פיקטשער?

פארוואס טראמפ האט עס לעצטענס געטוויט.. עהעם.. געטרוט?

סתם עס אויסצוניצן צו קוועטשן ביידען אויף אינפלאציע. ס'האט גארנישט מיט אינפלאציע. פאליטיק 101, ביידען אין זיין פלאץ וואלט געטאן דאס זעלבע.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: איבער די 18 יאר תפיסה פאר גרעי מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

היכי תמצא האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
Annotation 2022-05-22 183229.jpg

עס איז זייער א שרעקעדיגע פענאמענען ווייל זייער אסאך מענטשן מיינען דאס איז א לייכטע קלייניקייט.
זיי האבן לעגאל געקויפט און באצאלט פאר די סחורה - און טייל אפילו מקיים פסק געווען און ארויס געשיקט, נאר ווייל דו האסט זיך אויסגענומען מיט א קאמפעני (נישט מיט גאווערמענט) אז דו גייסט פארקויפן אין אויסלאנד (כדי צו אנהאלטן די מארקעט טייער די אמעריקאנער בהמות זאלן צאלן ווייטער טאפ פרייז) נישט דאהי
און צום סוף האבן זיי געמאכט די גרעי מארקעט חכמה און פארקויט דאהי גייען זיי זיצן 18 יאר.
ווען נישט זיי וואלט דאך די בעיבי פארמולא מאנגל געווען סאך שטערקער? דאס איז לא מעלה ולא מוריד
מ'דארף זייער אבאכט געבן וואס מ'טוט

ס'נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ. ס'נישטא וואס אבאכט צו געבן. די חברה האבן געדארפט אזויפיל פעלטשן און דריידלען מיט פאלשע טראנזאקציעס, פאלשע דאקומענטן, פאלשע שיפמענטס, פאלשע קאנטרעקטס, ועוד. איינער וואס פעלטשט אזויפיל ווייסט אז ער באגייט ערנסטע פארברעכן און קיינער גייט דאס טאן חוץ אויב מ'וויל זיצן. מ'פאלט נישט אזוי בטעות אריין דערין אז מ'דארף אבאכט געבן דאס נישט צו טון.

18 יאר טורמע איז טאקע שטוינענד און אומריכטיג אין מיינע אויגן, ספעציעל ווען מערדער און ברוטאלע קרימינאלן פון די ערגסטע סארט באקומען 5-10 יאר.

אבער זיי זענען נישט פאראורטיילט געווארן פשוט צוליב פארקויפן אין אן אנדערע לאנד ווי זיי האבן געזאגט פאר'ן פארקויפער, פאר דעם האבן זיי באצאלט אנטשעדיגונגס געלט.

זיי זענען בעיקר פאראורטיילט געווארן פאר פעלטשן, שווינדלער, און דריידלען מיט עטליכע סארט אויטאריטעטן.

זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי קאנטראקטארס פון די סורינאמע (לאנד אין זיד אמעריקא) רעגירונג מיט געפעלטשטע פאפירן. צוליב דעם האבן זיי באקומען די פארמולע פאר אן אפנארמאל ביליגע פרייז וויבאלד סורינאם איז אן ארימע לאנד און וויבאלד צווישן רעגירונגען קען מען מאכן פארשידענע אפמאכן.

פונקט ווי די אמעריקאנע רעגירונג טוט יעצט! מ'שאפט פארמולע פון אייראפע כדי צו לייזן די פראבלעם דאהי. שטעל דיך פאר אז אייראפעישע חברה שטעלן זיך פאר אלס קאנטראקטאר פאר די אמעריקאנער רעגירונג און קויפן סחורה אין אייראפע מיט'ן תנאי אז דאס קומט אן קיין אמעריקע, אבער דערנאך פארקויפן זיי עס אין אייראפע און ס'קומט קיינמאל דא נישט אן.

וואלט עס דיר דען נישט געבאדערט?!

אויכעט, אויב ביסטו א קאנקורענט וואס קויפט אויך ביי די פירמע, וואלט דיר נישט געבאדערט אז יענער באקומט עס פאר שפאט ביליג צוליב פאלטשע פאפירן?!

אויב ביסטו דער פארקויפער, וואלט דיר נישט געבאדערט אז מ'האט דיר פארקויפט א 100 מיליאן דאלארדיגע ברוקלין בריק?!

האבן די קונים אין די געשעפטן פארדינט דערפון? ניין. זיי האבן געצאלט די זעלבע פרייז. די דריי שווינדלער האבן געפאקט דאס געלט אין טאש דורך אויסשפילן און פאראורזאכן אומיושר אין צוויי לענדער ביי עטליכע אינסטאנצן.

