@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

57 מענטשן זענען אומגעקומען און מערערע ווערן נאך געזוכט נאך מאסיווע פארפלייצונגען וועלכע האבן באטראפן עטליכע שטעטלעך אין בראזיל.

IMG_20220529_171008_335.jpg
IMG_20220529_171008_335.jpg (217.34 KiB) געזען 8598 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:רעטונגס אגענטורן זוכן נאך א פליגער אין נעפאל, מיט 22 מענטשן דערויף, וועלכע איז פארשוואונדן געווארן אינמיטן א 20 מינוטיגע רייזע, און האט מעגליך געקראכט.

די ארמיי פון נעפאל האט אפגעפונען איבערבלייבענישן פון די פליגער מיט 22 מענטשן דערויף, וועלכע איז פארלוירן געגאנגען.

IMG_20220529_225443_659.jpg
IMG_20220529_225443_659.jpg (131.37 KiB) געזען 7312 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א 10 יעריג קינד איז ארעסטירט געווארן אין פלארידע נאכן שיקן טעקסט מעסעדזשס און סטראשענען אז ער וועט דורכפירן א מאסן שיסעריי.

IMG_20220530_090449_112.jpg
IMG_20220530_090449_112.jpg (40.72 KiB) געזען 6838 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 מענטשן זענען אומגעקומען און 19 זענען פארוואונדעט געווארן ווען 2 קארן האבן זיך צוזאמגעקראכט ביי א קאר שאו, און אריינגעפלויגן אין די פארזאמלטע אין נעבראסקא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען באזוכענדיג אין טעקסאס האט געזאגט פאר לאקאלע געזעץ געבער אז די פעדעראלע רעגירונג וועט מעגליך צושטעלן די קאסטן צו קענען גענצליך אראפווארפן און צוריק אויפבויען די ראבב עלעמענטרי שולע וואו די שוידערליכע שיסעריי איז פארגעקומען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט שיקן קיין אוקריינע ראקעט סיסטעמען וועלכע קענען אריינשיסן אין רוסלאנד.

רוסלאנד האט רעאגירט זאגענדיג אז דאס איז א 'ראציאנאלע באשלוס' פון אמעריקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פראנצויזישער זשורנאליסט איז אומגעקומען אין אוקריינע, ווען שראפנעל פון א רוסישע שעל איז אריינגעפלויגן אין א באס וועלכע האט עוואקואירט א גרופע זשורנאליסטן און ציווילע פון מזרח אוקריינע.

IMG_20220530_124513_223.jpg
IMG_20220530_124513_223.jpg (166.91 KiB) געזען 6290 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:רעטונגס אגענטורן זוכן נאך א פליגער אין נעפאל, מיט 22 מענטשן דערויף, וועלכע איז פארשוואונדן געווארן אינמיטן א 20 מינוטיגע רייזע, און האט מעגליך געקראכט.

די ארמיי פון נעפאל האט אפגעפונען איבערבלייבענישן פון די פליגער מיט 22 מענטשן דערויף, וועלכע איז פארלוירן געגאנגען.

אויטאריטעטן אין נעפאל האבן שוין אפגעפונען די קערפער פון 21 מענטשן וועלכע זענען געווען אויף די פליגער וואס האט געקראכט. איין מענטש פעלט נאך, און אויטאריטעטן זאגן אז יענער האט ווארשיינליך נישט איבערגעלעבט.

די ארטיגע רעגירונג האט געשטעלט א פאנעל פון 5 מענטשן צו אויספארשן די קראך, און אוועקשטעלן זיכערהייט מוסנאמען פאר די צוקנופט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנאדישער פרעימיער מיניסטער טרודעאו האט פארגעשטעלט א פרישע לעגיסלאציע וועלכע וועט אפשטעלן דאס קויפן, פארקויפן, אימפארטירן און האנדלען מיט האנד ביקסן אין קאנאדע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אייראפעאישע פאראיין האט דערגרייכט אן אפמאך און וועט ארויפלייגן סאנקציעס אויף רוסישע אויל, וואס דאס וועט שניידן ארום 90% פון רוסישע אויל ביי די ענדע פונעם יאר.

IMG_20220530_181945_249.jpg
IMG_20220530_181945_249.jpg (46.98 KiB) געזען 4682 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

וואלענטין יאמישאוו, דער איידעם פון דער געוועזענער רוסישער פירער באריס יעלצין, וועלכער האט געהאלפן פוטין באקומען די מאכט, האט זיך אפגעזאגט פון זיין ראלע אלס א קרעמלין אדווייזער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין די צווייטע טרייעל אין אוקריינע אויף רוסישע סאלדאטן וועלכע זענען באגאנגען קריגס פארברעכן, זענען 2 רוסישע סאלדאטן פאראורטיילט געווארן צו 11 א האלב יאר טורמע, נאך וואס זיי האבן זיך דערקלערט שולדיג אין אנטייל נעמען אין באמבאדירן ציווילע צילן אין די כארקאוו ראיאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די דזשורי אין די דורהעם אנקלאגע, האט דערקלערט דעם געוועזענער קלינטאן לויער מייקל סאסמאן נישט שולדיג, אין אנקלאגעס אז ער האט ליגענט געזאגט פאר די FBI.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער טראמפ אדווייזער, פיטער נאווארא, דעקט אויף אין אן אנקלאגע וואס ער האט אריינגעגעבן, אז ער האט באקומען א סובפינע זיך צו שטעלן פאר א פעדעראלע גרענד דזשורי אין פארבינדונג מיט די יוסטיץ דעפארטמענט אויספארשונג אין די יאנואר 6 אומרוען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין ליכט פון די לעצטערע מאסן שיסערייען, האט ניו יארקע גאווערנער האוקאל געמאלדן פרישע לעגיסלאציע וועלכע וועט צווישן אנדערע פארבאטן צו קויפן סעמי-אויטאמאטישע ביקסן אין ניו יארק אונטער 21, און פארשווערן זיך צו איינהאנדלען בולעט פרוף וועסטלעך.

