נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איך מיין ער פארדינט א עקסטערע אשכול

די פרישע [פורסט אפריקען אמעריקען] מאנהעטען דיסטריקט אטערני האט געמאלדן נעכטען אז מען וועט נישט פראסעקיטען ארמעד ראבערי, ריזיסטינג ארעסט, וכדומה, ווען איינער קומט מיט א גאן צו יענעמס קאפ און בארויבט איהם גייט נישט ווערן פראסקיוטעד. אויב פאליס קומט דיר ארעסטען, פייט ביז די באפרייסט דיך און יו גוד טא גא, וכולהו וכולהו
לעצט פארראכטן דורך קאכעדיגע אום מיטוואך יאנואר 05, 2022 5:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מאנהעטן דיסטריקט אטוירני האט ארויס געשטעלט אן אגענדע נישט צו פארלאנגן טורמע טערמינען פאר פארשידענע סארט פארברעכענס https://www.yiddish24.com/news/bulletin/53577
צווישן אנדערע האט די נייע די-עי פארארדענט אז באוואפענטע רויבער וועלכע נוצן ביקסן אדער אנדערע טויטליכע געווער צו בארויבן ביזנעסער זאלן ווערן אנגעקלאגט בלויז אויף א מיסדעמינער קלאגע, אויסער ווען איינער איז פארוואונדעט געווארן אדער ווען זיי ברענגן אן ערענסטע ריזיקע. די פעלאני קלאגע וואס מען קען זיי אנקלאגן טראגט א מאקסימום שטראף פון 25 יאר טורמע, אין צייט וואס די מיסדעמינער קלאגע טראגט א שטראף פון בלויז 364 טעג טורמע.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ווי אזוי ארבעט עס, ער מאכט די געזעצן? אדער דער מעיאר?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Chicago #2
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

ער וואלט ווען געווען מיין ארבעטער וואלט ער שוין לאנג געפלויגן.
א מין פוילאכטץ דאס ? זיין זשאפ איז צו פראסיקוטען אין נישט זיך גרינגער מאכן אין ווייניגער פראסיקוטען.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

Rak Tov האט געשריבן:Chicago #2



מער ווי אין San Francisco.


אינזער אידישער ברידער George Soros דרייט עס אן... ער האט אים געגעבן איבער א מילאן דאלאר פארן קאמפיין.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

ווייס איינער צי דער וואס איז געלאפן אנקעגען אים און די פריימעריס, און פארלוירן מיט געציילטע שטימען איז אויכעט געווען אזא שייגעץ?
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

מיט אזא DA קען עדעמס שוין אויפגעבן
ער האט נישט די סיטי קאונסיל אין די סטעיט לעגיסלעטער מיט זיך, און כ"ש אהן קיין פראסעקיוטער קען ער גאר נישט טוען אויסער רעדן
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

דער איז נאר פאר מאנהעטן א יא?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6759
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

Wow a1 האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:Chicago #2



מער ווי אין San Francisco.


אינזער אידישער ברידער George Soros דרייט עס אן... ער האט אים געגעבן איבער א מילאן דאלאר פארן קאמפיין.


מיד אחי מיד...
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:דער איז נאר פאר מאנהעטן א יא?


יא.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:Chicago #2



מער ווי אין San Francisco.


אינזער אידישער ברידער George Soros דרייט עס אן... ער האט אים געגעבן איבער א מילאן דאלאר פארן קאמפיין.


מיד אחי מיד...

;l;p-
סהאט מיר געקאסט א ביטערע שמייכל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פארן בארויבן א באנק אפאר מיליאנען קעש באקומט מען ניטאמאל קיין בעיל אדער טורמע ביזן משפט, און נאכדעם קארגע צוויי חדשים. אבער פארן זיך ארויסדרייען פון צאלן טעקסעס אויף פערציג אלפים דראעט טורמע פון פערציג יאר....

איך מיין אז צדק סאסוב פעק זאל הייערן דעם שווארצן DA אלס לאביאיסט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אידישליך האט געשריבן:דער נייער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני, אלווין ברעג, האט אין די ערשטע טעג אין אמט אין אן אינערליכע מעמאָ צו די איינגעשטעלטע, דערקלערט א ראדיקאלע טויש צו לויזער מאכן די באהאנדלונג פון פארברעכנס אין ניו יארק סיטי.


- - - מער דעטאלן פאר וועם ס'איז אינטרעסאנט:


צווישן אנדערע האט ער דירעקטירט די אסיסטענט אטוירניס מער נישט צו פאדערן קיין טורמע שטראפן פאר די מערהייט פארברעכנס, מיט אן אויסנאם פאר מארדן, ווילדע איבערפאלן מיט ערנסטע פיזישע שאדענס, א צאל גאר הארבע פעלאני און ציווילע פארברעכנס, און קארופציע. און זאגט ער אז אויסער פאר די ליסטע פארברעכנס וועט מען מער נישט פארהאלטן פארדעכטיגטע פאר בעיל ביזן עפענונג פונעם פראצעס.

