@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פעדעראלע ריכטער אין קענטאקי האט בלאקירט די וואקסין מאנדאט פון די ביידען אדמיניסטראציע אויף פעדעראלע קאנטראקטאר אין קענטאקי אוהייאו און טענעסי.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רעפאבליקאנער גאווערנער פון מעסעטשוסעס טשארלי בעקער האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר נאך א טערמין, נאך וואס ער שטייט אויס א שווערע פריימערי פון טראמפ געשטיצטע קעגנער.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
4 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן ווען אן אלטע באמבע פון די צווייטע וועלט מלחמה האט אויפגעריסן נעבן א פארנומענע באן סטאנציע אין מינכען, דייטשלאנד.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14917
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער רעפארט דא נייעס מינוטן נאכן ברעכן און שרייבט אינעם ערשטער תגובה אז זיינע נייעס זענען נישט ברעיקינג....
א דאנק! גיי אן!
א דאנק! גיי אן!
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.

קרעדיט: @רעים
קרעדיט: @רעים
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ביידען אדמיניסטראציע האט געבעטן די אכטע סירקוט אפעלאט געריכט צו צוריקשטעלן די וואקסין מאנדאט אפגעשטעלט דורך די מיזורי אורטייל. די קענטאקי אורטייל וועט גיין צום זעקסטן סירקוט אפעלאט געריכט, און די לוזיאנע אורטייל צום פינפטן סירקוט אפעלאט געריכט, אויב די ביידען אדמיניסטראציע וועט דאס אפעלירן.
[אין קורצן די 3 געריכט אורטיילן פון די לעצטע פאר טעג איבער די וואקסין מאנדאטן;
א פעדעראלע ריכטער אין מיזורי האט צייטווייליג אפגעשטעלט די וואקסין מאנדאט אויף העלט-קעיר ארבייטער אין 10 שטאטן.
א ריכטער אין לוזיאנע האט אפגעשטעלט די וואקסין מאנדאט אויף העלט-קעיר ארבייטער איבערן גאנצן לאנד.
און א ריכטער אין קענטאקי האט אפגעשטעלט די וואקסין מאנדאט אויף פעדעראלע קאנטראקטאר אין 3 שטאטן.]
[אין קורצן די 3 געריכט אורטיילן פון די לעצטע פאר טעג איבער די וואקסין מאנדאטן;
א פעדעראלע ריכטער אין מיזורי האט צייטווייליג אפגעשטעלט די וואקסין מאנדאט אויף העלט-קעיר ארבייטער אין 10 שטאטן.
א ריכטער אין לוזיאנע האט אפגעשטעלט די וואקסין מאנדאט אויף העלט-קעיר ארבייטער איבערן גאנצן לאנד.
און א ריכטער אין קענטאקי האט אפגעשטעלט די וואקסין מאנדאט אויף פעדעראלע קאנטראקטאר אין 3 שטאטן.]
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פאליציי אפיציר איז דערשאסן געווארן צום טויט אין דזשארדזשע, און אן אנדערע אפיציר איז פארוואונדעט געווארן, ביים רעאגירן צו א דאמעסטישע אינצידענט אין א הויז, וועלכע האט איבערגעלאזט 4 טויט, אריינגערעכנט א 12 יעריג קינד.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
יאפאן האט סוספענדירט אלע רעזערוואציעס פאר פרישע פליגער אריינצוקומען אין לאנד ביז ענדע דעצעמבער, אין ליכט פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער מאן וועלכע האט פאראורזאכט א מאסיווע פאניק אין די אטלאנטע לופטפעלד נאוועמבער 20, ווען ער האט פרובירט צו דורכשמוגלען א ביקס דורך סעקיוריטי, און ווען די אויטאריטעטן האבן עס פרובירט צו קאנפיסקירן האט זיך בטעות ארויסגעשאסן פונעם ביקס, וואס האט געברענגט צו באריכטן פון אן אקטיווע שיסעריי אינעם לופטפעלד, האט זיך איבערגעבן צו די פאליציי.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין א 13-10 אפשטימונג האט די FDA פאנעל געשטימט צו רעקאמענדירן די 'מערק' קאוויד פיל.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24195
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
שכח אידישלעך. א געוואלדיגער ארבעט וואס דו טוסט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פאליציאנט אין אריזאנע איז אפגעזאגט געווארן נאך וואס ער האט דערשאסן צום טויט א מאן אין א ווילטשיר אין א וואל-מארט פארקינג לאט, וועמען מען האט באשולדיגט אין גנב'נען א טול באקס און פאכענען מיט א מעסער קעגן די ארבייטער פונעם געשעפט.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין אקספארד הויעך שולע ווען איינער האט געפענט פייער און געשאסן 4-6 סטודענטן, עס איז דערווייל נישט באריכטעט קיין פאטאליטעטן, און דער שיסער איז ארעסטירט געווארן.