ווי אזוי וואלט יעצט געווען מער בעיבי פארמולע ווען מ'לאזט ווען די חברה פארקויפן דאהי?

אין נארמאלע צייטן איז 98% פון די פארמולע פארקויפט אין אמעריקע, געמאכט אין אמעריקע! אימפארטירן פארמולע איז מורא'דיג שווער צוליב רעגולאציעס. ס'קלאר דא גענוג און נאך אז מ'זאל קענען עקספארטירן.

מיר ווייסן אלע די אמת'ע פראבלעם אין די מאנגל. פשוט ווייל איין ריזן פראדוקציע פלענט, וואס פראדוצירט 25% פון אמעריקאנע פארמולע איז געווארן קאנטעמינעיטעד. זיי זענען שוין פארשפארט זינט פעברואר, דעריבער קענען זיי נישט פראדוצירן, און זיי וועלן ווייטער נישט קענען פראדוצירן ביז זיי קומען נאך נייע זיכערהייט סטאנדארטן וואס זיי זאגן וועט זיין אין אפאר וואכן (גיי ווייס..). אויך האבן זיי געמוזט צוריקרופן (recall) און אראפנעמען מיליאנע קענס פון די שעלווס.

נאך א זאך, למעשה האבן דיסטריביוטערס נאך 80% פון די נארמאלע סופליי, אבער וויבאלד מענטשן לויפן און קויפן אין פאניק שפילט זיך איבער א פרשה ווי די אשר יצר פאפיר מיט צוויי יאר צוריק.

די מאנגל האט גארנישט מיט אינפלאציע, עקאנאמיע, פאליטיק, אדער סיי וועלכע בייזע רוחות מ'פרובירט צו פארקויפן.

צוריק צו די קרימינאלן. זיי האבן געפעלטשט געלט טראנזאקציעס, זיי האבן געשיקט דאממי (dummy) קאנטעינערס צו סורינאם, מער פאלשע דאקומענטן, און אזוי מער פאלשע טראנזאקציעס, קאנטראקטן, רעסיטס, פארט דאקומענטן. פאלש, פאלש, פאלש, און פאר דעם זענען זיי אנגעקלאגט געווארן.

איך האב מיך בעיקר באצויגן צום יסוד וואס די פראסעקיוטער זאגט אין זיין "סטעיטמענט" וואס איך האב דא אריין געקאפיעט. און דאס איז א זאך וואס דארף ברענגען אויפמערקזאמקייט פאר יעדן וואס קען אמאל אריין פאלן אין אדער ארום א גרעי מארקעט פראדוקט. איך האב געלאזט די טיפע אנאליזירונג פאר אייך אויף וואס מ'קען זיך מפלפל זיין אזוי ווי אויף אלעם.
דאס מישן די נושא מיט די מאנגל האב איך געשריבן מער טעארעטיש מיינענדיג צו זאגן אז די חברה האבן "נישט" אוועק גענומען פון אמעריקע וואס מיר זעען למעשה אז אמאל זענען מיר אויף די זייט פון די מקבלים. נאר האבן גאר מער געברענגט צום אמעריקאנע מארקעט, פון וואס דער המון עם פארדינט זיכער בדרך כלל לויט דעם יסוד אין ביזנעס פון סופליי און דימענד
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

קעפל: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:דער ערשטער רוסישער סאלדאט וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן אויף קריגס פארברעכן, האט זיך דערקלערט שולדיג אין ערמארדן א ציווילער אומבאוואפענטער 62 יעריגער מאן.

ער קען אויסשטיין לעבנסלענגליכע טורמע.

דער 21 יעריגער רוסישער סאלדאט איז געפונען געווארן שולדיג, און איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

די קרעמלין האט געזאגט אז זיי זענען באזארגט, און זיי קוקן אריין אין אפציעס צו פארטיידיגן דעם סאלדאט.

ווי זיצט מען? אין וועלכע לאנד?
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

אזוי זאג איך האט געשריבן:קעפל: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:דער ערשטער רוסישער סאלדאט וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן אויף קריגס פארברעכן, האט זיך דערקלערט שולדיג אין ערמארדן א ציווילער אומבאוואפענטער 62 יעריגער מאן.

ער קען אויסשטיין לעבנסלענגליכע טורמע.

