@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט היינט פארמאל געמאלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג אין 2024.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע ווארענט איבער א הויכע ביאלאגישע ריזיקע נאך וואס קעמפפער אין סודאן האבן איבערגענומען קאנטראל פון אן ארטיגע לאבאראטאריע, אין וועלכע עס געפונט זיך לעבעדיגע סעמפלס פון די מיזעלס, פאליאו און כאלערע ווירוסן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דזשעי אינסלי, גאווארנער פון וואשינגטאן סטעיט, האט אונטערגעשריבן א רייע גאן קאנטראל געזעצן, צווישן זיי איינס וואס פארבאט צו פאבריצירן, פארקויפן אדער אימפארטירן "אסאלט וואפן" א שטייגער ווי די AR-15.
גאן אקטיוויסטן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די ביל ווי נאר עס איז דורך, זאגענדיג אז דאס פארלעצט די צווייטע אמענדמענט רעכטן.
גאן אקטיוויסטן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די ביל ווי נאר עס איז דורך, זאגענדיג אז דאס פארלעצט די צווייטע אמענדמענט רעכטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די ווייסע הויז האט באשטעטיגט אז דער אייסיס פירער וועלכע איז געווען פאראנטווארטליך פאר די טויטליכע אטאקע ביי די קאבול לופטפעלד אין אפגאניסטאן אין 2021, פון וועלכע 13 אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען, איז אומגעברענגט געווארן דורך די טאליבאן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיטן אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי, די ערשטע אזא געשפרעך זינט אנהייב קריג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין א פרישע אפמאך צווישן אמעריקע און דרום קארעא וועט אמעריקע שיקן נוקלעאר באוואפענטע סובמארינען צו די דרום קארעא בארטענס, צו צייגן שטיצע פארן לאנד אין ליכט פון די שטייגענדע נוקלעארע סטראשונגען פון צפון קארעא.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דיזני האט אנגעקלאגט פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס זאגנדיג אז ער נוצט די רעגירונג צו שעדיגן זייער קאמפאני אלס נקמה פארן אויסדרוקן פאליטישע מיינונגען.
די אנקלאגע קומט נאך וואס די פרישע באורד וואס דיסענטיס האט געשטעלט איבער דיזני, האט אפגעשאפן 2 אפמאכן וואס די פריערדיגע דיזני באורד האט איינגעשטעלט גלייך פאר זיי זענען אפגעזאגט געווארן, וואס האט אוועקגענומען די מאכט פון די פרישע באורד.
די אנקלאגע קומט נאך וואס די פרישע באורד וואס דיסענטיס האט געשטעלט איבער דיזני, האט אפגעשאפן 2 אפמאכן וואס די פריערדיגע דיזני באורד האט איינגעשטעלט גלייך פאר זיי זענען אפגעזאגט געווארן, וואס האט אוועקגענומען די מאכט פון די פרישע באורד.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן א $629 מיליאן שטראף, און די טרעזשורי דעפארטמענט האט געמאלדן א $508 מיליאן ציווילע סעטלמענט מיט די בריטיש אמעריקען טאבאקא פירמע, צוליב וואס זיי האבן פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס און פארקויפט זייערע פראדוקטן פאר צפון קארעא.
די געלט שטראף איז די גרעסטע געלט שטראף פון די יוסטיץ דעפארטמענט אין היסטאריע פארן פארלעצן סאנקציעס.
די געלט שטראף איז די גרעסטע געלט שטראף פון די יוסטיץ דעפארטמענט אין היסטאריע פארן פארלעצן סאנקציעס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין א סימבאלישע געווינס פאר קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי, האט קאנגרעס דורכגעפירט 217-215 א ביל צו העכערן די חובות דאך. די ביל גייט יעצט צום סענאט וואו עס איז ערווארטעט צו דורכפאלן, אבער טוט שטארקן מעקקארטי'ס פאזיציע ביים פארהאנדלען מיט די ווייסע הויז איבער די חובות דאך.
די ביל טוט העכערן די חובות דאך מיט $1.5 טריליאן ביז מערץ 2024, און טוט שניידן רעגירונג ספענדינג וואס וועט אראפברענגען די רעגירונג דעפיציט מיט $4.8 טריליאן די קומענדיגע 10 יאר.
די ביל טוט אויך בלאקירן די ביידען אדמיניסטראציע פון פארגעבן סטודענטן חובות, אוועקנעמען פאנדינג פון די IRS, טוט פארשנעלערן אויל גרובינגען פראיעקטן און נאך.

טערקישער פרעזידענט ערדואן האט אפגערופן געפלאנטע קאמפיין רעדעס צוליב א געזונטהייט סיטואציע.
די כינעזע סטעיט מידיע האט באריכטעט אז ער האט געליטן פון א הארץ אטאקע און איז אין א קריטישע צושטאנד, אבער די אפיס פון ערדואן האט עס אפגעלייקנט.
די כינעזע סטעיט מידיע האט באריכטעט אז ער האט געליטן פון א הארץ אטאקע און איז אין א קריטישע צושטאנד, אבער די אפיס פון ערדואן האט עס אפגעלייקנט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ביי א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט'ן פרעזידענט פון דרום קארעא, וועלכע געפונט זיך אויף א באזוך אין וואשינגטאן, האט פרעזידענט ביידען געזאגט אז א נוקלעארע אטאקע דורך צפון קארעא וועט זיין די ענדע פון די רעזשים.