אפדעיט: שעריף זאגט אז 3 זענען אומגעקומען און 6 פארוואונדעט.
עטליכע דעטאלן איבער די שיסעריי היינט אין א הויעך שולע אין מישיגען;
3 טויטע און 8 פארוואונדעטע.
איין 14 יעריגער איז קריטיש.
די פיסטאל גענוצט אינעם שיסעריי איז געקויפט געווארן 4 טאג צוריק דורכ'ן פאטער פונעם שיסער.
דער פארדעכטיגטער שיסער און זיין פאמיליע ארבייטן נישט מיט מיט די פאליציי און האבן אויפגענומען אדוואקאטן.
פערטע סטודענט איז געשטארבן פון די אקספארד שיסעריי.
- ארבעטסגעבער
- שר האלפיים
- תגובות: 2152
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א ריזיגן ישר כח @אידישליך דו קימסט אריין זייער קלאר
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די CDC האט היינט געמאלדן אז מען האט אנדעקט די ערשטע פאל פון די אָמיקראן וואריאנט דא אין לאנד, אין צפון קאליפארניע.
דר. פאוטשי האט שפעטער ביי א פרעסע קאנפערענץ געגעבן מער דעטאלן איבער די פאל, אז דער אנגעשטעקטער וועלכער איז אינגאנצן וואקסינירט, איז צוריקגעקומען פון א רייזע אין סאוט אפריקע אום נאוועמבער 22, און האט געטעסט פאזיטיוו בערך א וואך שפעטער אום נאוועמבער 29.
ער זאגט אויך אז יענער איז אין קוואראנטין, און אז אלע זיינע ארומיגע האבן געטעסט נעגאטיוו, און האט צוגעלייגט אז זיי זענען זייער צופרידן פון די פאקט אז יענער האט גאר מילדע סימפטאמען, און אפילו פון דעם ערהוילט ער זיך שוין.
דר. פאוטשי האט שפעטער ביי א פרעסע קאנפערענץ געגעבן מער דעטאלן איבער די פאל, אז דער אנגעשטעקטער וועלכער איז אינגאנצן וואקסינירט, איז צוריקגעקומען פון א רייזע אין סאוט אפריקע אום נאוועמבער 22, און האט געטעסט פאזיטיוו בערך א וואך שפעטער אום נאוועמבער 29.
ער זאגט אויך אז יענער איז אין קוואראנטין, און אז אלע זיינע ארומיגע האבן געטעסט נעגאטיוו, און האט צוגעלייגט אז זיי זענען זייער צופרידן פון די פאקט אז יענער האט גאר מילדע סימפטאמען, און אפילו פון דעם ערהוילט ער זיך שוין.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סטעסי אבראמס האט געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר גאווערנער אין דזשארדזשע אין 2022.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די גארדיען באריכטעט אז אין די פרישע מעמואר וואס מארק מעדאוס, טראמפ'ס טשיף אוו סטעף, גרייט זיך צו ארויסגעבן דעקט ער אויף אז טראמפ האט געטעסט פאזאטיוו צו קאוויד 3 טאג בעפאר די ערשטע דעבאטע מיט ביידען, אבער מען האט עס נישט פובליצירט נאכדעם וואס א צווייטע טעסט איז יא צוריקגעקומען נעגאטיוו.
פרעזידענט ביידען איז געפרעגט געווארן דורך א רעפארטער איבער די באריכט, אויב ער האלט אז דער געוועזענער פרעזידענט האט אים געשטעלט אין א סכנה, אויף וועלכע דער פרעזידענט האט גענטפערט "איך טראכט נישט פונעם געוועזענעם פרעזידענט".
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די CDC האט היינט געמאלדן אז מען האט אנדעקט די ערשטע פאל פון די אָמיקראן וואריאנט דא אין לאנד, אין צפון קאליפארניע.
דר. פאוטשי האט שפעטער ביי א פרעסע קאנפערענץ געגעבן מער דעטאלן איבער די פאל, אז דער אנגעשטעקטער וועלכער איז אינגאנצן וואקסינירט, איז צוריקגעקומען פון א רייזע אין סאוט אפריקע אום נאוועמבער 22, און האט געטעסט פאזיטיוו בערך א וואך שפעטער אום נאוועמבער 29.
ער זאגט אויך אז יענער איז אין קוואראנטין, און אז אלע זיינע ארומיגע האבן געטעסט נעגאטיוו, און האט צוגעלייגט אז זיי זענען זייער צופרידן פון די פאקט אז יענער האט גאר מילדע סימפטאמען, און אפילו פון דעם ערהוילט ער זיך שוין.