דער 21 יעריגער רוסישער סאלדאט איז געפונען געווארן שולדיג, און איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

די קרעמלין האט געזאגט אז זיי זענען באזארגט, און זיי קוקן אריין אין אפציעס צו פארטיידיגן דעם סאלדאט.

ווי זיצט מען? אין וועלכע לאנד?

אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: איבער די 18 יאר תפיסה פאר גרעי מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נייע שטאט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
Annotation 2022-05-22 183229.jpg

עס איז זייער א שרעקעדיגע פענאמענען ווייל זייער אסאך מענטשן מיינען דאס איז א לייכטע קלייניקייט.
זיי האבן לעגאל געקויפט און באצאלט פאר די סחורה - און טייל אפילו מקיים פסק געווען און ארויס געשיקט, נאר ווייל דו האסט זיך אויסגענומען מיט א קאמפעני (נישט מיט גאווערמענט) אז דו גייסט פארקויפן אין אויסלאנד (כדי צו אנהאלטן די מארקעט טייער די אמעריקאנער בהמות זאלן צאלן ווייטער טאפ פרייז) נישט דאהי
און צום סוף האבן זיי געמאכט די גרעי מארקעט חכמה און פארקויט דאהי גייען זיי זיצן 18 יאר.
ווען נישט זיי וואלט דאך די בעיבי פארמולא מאנגל געווען סאך שטערקער? דאס איז לא מעלה ולא מוריד
מ'דארף זייער אבאכט געבן וואס מ'טוט

ס'נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ. ס'נישטא וואס אבאכט צו געבן. די חברה האבן געדארפט אזויפיל פעלטשן און דריידלען מיט פאלשע טראנזאקציעס, פאלשע דאקומענטן, פאלשע שיפמענטס, פאלשע קאנטרעקטס, ועוד. איינער וואס פעלטשט אזויפיל ווייסט אז ער באגייט ערנסטע פארברעכן און קיינער גייט דאס טאן חוץ אויב מ'וויל זיצן. מ'פאלט נישט אזוי בטעות אריין דערין אז מ'דארף אבאכט געבן דאס נישט צו טון.

18 יאר טורמע איז טאקע שטוינענד און אומריכטיג אין מיינע אויגן, ספעציעל ווען מערדער און ברוטאלע קרימינאלן פון די ערגסטע סארט באקומען 5-10 יאר.

אבער זיי זענען נישט פאראורטיילט געווארן פשוט צוליב פארקויפן אין אן אנדערע לאנד ווי זיי האבן געזאגט פאר'ן פארקויפער, פאר דעם האבן זיי באצאלט אנטשעדיגונגס געלט.

זיי זענען בעיקר פאראורטיילט געווארן פאר פעלטשן, שווינדלער, און דריידלען מיט עטליכע סארט אויטאריטעטן.

זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי קאנטראקטארס פון די סורינאמע (לאנד אין זיד אמעריקא) רעגירונג מיט געפעלטשטע פאפירן. צוליב דעם האבן זיי באקומען די פארמולע פאר אן אפנארמאל ביליגע פרייז וויבאלד סורינאם איז אן ארימע לאנד און וויבאלד צווישן רעגירונגען קען מען מאכן פארשידענע אפמאכן.

פונקט ווי די אמעריקאנע רעגירונג טוט יעצט! מ'שאפט פארמולע פון אייראפע כדי צו לייזן די פראבלעם דאהי. שטעל דיך פאר אז אייראפעישע חברה שטעלן זיך פאר אלס קאנטראקטאר פאר די אמעריקאנער רעגירונג און קויפן סחורה אין אייראפע מיט'ן תנאי אז דאס קומט אן קיין אמעריקע, אבער דערנאך פארקויפן זיי עס אין אייראפע און ס'קומט קיינמאל דא נישט אן.

וואלט עס דיר דען נישט געבאדערט?!

אויכעט, אויב ביסטו א קאנקורענט וואס קויפט אויך ביי די פירמע, וואלט דיר נישט געבאדערט אז יענער באקומט עס פאר שפאט ביליג צוליב פאלטשע פאפירן?!

אויב ביסטו דער פארקויפער, וואלט דיר נישט געבאדערט אז מ'האט דיר פארקויפט א 100 מיליאן דאלארדיגע ברוקלין בריק?!

האבן די קונים אין די געשעפטן פארדינט דערפון? ניין. זיי האבן געצאלט די זעלבע פרייז. די דריי שווינדלער האבן געפאקט דאס געלט אין טאש דורך אויסשפילן און פאראורזאכן אומיושר אין צוויי לענדער ביי עטליכע אינסטאנצן.

