@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

נאך וואס א CBS דזשורנאליסט האט געזאגט אז די FBI האט נישט גענומען טראמפ פאספארטן, האט א טראמפ ווארטזאגער ארויסגעשטעלט אן אנגעבליכע אימעיל אין וועלכע די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז זיי האבן עס יא בטעות גענומען און וועלן עס צוריקגעבן.
IMG_20220816_112332_849.jpg
IMG_20220816_112332_849.jpg (70.42 KiB) געזען 6913 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ערשטע פרוי דזשיל ביידען האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד און וועט אריינגיין אין איזולירונג.
IMG_20220816_112432_272.jpg
IMG_20220816_112432_272.jpg (68.4 KiB) געזען 6911 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

העלט קעיר ארבעטער פון אילינוי וועלכע זענען אפגעזאגט געווארן צוליב די וואקסין מאנדאט האבן געוואונען א 10 מיליאן דאלארדיגע סעטעלמענט.

לויט די סעטעלמענט וועלן די 13 אנקלעגער באקומען $45,000, און די איבריגע 460 ארבעטער וועלכע זענען אפגעזאגט געווארן באקומען $25,000.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער UN סעקרעטערי גענעראל אנטאניא גוטטערעס וועט דאנערשטאג באזוכן אוקריינע און זיך טרעפן מיט פרעזידענט זעלענסקי און מיטן טערקישער פרעזידענט ערדואן אין לעמבערג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען אין א סטעיטמענט מעלדט אז נאך אן עקזעקיוטיוו ארדער פארגאנגענע יאר, האט די FDA געמאלדן אז זיי האבן געמאכט אז מען זאל קענען קויפן ביליגערע היערינג עידס, און אז מען וועט עס קענען קויפן אן א דאקטער פערסקריפשן, שפארענדיג פאר מיליאנען אמעריקאנער בירגער נאנט צו $3,000 אויף א פאר היערינג עידס.
IMG_20220816_135710_451.jpg
IMG_20220816_135710_451.jpg (85.32 KiB) געזען 6418 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון קאליפארניע טי.דזשעי. קאקס, איז אנגעקלאגט געווארן דורך א גרענד דזשורי אויף מערערע קלאגעס פון געלט שווינדל און ווייער פראוד, און שטייט אויס א לאנגע טורמע טערמין אויב ווערט ער געפונען שולדיג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן די אינפלאציע רעדוקציע אקט אין אנוועזנהייט פון דעמאקראטישער סענאטאר דזשאו מענשין און סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ריכטער האט ארויסגעווארפן די פליע דיעל וואס א מאן און זיין פרוי פון מערילענד האבן געשלאסן מיט די רעגירונג נאכן ווערן אנגעקלאגט אין פרובירן צו פארקויפן העכסט געהיימע אינפארמאציע פאר פרעמדע רעגירונגען.

דער מאן, וועלכער איז געווען א נוקלעארע אינדזשעניר אין די נעיווי, האט פרובירט צו פארקויפן אינפארמאציע איבער נוקלעארע סובמארינען פאר בראזיל, אבער איז אריינגעפאלן אין א סטינג אפעראציע מיט די FBI.

דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די דיעל צוליב וואס לויט די דיעל באקומט ער בלויז צווישן 12 און 18 יאר טורמע, און זיין ווייב בלויז 3 יאר.

דער ריכטער האט באשטימט צו אנהייבן די פראצעס אין יאנואר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פעט סיפילאון, ווייסע הויז קאונסיל אונטער טראמפ, און זיין דעפיוטי פעטריק פילבין זענען אויסגעפרעגט געווארן דורך די יוסטיץ דעפארטמענט איבער די באקסעס דאקומענטן וועלכע זענען געווען אין מאר-א-לאגא.

סיפילאון איז געווארן אויסגעפרעגט פארגאנגענע פרילינג, און עס איז נישט קלאר ווען פילבין איז אויסגעפרעגט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ריכטער האט פארארדענט טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס צו קומען אויפטרעטן אום אויגוסט 25 פאר די גרענד דזשורי אין דזשארדזשיע וועלכע פארשט אויס די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט אז געוועזענער גאווערנער קאומא דארף נישט צוריקגעבן די איינקונפט פון זיין 5.1 מיליאן דאלערדיגע בוך דיעל איבער זיין קאוויד האנדלונג, נאך וואס די עטיקס קאמיטע האט דאס ארגינעל געהאט באשטעטיגט און דערנאך צוריקגעצויגן פון די באשטעטיגונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער קאנגרעספרוי ליז טשעיני פון וואיאָמינג, האט אפיציעל פארלוירן די פריימערי וואלן צו די טראמפ געשטיצטע הערריעט העגמען.

