@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

אין א פרישע אנקלאגע ווערט דער געוועזענער FTX פירער סעם בענקמען-פריעד באשולדיגט אז ער האט געגעבן $40 מיליאן שוחד פאר כינעזע רעגירונג באאמטע.

IMG_20230328_101537_366.jpg
IMG_20230328_101537_366.jpg (35.01 KiB) געזען 2087 מאל
אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:14 am
די ווייסע הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל ווארטזאגער לייקענט אפ די באריכטן איבער א נתניהו באזוך, און זאגט אז עס איז דערווייל נישט דא אזאנע פלענער.

ער האט געזאגט אז מדינת ישראל פירער האבן א לאנגע טראדיציע פון באזוכן די ווייסע הויז, און נתניהו וועט אויך אמאל קומען.
אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

די מוסד שפיאנאזש אגענטור זאגט אז זיי האבן געהאלפן גריכישע אויטאריטעטן אפשטעלן 2 פאקיסטאנער וועלכע זענען א טייל פון אן איראנער נעטווארק פון דורכפירן טעראר אטאקעס אןיף א אידישע רעסטוראנט און ביהמ"ד אין גריכנלאנד.
אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:49 pm
פרעזידענט ביידען ווערנדיג געפרעגט איבער די סיטואציע אין מדינת ישראל האט געזאגט: "אזוי ווי מערערע שטארקע שטיצער פון מדינת ישראל בין איך שטארק באזארגט אז זיי זאלן טוהן די ריכטיגע זאך.

"איך האב דאס זייער קלארגעשטעלט אז זיי קענען נישט אזוי אנגיין ווייטער, איך האף אז דער פרעמיער מיניסטער וועט ארבעטן צו דערגרייכן אן אמת'ע קאמפראמיס, מ'דארף אבער ווארטן און זעהן."

דער פרעזידענט האט אויך צוגעלייגט אז ער פלאנט נישט איינצולאדענען נתניהו פאר א באזוך אינעם נאענטן צוקונפט.
אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

אמווייניגסטנס 39 אימיגראנטן זענען אומגעקומען און נאך צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן ווען א פייער האט אויסגעבראכן ביי אן אימיגראנטן פארהאלטונגס צענטער אין מעקסיקא.

דער מעקסיקאנער פרעזידענט האט געזאגט אז דאס איז ווארשיינליך געקומען אין רעזולטאט פון ווען אימיגראנטן האבן אונטערגעצינדן מאטראצן ווען זיי האבן געהערט אז זיי וועלן צוריקגעשיקט ווערן צו זייערע לענדער.
אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

א פעדעראלע ריכטער אין וואשינגטאן די סי האט געאורטיילט אז געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס דארף קומען אויפטרעטן בעפאר א גרענד דזשורי אנבאלאנגט די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן, אפווארפנדיג טראמפ'ס טענה פון עקזעקיוטיוו פריווילעגיע.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”