ווי אזוי וואלט יעצט געווען מער בעיבי פארמולע ווען מ'לאזט ווען די חברה פארקויפן דאהי?

אין נארמאלע צייטן איז 98% פון די פארמולע פארקויפט אין אמעריקע, געמאכט אין אמעריקע! אימפארטירן פארמולע איז מורא'דיג שווער צוליב רעגולאציעס. ס'קלאר דא גענוג און נאך אז מ'זאל קענען עקספארטירן.

מיר ווייסן אלע די אמת'ע פראבלעם אין די מאנגל. פשוט ווייל איין ריזן פראדוקציע פלענט, וואס פראדוצירט 25% פון אמעריקאנע פארמולע איז געווארן קאנטעמינעיטעד. זיי זענען שוין פארשפארט זינט פעברואר, דעריבער קענען זיי נישט פראדוצירן, און זיי וועלן ווייטער נישט קענען פראדוצירן ביז זיי קומען נאך נייע זיכערהייט סטאנדארטן וואס זיי זאגן וועט זיין אין אפאר וואכן (גיי ווייס..). אויך האבן זיי געמוזט צוריקרופן (recall) און אראפנעמען מיליאנע קענס פון די שעלווס.

נאך א זאך, למעשה האבן דיסטריביוטערס נאך 80% פון די נארמאלע סופליי, אבער וויבאלד מענטשן לויפן און קויפן אין פאניק שפילט זיך איבער א פרשה ווי די אשר יצר פאפיר מיט צוויי יאר צוריק.

די מאנגל האט גארנישט מיט אינפלאציע, עקאנאמיע, פאליטיק, אדער סיי וועלכע בייזע רוחות מ'פרובירט צו פארקויפן.

צוריק צו די קרימינאלן. זיי האבן געפעלטשט געלט טראנזאקציעס, זיי האבן געשיקט דאממי (dummy) קאנטעינערס צו סורינאם, מער פאלשע דאקומענטן, און אזוי מער פאלשע טראנזאקציעס, קאנטראקטן, רעסיטס, פארט דאקומענטן. פאלש, פאלש, פאלש, און פאר דעם זענען זיי אנגעקלאגט געווארן.

איך האב מיך בעיקר באצויגן צום יסוד וואס די פראסעקיוטער זאגט אין זיין "סטעיטמענט" וואס איך האב דא אריין געקאפיעט. און דאס איז א זאך וואס דארף ברענגען אויפמערקזאמקייט פאר יעדן וואס קען אמאל אריין פאלן אין אדער ארום א גרעי מארקעט פראדוקט. איך האב געלאזט די טיפע אנאליזירונג פאר אייך אויף וואס מ'קען זיך מפלפל זיין אזוי ווי אויף אלעם.
דאס מישן די נושא מיט די מאנגל האב איך געשריבן מער טעארעטיש מיינענדיג צו זאגן אז די חברה האבן "נישט" אוועק גענומען פון אמעריקע וואס מיר זעען למעשה אז אמאל זענען מיר אויף די זייט פון די מקבלים. נאר האבן גאר מער געברענגט צום אמעריקאנע מארקעט, פון וואס דער המון עם פארדינט זיכער בדרך כלל לויט דעם יסוד אין ביזנעס פון סופליי און דימענד

שקויעך היכי, גאר שיין צולייגט.

געציילטע פראגעס.

וויאזוי האט מען זיי געכאפט?
ווער איז געווען די תובע. די מוכר אדער די רעגירונג?
האבן זיי געדארפט אויך דעדארפא באצאלן פארן מוכר און/אדער רעגירונג?

אגב, שקויעך @אידישליך פאר'ן זיך שמוציג מאכן אן מיי ביהעלף...

דו מאכסט אן אויסגעצייכנטע דזשאב.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך האט געשריבן:א רוסישער דיפלאמאט צו די UN האט רעזיגנירט אין ליכט פון די אינוואזיע אויף אוקריינע, שרייבענדיג אז ער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי פארשעמט מיט זיין לאנד.

אוואו געפונט ער זיך איצט?

ער לעבט נאך?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך האט געשריבן:דער הויפט פון די אוקריינישע מיליטערישע שפיאנאזש זאגט אז פוטין האט איבערגעלעבט אן אומגעלונגענע אטענטאט, וועלכע איז אנגעבליך פארגעקומען ארום 2 מאנאטן צוריק אין די קאווקאזן.