IMG_20220531_160125_895.jpg
IMG_20220531_160125_895.jpg (250.5 KiB) געזען 3237 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סופרים קאורט האט אין א 5-4 אורטייל צייטווייליג בלאקירט א טעקסאס געזעץ וועלכע וואלט פארבאטן סאציאלע מידיע פלאטפארמעס פון בלאקירן באנוצער באזירט אויף זייער פאליטישע מיינונגען.

טעקסאס האט פאריאר אין סעפטעמבער דורכגעפירט די געזעץ, אבער א פעדעראלע געריכט האט דאס צייטווייליג אפגעשטעלט פון אריינגיין אין אפעקט.

אנהייב דעם מאנאט האט די פיפטע סירקוט אפעלאט געריכט אראפגענומען די צייטווייליגע אפשטעל, און געאורטיילט אז די געזעץ קען יא אריינגיין אין אפעקט, און די סופרים קאורט, וואו מען האט אפעלירט דעם אורטייל, האט צוריקגעשטעלט די צייטווייליגע אפשטעל פון די פעדעראלע געריכט.

די געזעץ גייט יעצט צוריק צום דיסטריקט געריכט, וואו ביידע זייטן וועלן פארשטעלן ארגומענטן איבער דעם געזעץ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:א פעדעראלער ריכטער אין פלארידע האט אפגעשטעלט און דערקלערט די מאסק מאנדאט אויף פליגער און באנען אלס אומלעגאל.

די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעגעבן א פארלאנג אין אפעלאט געריכט צו צוריקדרייען די אורטייל פון די פלארידע געריכט וואס האט אראפגענומען די פעדעראלע מאסק מאנדאטן אויף פליגער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען אין אן אפ-עד אין די ניו יארק טיימס פארשפרעכט אז אמעריקע וועט שטיצן אוקריינע, און וועט זיי צושטעלן "מער פארגעשריטענע ראקעט סיסטעמען און אמוניציע, וועלכע וועט זיי ערמעגליכן צו פונקטליכער אטאקירן וויכטיגע צילן אויפן שלאכטפעלד".

טיימס אפ-עד

IMG_20220531_212647_220.jpg
IMG_20220531_212647_220.jpg (85.82 KiB) געזען 2163 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אדווייזערי פאר וואלן באאמטע, האט די פעדעראלע סייבער זיכערהייט אגענטור, CISA, ארויסגעשטעלט א ווארענונג אז די דאמיניען וואלן מאשינען וועלכע ווערן גענוצט אין 16 שטאטן האבן 9 שוואכקייטן וואס קענען פאטענציאל ערלויבן העקערס אריין צו העקן אין די מאשינען.

די אגענטור זאגט אז עס איז נישט דא קיין באווייזן אז מען האט שוין אריינגעהעקט אין די מאשינען, אבער אויב וועט מען דאס נישט אדרעסירן איז דא א מעגליכקייט דאס זאל פאסירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א געפעכט האט אויסגעבראכן צווישן 2 פרויען ביי א גראדואציע פארטי אין א יוניווערסעטי קעמפוס אין לואיזיאנא, און איינער האט ארויסגעצויגן א ביקס און אנגעהויבן שיסן, אומברענגנדיג 1 עלטערע פרוי, און פארוואונדעט 2 מענער. פאליציי האט ארעסטירט עטליכע אנוועזענדע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

איינע פון די פארוואונדעטע אין די סאבוועי שיסעריי אפריל 12, האט אריינגעגעבן א פעדעראלע אנקלאגע קעגן די פירמע גלאק וועלכע האט פראדוצירט די ביקס וואס דער מערדער האט גענוצט אין די שיסעריי, באשולדיגנדיג אז זייערע מארקעטינג טאקטיקן מאכן אז קרימינאלן זאלן דאס קויפן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט 2:00 נאכמיטאג וועט פארקומען א טעסט אויף די ניו יארק סיטי ווייערלעס עמערזשענסי סיסטעם, וועלכע ווערט גענוצט צו מאכן עמבער אלערטס, וועטער אלערטס א.ד.ג.

IMG_20220601_134815_969.jpg
IMG_20220601_134815_969.jpg (108.88 KiB) געזען 920 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אנגעהויבן היינט סוספענדירט ניו יארק סטעיט איר 16 צענט גאזאלין שטייער, אין א פרואוו צו לינדערן די שטייגענדע פרייזן.

גאזאלין אין ניו יארק שטייט ביי א דורכשניט פון 4.93 פער גאלאן - 15% פראצענט העכער ווי די צייט ווען די סוספענדירונג איז באשטעטיגט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער מאן וואס האט געשאסן פרעזידענט רעיגען, דזשאן הינקלי, וועט געשאנקען ווערן פולע פרייהייט דורך א ריכטער, 41 יאר נאכן געפונען ווערן נישט שולדיג צוליב אומנארמאלקייט.

הינקלי איז געווען 20 יאר אין א מענטל פאסיליטי, דערנאך אין הויז ארעסט פון 2016.

נאכן דורכגיין 9 חדשים אבזערוואציע, האט דער ריכטער באשטעטיגט אז ער וועט גענצליך באפרייט ווערן אום יוני 15.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א גרענד דזשורי האט אנגעקלאגט דער 18 יעריגער באפעלאו שיסער אויף 25 קלאגעס, צווישן זיי ערשטע און צווייטע דעגרי מארד, מארד באזירט אויף האסע און דאמעסטישע טעראריזם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”