@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

IMG_20220920_160028_550.jpg
IMG_20220920_160028_550.jpg (39.31 KiB) געזען 4689 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט געאורטיילט אז א געזעץ וועלכע פארבאט מענטשן וועלכע זענען אנגעקלאגט געווארן מיט פעלאני פארברעכן זיך צו איינהאנדלען ביקסן, איז אומקאנסטיטוציאנאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

24 רעפובליקאנער אטורני דזשענעראלס האבן געשיקט א בריוו צו וויזע, מעסטערקארד און אמעריקען עקספרעס, ווארענענדיג קעגן איינפירן די פרישע פאליסי פון עקסטער קאטעגאריזירן גאן פארקויפונגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק זאגט אז סטארלינק וועט בעטן אן עקזעמפשאן פון די סאנקציעס כדי צו קענען צושטעלן אינטערנעט פאר די איראנער בירגער צוליב וואס די ארטיגע רעגירונג האלט אין איין אפהאקן די אינטערנעט אז מענטשן זאלן נישט קענען קאמיוניקירן און זיך צוזאמנעמען פאר ציווילע אומריען, ווי ביי די לעצטיגע פראטעסטן איבער די 22 יעריגער פרוי וועלכע איז אומגעקומען פון פאליציי ברוטאליטעט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א גרופע אימיגראנטן וועלכע זענען אפגעשיקט געווארן קיין מארטא'ס וויניארד האבן אריינגעגעבן א קלעס עקשן אנקלאגע קעגן פלארידע גאווערנער דיסענטיס און זיין טראנספארטאציע סעקראטאר, זאגענדיג אז "ער האט אויסגענוצט זייער שוואכקייט בלויז פאר אייגענע פערזענליכע, פינאנציעלע און פאליטישע אינטערעסן".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די לעצטע צוויי נעכט קומען פאר שווערע ראיאטן אין שכם, וואו ווייניגסטענס איינער איז שוין אומגעקומען, נאכפאלגענדיג די ארעסט פון מוסאב שטאיא, א הויעכראנגיגע חאמאס פירער.

די מדינת ישראל זיכערהייט קרעפטן ערווארטן אויך ראיאטן אין די דזשענין און ראמאלא געגנטער.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 1:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער שווארצער אקטיוויסט על שארפטאן האט פאריגע וואך געזאגט אז ער וויל העלפן באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און אויסגעדרוקט חרטה צום ערשטן מאל זינט די 1991 ראיאטן 30 יאר צוריק וואו יענקל ראזענבוים ע"ה איז אומגעקומען, וואו ער האט אויפגעהייטערט די מאסן, און גארנישט געטוהן זינט דאן.

ער האט דאס געזאגט ביי א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ, נאך וואס דזשעיסאן גרינבלאט פון די ADL האט געענטפערט גאר פאזיטיוו אויף א פראגע איבער די ניו יארק טיימס ארטיקל, פאר דזשעיק טורקס פון די עמי מאגאזין, וועלכע איז געווען אנוועזנד מאכענדיג א דאקומענטערי אינאיינעם מיט 'לעיטעסט טאלקס'.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 2:08 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקע גרייט זיך ארויסצושטעלן די פרישע גאר מאכטפולע B-21 סטעלט באמבאדיר פליגער אנהייב דעצעמבער.

די פליגער ווערט אהערגעשטעלט דורך די Northrop Grumman פירמע אין א פאבריק אין קאליפארניע.
IMG_20220920_232737_318.jpg
IMG_20220920_232737_318.jpg (88.72 KiB) געזען 3666 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לויט פרישע נומערן פון די צענטראלע סטאטיסטיקס ביורא שטייט די פאפולאציע אין ארץ ישראל ביי ארום 9.5 מיליאן מענטשן. דערפון זענען בערך 7 מיליאן (74%) אידן, און בערך 2 מיליאן (21%) אראבער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנאדע האט געמאלדן אז זיי וועלן יא ערלויבן אריינצוברענגען לולבים אין לאנד, אין בעפארגרייטונג צום יום טוב סוכות, און האט באפרייט עטליכע קאנטעינערס וואס זענען פארהאלטן געווארן ביים גרעניץ.