וואו אין די קאווקאזן איז פוטין געווען? אין וועלכע לאנד? עני אנדערע פרטים?
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:דער הויפט פון די אוקריינישע מיליטערישע שפיאנאזש זאגט אז פוטין האט איבערגעלעבט אן אומגעלונגענע אטענטאט, וועלכע איז אנגעבליך פארגעקומען ארום 2 מאנאטן צוריק אין די קאווקאזן.

וואו אין די קאווקאזן איז פוטין געווען? אין וועלכע לאנד? עני אנדערע פרטים?

ניו יארק פאוסט ארטיקל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:דער הויפט פון די אוקריינישע מיליטערישע שפיאנאזש זאגט אז פוטין האט איבערגעלעבט אן אומגעלונגענע אטענטאט, וועלכע איז אנגעבליך פארגעקומען ארום 2 מאנאטן צוריק אין די קאווקאזן.

וואו אין די קאווקאזן איז פוטין געווען? אין וועלכע לאנד? עני אנדערע פרטים?

ניו יארק פאוסט ארטיקל

קום איך אן צו גדר....
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

שכח @אידישלעך פאר אייער געטרייע פראפעסינאלע ארבעט זאלסט זיין געבענטשט מיט אלעם גוטס.

"קיפ איט אפ"
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:וואו אין די קאווקאזן איז פוטין געווען? אין וועלכע לאנד? עני אנדערע פרטים?

ניו יארק פאוסט ארטיקל

קום איך אן צו גדר....

NEWS
Putin survived assassination attempt two months ago: Ukraine military official
By Joshua Rhett Miller

May 23, 2022 | 10:53am

Russian President Vladimir Putin survived an assassination attempt two months ago, a top Ukrainian military official said Monday.

Maj. Gen. Kyrylo Budanov, chief of the Defense Intelligence of Ukraine, said an “unsuccessful attempt” on the Russian strongman’s life occurred in Caucasus shortly after Russia invaded the nation on Feb. 24, Ukrainska Pravda reported.

“There was an attempt to assassinate Putin,” Budanov told the outlet. “He was even attacked, it is said, by representatives of the Caucasus, not so long ago.”

The Caucasus, also known as Caucasia, is a region between the Black and Caspian seas comprising Armenia, Azerbaijan, Georgia and parts of southern Russia.

Budanov said the “absolutely unsuccessful” assassination attempt took place in an unspecific region there about two months ago.

“I repeat, this attempt was unsuccessful,” Budanov continued. “There was no publicity about this event, but it took place.”

The interview with Budanov will be aired in full Tuesday, Ukrainska Pravda reported.

The claim, which could not immediately be independently verified, comes amid reports that Putin, 69, has recently undergone surgery to remove fluid from his abdomen as his health purportedly declines.

An oligarch close to the Kremlin has reportedly said Putin is “very ill with blood cancer” during an 11-minute recording obtained by New Lines Magazine.

Budanov told Sky News earlier this month he was “optimistic” about turning the tide against Russia by mid-August, leading to Putin being removed from power by the end of the year in a Kremlin coup.

“It will eventually lead to the change of leadership of the Russian Federation,” Budanov said. “This process has already been launched and they are moving into that way.”

In 2017, Putin disclosed to director Oliver Stone in “The Putin Interviews” that he’s survived at least five assassination attempts, but claimed he wasn’t worried about his safety.

Ukrainian President Volodymyr Zelensky, meanwhile, on Monday called for “maximum” sanctions to be meted out against Russia during a virtual speech at the World Economic Forum in Davos. He also wants the complete withdrawal of foreign companies from Russia amid the war while saying Ukraine needs at least $5 billion in funding monthly.

“This is what sanctions should be: They should be maximum, so that Russia and every other potential aggressor that wants to wage a brutal war against its neighbor would clearly know the immediate consequences of their actions,” Zelensky said via a translator.

Ministry of Defense of Ukraine
“The amount of work is enormous: We have more than half a trillion of dollars in losses, tens of thousands of facilities were destroyed,” Zelensky continued. “We need to rebuild entire cities and industries.”
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

א דאך האט געשריבן:שכח @אידישלעך פאר אייער געטרייע פראפעסינאלע ארבעט זאלסט זיין געבענטשט מיט אלעם גוטס.

"קיפ איט אפ"

א הערצליכן דאנק פאר די פידבעק!
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

א דאך האט געשריבן:שכח @אידישלעך פאר אייער געטרייע פראפעסינאלע ארבעט זאלסט זיין געבענטשט מיט אלעם גוטס.

"קיפ איט אפ"

הרי אני מצטרף לכל הנ"ל
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”