אזוי אויך וועט מען נידערן די הארבקייט פון אנדערע פארברעכנס, צום ביישפיל, באוואפענטע רויבעריי, וועלכע איז אונטערן געזעץ א 2'טע קלאס פעלאני מיט א מאקסימום פון 25 יאר טורמע, וועט אבער פון היינט און ווייטער פאררעכענט ווערן אלס בלויז א מיסדעמינער, אזוי לאנג ווי עס האט נישט געקאסט קיין טויטע אדער געשעדיגטע. אזוי אויך אומלעגאלע דראג האנדלעריי אויף א קליינע פארנעם וועלן געקלאגט ווערן נאר אויף די אומלעגאלע באזיצונג דערפון, א מיסדעמינער.

זיך איינברעכן אין היימען אדער געשעפטן און נאך, וועלן גערעכענט ווערן פאר מינארישע 4'טע קלאס פעלאני מיט א מאקסימום פון 7 יאר טורמע, ווען לויטן געזעץ איז עס א צווישן 2'טע און 3'טע קלאס פעלאני מיט א מאקסימום פון 25 און 15 יאר טורמע.

ברעג האט אין די מעמא אויך אנגעגעבן אז מען וועט אויפהערן אנקלאגן אויף קליינע געזעץ פארלעצונגען ווי טרענספעסינג און נאך, ער וועט אויך אנהאלטן די פאליסי פון זיין פארגייער צו פארמינערן אנקלאגעס אויף מאריכואנע באזיצונג.

דאס איז אלעס אין א צייט ווען איבער די לעצטע יאר האט די סיטי געזעהן א מאסיווע אויפשטייג אין כמעט אלע סארט פארברעכנס, און א רעקארד נומער פון 479 מארדן א נומער וואס איז, חוץ אין 2011, נישט געזעהן געווארן אין די סיטי פאר איבער 20 יאר.

צו די אנטוישונג פון געוויסע האט דער נייער מעיאר עדעמס, וועלכע האט פארשפראכן צו זיין שטייף אויף פארברעכנס, אויסגעדרוקט שטיצע פארן דיסטריקט אטוירני און געזאגט אז קלערט אז ער וועט זיין עפעקטיוו אין אראפברענגען פארברעכנס אין די סיטי.

געהעריג סדום
רבונו דעלמא כולה
וואס גייט דא זיין?
מדארף אסאך דאווענען
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

דאס אז עדעמס קומט נישט ארויס איהם פארדאמען, און ער זאגט גאר אז זיי שעירן מיינונגען, דאס ווארפט א שטיקל טינקעלע שאטן אויפן מעיאר
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייע מאנהעטן DA די ריכטיגע ליבערעל פרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יצחק אייזיק האט געשריבן:פארן בארויבן א באנק אפאר מיליאנען קעש באקומט מען ניטאמאל קיין בעיל אדער טורמע ביזן משפט, און נאכדעם קארגע צוויי חדשים. אבער פארן זיך ארויסדרייען פון צאלן טעקסעס אויף פערציג אלפים דראעט טורמע פון פערציג יאר....

איך מיין אז צדק סאסוב פעק זאל הייערן דעם שווארצן DA אלס לאביאיסט.

:lol: :lol:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

מיינט דאס אז ממעג נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט אין זיך פארטיידיגען ווי אמאליגע צייטען
די קאסווענצען זענען גאר קנאפ
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

קאכעדיגע האט געשריבן:דאס אז עדעמס קומט נישט ארויס איהם פארדאמען, און ער זאגט גאר אז זיי שעירן מיינונגען, דאס ווארפט א שטיקל טינקעלע שאטן אויפן מעיאר

עס ווייזט אז ער איז א גוטער פאליטישאן וואס וויל גיין קלוג און נישט ווילד
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער איז דאס האט געשריבן:מיינט דאס אז ממעג נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט אין זיך פארטיידיגען ווי אמאליגע צייטען
די קאסווענצען זענען גאר קנאפ

העי, פארטיידיגן האט אייביג געהאט אנדערע הלכות!!!

פאר סעלף דעפענס קען מען מסתמא זיצן מינימום 35 יאר...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

כ׳האב עס קיינמאל נישט געוואלט שרייבן ווייל כ׳האב מורא געהאט אז מען וועט מיך פארשרייען אלץ בעל דמיון, אבער איך האב געהאט א געפיל אז עדעמס שפילט א שאו מיטן עולם. פון איין זייט שפילט ער מעסיגער וואס וויל א ביזנעס-פריינטליכע שטאט, און פון די אנדערע זייט וועט ער נוצן סיטי קאנסול און די די. עי. צו טוהן די שמוציגע ארבעט, און נאכדעם וועט ער שרייען אס ס׳האט גארנישט מיט אים.