דאס קומט נאך וואס זיי האבן געהאט געמאלדן א פארבאט דערויף, אבער שפעטער צוריקגעצויגן, נאך ארבעט פון עסקנים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אין זיין אפגעשטופטע אדרעס צום פאלק האט פוטין אנאנסירט א טיילווייזע מיליטערישע מאביליזאציע, וואו בירגער וואס זענען אין רעזערוו, האבן געדינט אין די ארמיי און האבן טרענירונג וועלן ווערן אריינגעשלעפט אין די מיליטער אנגעהויבן סעפטעמבער 21.

פוטין האט צוגלייגט אז רוסלאנד וועט רעאגירן מיט "אלע מיטלען" מעגליך, אויב שפירן זיי אז זייער טעריטארישע זיכערהייט איז אין געפאר.

לויט די רוסישער דעפענס מיניסטער וועט די געזעץ, וועלכע איז שוין אונטערגעשריבן געווארן, אפעקטירן ארום 300,000 בירגער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען וועט היינט אדרעסירן די UN אלגעמיינע פארזאמלונג וועלכע קומט פאר אין ניו יארק מיט פילע וועלט פירער צום ערשטן מאל זינט קאוויד.

ביידען איז ערווארטעט שארף אראפצורייסן די רוסישע קריג און רופן צו וועלט פירער ווייטער אנצוהאלטן שטארקע שטיצע צו אוקריינע.

אויך איז פרעזידענט ביידען ערווארטעט צו מעלדן א גלאבאלע 2.9 ביליאן הילף פעקל צו העלפן מיט די גלאבאלע עסן סופליי און קלימאטן טויש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אין ליכט פון פוטינ'ס מעלדונג, באריכטעט רויטערס אז אלע איין-רייזע טיקעטס ארויס פון לאנד ווערן גאר שנעל אויספארקויפט, און זענען שטארק ארויף אין פרייז.

דירעקטע טיקעטס קיין איסטאנבול, טערקיי, און ארמעניע וועלכע ערלויבן רוסן אריינצוקומען אן קיין וויזע, זענען שוין פולקאם אויספארקויפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן ארעסטאנט אין די ווערנאן בעין טורמע אין ניו יארק איז דורכגעקראכן די שטעכל דראטן און אראפגעטאנצן 5 שטאק אריין אין די איסט ריווער פרובירנדיג צו אנטלויפן, און געפונט זיך אין א קריטישע צושטאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאן איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט וואנדאליזירט די וואשינגטאן מאנומענט מיט רויטע פארב. די מאנומענט איז צייטווייליג געווען אפגעשלאסן צוליב די אינצידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען איז נארוואס אנגעקומען צו די UN צו אדרעסירן די אלגעמיינע פארזאמלונג.
IMG_20220921_110213_913.jpg
IMG_20220921_110213_913.jpg (118.1 KiB) געזען 2885 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

צוויי מענטשן פון אילינוי האבן זיך געמאלדן אלץ געוואונער פון די $1.3 ביליאן מעגע מיליאנס לאטערי.

די צוויי, וועלכע האבן אויסגעקליבן אז זייער נאמען זאל בלייבן אין געהיים, האבן געקויפט די טיקעט אינאיינעם און באשלאסן זיך צו צוטיילן אויב זיי געווינען, און האבן די לעצטע שטיק צייט אויסגעארבעט מיט אדוואקאטן א פונקטליכע פלאן, וויאזוי צו צוטיילן דאס געלט. זיי וועלן נעמען די גאנצע 780.5 מיליאן אויף איין מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ניו יארק אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס מעלדט אז זי האט אריינגעגעבן א 250 מיליאן דאלאר'דיגע פראוד אנקלאגע קעגן דאנעלד טראמפ, זיין נאנטע פאמיליע און פירמע, באשולדיגנדיג אז זיי האבן פאלש אפגעשאצט זייערע פארמעגנס פאר פינאנציעלע בענעפיטן.