טשעיני איז די וויצע טשער פון די יאנואר 6 קאמיטע, און די לעצטע פון די 10 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וואס האבן געשטימט צו אימפיטשן טראמפ צו אויסשטיין א פריימערי פארמעסט אין דעם סעזאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דייטשער קאנצלער אלעף שולץ האט שארף פארדאמט פאלעסטינער פרעזידענט אבאס, נאך וואס ער האט ביי א פרעסע קאנפערענץ אין בערלין זיך אנטזאגט צו פארדאמען א טעראר אטאקע 50 יאר צוריק קעגן מדינת ישראל ביי די אלימפיק שפילן, זאגענדיג אז מדינת ישראל האט שוין דורכגעפירט 50 האלאקאסטס קעגן די פאלעסטינע.
IMG_20220817_105612_375.jpg
IMG_20220817_105612_375.jpg (94.91 KiB) געזען 3755 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מדינת ישראל און טערקיי האבן געמאלדן אז זיי וועלן פולקאם נארמאליזירן די באציאונגען צווישן די לענדער אריינגערעכנט צוריקשטעלן זייערע אמבאסאדארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

נאכן פארלירן נעכטן איר פריימערי פארמעסט מיט 37 פונקטן, זאגט ליז טשעיני אין אן אינטערוויו מיט NBC אז זי טראכט פון לויפן פאר פרעזידענט און וועט מאכן איר באשלוס אין די קומענדיגע מאנאטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א טוריסט פליגער מיט 6 פראנצויזישע טוריסטן האט געקראכט אין יוטא אומברענגנדיג 2 טוריסטן און פארוואונדעט די איבריגע 4 און דער פילאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א נויזוויק באריכט געבט אן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט געזוכט אין מאר-א-לאגא א זאמלונג פון דאקומענטן וואס טראמפ האט אנגעזאמעלט דורכאויס זיינע יארן אלס פרעזידענט, מערסטנס פארבינדן מיט ראשע-געיט און די ערשטע וואלן.

לויט די באריכט האט טראמפ געזאמעלט דאקומענטן איבער די באשולדיגונגען קעגן אים און דאקומענטן וואס טראמפ האט געהאלטן וועט אים ריינוואשן פון קאלוזשן אדער אנדערע קלאגעס ארום די 2016 וואלן.

זיי געבן אן אז די עיקר איז נישט געווען ווי שטארק קלאסיפיצירט די דאקומענטן זענען געווען, נאר אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט מורא געהאט אז טראמפ וועט נוצן די דאקומענטן אין זיין קומענדיגע מעגליכע קאמפיין פאר פרעזידענט, און אויפדעקן סענסעטיווע געהיימע אינפארמאציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די CDC דירעקטארין וועלענסקי האט געמאלדן איבער פלענער צו רעארגאניזירן און איבערארבעטן די CDC, פארבעסערן זייער רעאקציע צו פובליק געזונטהייט קריזיסן און צוריק בויען פובליק טראסט, נאך אן אינערליכע איבערזיכט אין די אגענטור וואס צייגט שלעכטע האנדלונג פון די CDC מיט קאוויד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאסיווע אויפרייס האט פאסירט אין א מעטשעט אין קאבול, אפגאניסטאן, אומברענגנדיג ווייניגסטנס 21 און פארוואונדעט נאך פילע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

כינע האט געמאלדן אז זיי וועלן שיקן טרופן קיין רוסלאנד צו אנטיילנעמען אין געמיינזאמע מיליטערישע מושטירונגען צוזאמען מיט אינדיע, בעלארוס און נאך.

די כינעזע פארטיידיגונגס מיניסטעריום זאגט אז דאס איז נישט פארבינדן מיט די יעצטיגע אינטערנאציאנאלע סיטואציע אינעם ראיאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן אן אורטייל פון א נידעריגערע געריכט און צוריק איינגעשטעלט די אפשטעל וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט צו גראבן אויל אויף פעדעראלע פראפערטי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער פלארידע סטעיט אטורני וועם גאווערנער דיסענטיס האט ארויסגעווארפן פארגאנגענע מאנאט האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דיסענטיס זאגענדיג אז ער האט פארלעצט זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ניו יארק סיטי זוכט צו דינגען 5,000 האטעל צימערן אין די סיטי צו קענען אקאמאדירן די פולע אימיגראנטן וועלכע קומען אן מיט באסעס צו די סיטי פון טעקסאס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז א מאן פון מיזורי איז אנגעקלאגט געווארן פארן רופן אום מאי 19 פארגאנגענע יאר א וואלן באאמטער פון מאריקאופע קאונטי, אריזאנע, און לאזן א סטראשענדע וואויסמעיל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א וואשינגטאן פאוסט באריכט גיבט אן אז געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ און זיינע געהילפן מוטשענען זיך צו געפונען רעספעקטירטע אדוואקאטן וועלכע זאלן אים רעפרעזענטירן פאר די מאר-א-לאגא אבלאווע און האלט אין איין ווערן אפגעזאגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”