איך הייב עס אן זעהן מער און מער.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בניהו האט געשריבן:כ׳האב עס קיינמאל נישט געוואלט שרייבן ווייל כ׳האב מורא געהאט אז מען וועט מיך פארשרייען אלץ בעל דמיון, אבער איך האב געהאט א געפיל אז עדעמס שפילט א שאו מיטן עולם. פון איין זייט שפילט ער מעסיגער וואס וויל א ביזנעס-פריינטליכע שטאט, און פון די אנדערע זייט וועט ער נוצן סיטי קאנסול און די די. עי. צו טוהן די שמוציגע ארבעט, און נאכדעם וועט ער שרייען אס ס׳האט גארנישט מיט אים.

איך הייב עס אן זעהן מער און מער.

זיין היסטאריע ווייזט ער איז אויף די מעסיגע זייט אלץ געווען. ער שפילט זייט ער איז געבוירן?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:כ׳האב עס קיינמאל נישט געוואלט שרייבן ווייל כ׳האב מורא געהאט אז מען וועט מיך פארשרייען אלץ בעל דמיון, אבער איך האב געהאט א געפיל אז עדעמס שפילט א שאו מיטן עולם. פון איין זייט שפילט ער מעסיגער וואס וויל א ביזנעס-פריינטליכע שטאט, און פון די אנדערע זייט וועט ער נוצן סיטי קאנסול און די די. עי. צו טוהן די שמוציגע ארבעט, און נאכדעם וועט ער שרייען אס ס׳האט גארנישט מיט אים.

איך הייב עס אן זעהן מער און מער.

זיין היסטאריע ווייזט ער איז אויף די מעסיגע זייט אלץ געווען. ער שפילט זייט ער איז געבוירן?

א מענטש קען זיך טוישן.

פארוואס נעמט ער אויף אזאלכע ראדיקאלע מענטשן אויף אזאלכע וויכטיגע פאזיציעס?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בניהו האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:כ׳האב עס קיינמאל נישט געוואלט שרייבן ווייל כ׳האב מורא געהאט אז מען וועט מיך פארשרייען אלץ בעל דמיון, אבער איך האב געהאט א געפיל אז עדעמס שפילט א שאו מיטן עולם. פון איין זייט שפילט ער מעסיגער וואס וויל א ביזנעס-פריינטליכע שטאט, און פון די אנדערע זייט וועט ער נוצן סיטי קאנסול און די די. עי. צו טוהן די שמוציגע ארבעט, און נאכדעם וועט ער שרייען אס ס׳האט גארנישט מיט אים.

איך הייב עס אן זעהן מער און מער.

זיין היסטאריע ווייזט ער איז אויף די מעסיגע זייט אלץ געווען. ער שפילט זייט ער איז געבוירן?

א מענטש קען זיך טוישן.

פארוואס נעמט ער אויף אזאלכע ראדיקאלע מענטשן אויף אזאלכע וויכטיגע פאזיציעס?

למשל וועלכע מענטשן אויף וועלכע פאזיציעס?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

בניהו האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:כ׳האב עס קיינמאל נישט געוואלט שרייבן ווייל כ׳האב מורא געהאט אז מען וועט מיך פארשרייען אלץ בעל דמיון, אבער איך האב געהאט א געפיל אז עדעמס שפילט א שאו מיטן עולם. פון איין זייט שפילט ער מעסיגער וואס וויל א ביזנעס-פריינטליכע שטאט, און פון די אנדערע זייט וועט ער נוצן סיטי קאנסול און די די. עי. צו טוהן די שמוציגע ארבעט, און נאכדעם וועט ער שרייען אס ס׳האט גארנישט מיט אים.

איך הייב עס אן זעהן מער און מער.

זיין היסטאריע ווייזט ער איז אויף די מעסיגע זייט אלץ געווען. ער שפילט זייט ער איז געבוירן?

א מענטש קען זיך טוישן.

פארוואס נעמט ער אויף אזאלכע ראדיקאלע מענטשן אויף אזאלכע וויכטיגע פאזיציעס?

די די. עי. לויפט אליין און געווינט אליין אן עדעמס...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: נייער ליבעראלער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

סדום ועמורה עדמה וצבויים.

מער פון דעם איז נישטא וואס צוצולייגען.

איך וויל נאר זעהן די ניק'ס וואס פארענטפערן אלעמאל די ליבעראלע שיטות, וואס זיי האבען צו זאגען איבער די דאזיגע מטורפות.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”