דער פרעזידענט פון דרום קארעא האט צוגעלייגט אז אן אטאקע פון צפון קארעא וועט אפגענטפערט ווערן שנעל און שטארק מיט די גאנצע קראפט פון די אליאנץ, אריינגערעכנט מיט אמעריקאנער נוקלעארע וואפן.
דער פרעזידענט פון דרום קארעא האט צוגעלייגט אז אן אטאקע פון צפון קארעא וועט אפגענטפערט ווערן שנעל און שטארק מיט די גאנצע קראפט פון די אליאנץ, אריינגערעכנט מיט אמעריקאנער נוקלעארע וואפן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
בילדער צירקולירן פון א צעטל וועלכע פרעזידענט ביידען האט פארמאגט ביים נעמען פראגעס נאך די פרעסע קאנפערענץ מיטן פרעזידענט פון דרום קארעא, אין וועלכע עס שטייט ארויסגעשריבן די פראגעס וואס די זשורנאליסטן וועלן פרעגן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די געליקטע פענטעגאן דאקומענטן צייגן אז טראץ וואס די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן האבן פארגאנגענע יאר געמאלדן אז זיי שטעלן אפ די קאנסטרוקציע פון א מיליטערישע איינריכטונג וואס אמעריקע האט פארדעכטיגט אז דאס איז פארבינדן מיט די כינעזע מיליטער, האט אמעריקאנער שפיאנאזש אויפגעכאפט פארלאפענעם דעצעמבער אז די בוי ארבעט האט ווייטער פארגעזעצט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער נעיווי זאגט אז איראנע קרעפטן האבן פארכאפט א מארשעל איילענד אויל טאנקיר שיף אין די גאלף אוו אמאן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פאליציי אין טעקסאס האבן געפונען איינע פון 4 ארעסטאנטן וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן פארגאנגענע וואך פון א טורמע אין מיסיסיפי.
א צווייטער איז געפונען געווארן טויט אין א הויז וואס האט אפגעפלאקערט נאך א פייער אויסטויש מיט פאליציי ארום דעם הויז. א העפטיגע זוכעריי קומט פאר נאך די 2 וועלכע פעלן נאך.
א צווייטער איז געפונען געווארן טויט אין א הויז וואס האט אפגעפלאקערט נאך א פייער אויסטויש מיט פאליציי ארום דעם הויז. א העפטיגע זוכעריי קומט פאר נאך די 2 וועלכע פעלן נאך.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
נאך וואס אן אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן טראמפ'ס אפיעל, האט געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס היינט אויפגעטרעטן פאר עטליכע שטונדן בעפאר די גרענד דזשורי פון ספעציעלע קאונסיל דזשעק סמיט וועלכע פארשט אויס די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
3 מיליטערלייט זענען אומגעקומען און איינער איז פארוואונדעט געווארן נאך וואס 2 אמעריקאנער מיליטערישע אפאטשי העליקאפטער האבן געקראכט ביים זיך אומקערן פון א טרענירונג מיסיע אין אלאסקע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א רוסישע מיסיל האט באטראפן א הויעך שטאקיגע געביידע אין אומאן, אוקריינע. באריכטן גיבן אן מעגליכע פאטאליטעטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער עיר פארס האט צום ערשטן מאל באוואפענט א סקוואדראן פון A-10 באמבאדיר פליגער וועלכע זענען געשיקט געווארן צו די מיטל מזרח מיט מאכטפולע 250 פונטיגע "בונקער באסטער" באמבעס, אין א פרישע מיטל צו אפשרעקן איראן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דריי 18 יעריגע פארדעכטיגטע זענען ארעסטירט געווארן נאך וואס זיי האבן געווארפן שטיינער אויף קארס אין קאלעראדא פון וועלכע א 20 יעריגע פרוי איז אומגעקומען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פראנסיסקא אראפעזא, א מעקסיקאנער אפשטאמיגער וועלכע וואוינט אין טעקסאס, האט אומגעברענגט 5 פון זיינע שכינים, אריינגערעכנט אן 8 יעריג קינד, נאך וואס מען האט אים געבעטן אז ער זאל אויפהערן שיסן מיט זיין ביקס אינמיטן די נאכט צוליב קינדער וועלכע זענען געשלאפן.
פאליציי האט אים דערווייל נישט באוויזן צו ארעסטירן.
פאליציי האט אים דערווייל נישט באוויזן צו ארעסטירן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פעדעראלע רעגולאטורן גרייטן זיך צו איבערנעמען און פארקויפן די 'פירסט רעפובליק' באנק, אין א פרואוו צו אפענדיגן די בענק קריזיס וואס איז געשאפן געווארן מיט די צוזאמפאל פון סיליקאן וואלי באנק.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
2 אוקריינישע דראונס האבן אטאקירט אן אויל דיפאו אין רוסיש קאנטראלירטע סעוואסטאפאל, קרימיע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
רוסלאנד האט געווארענט מיט א שטארקע רעאקציע נאך וואס פוילישע אויטאריטעטן האבן איבערגענומען א שולע געביידע נאנט צו די רוסישע אמבאסאדע אין ווארשע, וועלכע האט געדינט פאר קינדער פון רוסישע דיפלאמאטן.