דר. פאוטשי ביי די פרעסע קאנפרענס.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין אקספארד הויעך שולע וועלכע האט אומגעברענגט 4 סטודענטן...
אויטאריטעטן האבן היינט אריינגעגעבן א טאטאל פון 24 קלאגעס קעגן דעם 15 יעריגער שיסער, אריינגערעכנט 4 קלאגעס אויף ערשטע דעגרי מארד.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דעמאקראטישער קאנגרעסמאן, פיטער דיפאזיאו פון ארעגאן, האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2022 נאך 36 יאר אין קאנגרעס.
ער איז דער 19'טער דעמאקראט צו מעלדן אז זיי וועלן נישט זוכן נאך א טערמין, אין ליכט פון היציגע און שווערע וואלן וואס איז ערווארטעט.
ער איז דער 19'טער דעמאקראט צו מעלדן אז זיי וועלן נישט זוכן נאך א טערמין, אין ליכט פון היציגע און שווערע וואלן וואס איז ערווארטעט.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א גרופע רעפאבליקאנער סענאטארן סטראשענען מיט א רעגירונג שאטדאון אויב וועט מען נישט אנולירן די וואקסין מאנדאט אויף פריוואטע ביזנעסער.
מיטש מעקאנעל האט נעכטן פארשפראכן אז מען וועט נישט פירן צו א שאטדאון, אבער א גרופע רעפאבליקאנער אין שפיץ פון ראדזשער מארשעל פון קענזעס האבן אין א בריוו צו מעקאנעל געזאגט אז זיי וועלן נישט שטיצן, און וועלן טון אלעס צו שטערן, לעגיסלאציע וועלכע שטעלט צו פאנדן צו העלפן אדער ערמעגליכן די וואקסין מאנדאט.
א חלק פון די בריוו, אונטערגעשריבן דורך 10 סענעטארן, וועלכע איז געשיקט געווארן פארגאנגענע חודש:

“…President Biden is waging a cruel campaign to punish unvaccinated Americans—depriving them of their ability to provide for their families. This is nothing short of immoral. There are so many humane ways to defeat this virus. Depriving law-abiding citizens of their livelihood must not be included among them… To that end, please be advised (many weeks in advance of the current spending period, which ends on December 3, 2021) that we will not support—and will use all means at our disposal to oppose—legislation that funds or in any way enables the enforcement of President Biden’s employer vaccine mandate. Nor will we vote for or support cloture on any continuing resolution in the absence of language protecting Americans from this action…”
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די גארדיען באריכטעט אז אין די פרישע מעמואר וואס מארק מעדאוס, טראמפ'ס טשיף אוו סטעף, גרייט זיך צו ארויסגעבן דעקט ער אויף אז טראמפ האט געטעסט פאזאטיוו צו קאוויד 3 טאג בעפאר די ערשטע דעבאטע מיט ביידען, אבער מען האט עס נישט פובליצירט נאכדעם וואס א צווייטע טעסט איז יא צוריקגעקומען נעגאטיוו.
מארק מעדאוס ריטוויט די סטעיטמענט פון טראמפ אין וועלכע ער לייקענט אפ די גארדיען באריכט.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רויטערס באריכטעט אז די ביידען אדמיניסטראציע וועט פארלענגערן די מאסק מאנדאטן אויף עראפלאנען, באסעס, באנען, באן סטאנציעס און לופטפעלדער ביז אונמיטן מארטש.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען ווארענט אז זיי האבן קלארע אינפארמאציע אז רוסלאנד האט גרייט פלענער פאר א גרויסע אטאקע אויף אוקריינע, זאגענדיג אז זיי ווייסן נישט אויב פוטין האט שוין באשלאסן, אבער אויב מאכט ער אפ אז זיי וועלן אטאקירן קענען זיי דאס אויספירן גאר שנעל.
גלייכצייטיג האט ער געווארנט מיט גאר שווערע קאסטן פאר רוסלאנד אויב זיי וועלן אטאקירן אוקריינע.
גלייכצייטיג האט ער געווארנט מיט גאר שווערע קאסטן פאר רוסלאנד אויב זיי וועלן אטאקירן אוקריינע.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די יאנואר 6 קאמיטע האט געשטימט צו האלטן געוועזענע יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער אונטער טראמפ, דזשעפרי קלערק, אונטער קרימינאלע קאנטעמפט אוו קאנגרעס.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 855
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט נעכטן ווידעראמאל געזאגט אז ער פלעגט דרייוון א טראקטאר טרעילאר, א זאך וואס די ווייסע הויז האט זיך אין די פארגאנגענהייט געמוטשעט צו פארענטפערן.