זי זאגט אז חוץ די געלט שטראף וויל זי פארבאטן די טראמפס פון קענען פירן געשעפטן אין ניו יארק, פארבאטן פון קויפן קאמערציאלע ריעל עסטעיט אין ניו יארק פאר 5 יאר, און זי וועט מאכן א קרימינאלע ריפערל צו די יוסטיץ דעפארטמענט און א טעקס פראוד ריפערל צו די IRS.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מערערע אנטי-קריג פראטעסטן קומען פאר אין מאסקאווע און אין עטליכע אנדערע שטעט אין רוסלאנד, און פאליציי פירט דורך ארעסטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די פעדעראל רעזערוו האט געהויבן די אינטרעסט ראטעס מיט 0.75% צום דריטן מאל דאס יאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

טאמאס לעין, איינע פון די געוועזענע מינעסאטע פאליציי אפיצירן פארמישט אין די טויט פון דזשארזש פלויד, איז פאראורטיילט געווארן צו 3 יאר טורמע נאך וואס ער האט זיך דערקלערט שולדיג אין צווייטע דעגרי 'אומווילנדיגע מארד'.

ער וועט דאס דינען צוזאמען מיט זיין פעדעראלע טורמע טערמין פון 2 און א האלב יאר צוליבן פארלעצן די ציווילע רעכטן פון פלויד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

געוועזענע פרעזידענטן טראמפ, אבאמא, קלינטאן און בוש האבן זיך נישט באטייליגט היינט ביי א מעמאריעל צערעמאניע אין וואשינגטאן פאר די פארשטארבענע בריטישע קעניגן, טראץ דעם וואס זיי זענען אלע איינגעלאדענט געווארן.

עס האבן זיך דארט באטייליגט וויצע פרעזידענט קאמאלע העריס, הויז ספיקער נענסי פעלאוסי און קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מקארטי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

1,252 מענטשן זענען שוין ארעסטירט געווארן איבער 38 שטעט אין רוסלאנד, דורכאויס מאסן אנטי-קריג פראטעסטן וועלכע קומען פאר אין לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

10 אויסלענדישע בירגער וועלכע זענען פארכאפט געווארן דורכאויס די אוקריינישע קריג זענען באפרייט געווארן פון רוסישע געפעגעניש אין אן ארעסטאנטן אויסטויש אויסגעהאמערט צווישן רוסלאנד און אוקריינע מיט די הילף פון די סאודישע קרוין פרינץ, מוכאמאד בין סאַלמאַן.

צווישן די 10 וואס זענען באפרייט געווארן זענען 2 וועטעראנען פון אמעריקע, 5 פון ענגלאנד, און בירגער פון שוועדן, קאראטיע און מאראקא.

אזוי אויך איז פארגעקומען אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן רוסלאנד און אוקריינע מיט די הילף פון טערקיי, אין וועלכע 215 אוקריינישע קעמפפער, אריינגערעכנט אפיצירן פון די אזאוו בריגאדע זענען באפרייט געווארן, אין אויסטויש פאר 55 רוסישע געפאנגענע, און פוטינ'ס נאנטע פריינט און אוקריינישער פאליטיקאנט וויקטאר מעדוועדטשאק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער גאווערנער קאומא האט איגנארירט א פארלאנג פון קאנגרעס צו קומען אויפטרעטן איבער זיין האנדלונג מיט די נורסינג היימען דורכאויס קאוויד, בעפאר א קאנגרעסיאנאלע אויספארשונג איבער קאוויד טויטפעלער אין נורסינג היימען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”