@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א מאן איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט אריינגעקראכט מיט א קאר אין די צוים פון 10 דאונינג סט. די רעזידענץ פון דער בריטישער פרעמיער מיניסטער אין לאנדאן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די ניו יארק סטעיט העלט דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי נעמען אראפ די וואקסינאציע פארלאנג פאר ארבעטער אין שפיטעלער און אנדערע העלט קעיר צענטערן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א פעדעראלע ריכטער האט פאראורטיילט סטועדר ראוהדס, דער פירער פון די 'אויט קיפערס' צו 18 יאר אין טורמע נאך וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף קאנספירירן אן אויפשטאנד צוליב זיין ראלע אין די יאנואר 6 אומרוען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ספיקער מעקקארטי האט אנאנסירט אז קאנגרעס רעפובליקאנער האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט די ווייסע הויז איבער די חובות קריזיס.
די אפמאך וועט אפגעשריבן ווערן מארגן, זונטאג, און קאנגרעס וועט שטימען דערויף מיטוואך. די אפמאך טוט צווישן אנדערע צוריקדרייען קאוויד געלטער וועלכע זענען נישט פארנוצט געווארן, און שניידט פון די פרישע געלטער פאר די IRS וואס זיי האבן ערהאלטן ביי פרעזידענט ביידענ'ס אינפלאציע רעדוקציע אקט.
לויט באריכטן וועט די אפמאך אויך סוספענדירן די חובות דאך ביז נאך די 2024 פרעזידענטליכע וואלן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין אן אינטערוויו מיט בען שפירא זאגט דיסענטיס אז די 'פירסט סטעפ עקט' איז געווען א טעות, צוליב וואס עס האט ארויסגעלאזט געפארפולע מענטשן וועלכע האבן געשעדיגט אנדערע נאכן ארויסקומען, און דערפאר וועט ער אלץ פרעזידענט ארבעטן אז קאנגרעס זאל עס מבטל זיין.
די ביל איז שטארק געשטופט געווארן דורך היימישע עסקנים און האט געהאלפן פילע היימישע אידן ארויסגיין פרי פון תפיסה.
די ביל איז שטארק געשטופט געווארן דורך היימישע עסקנים און האט געהאלפן פילע היימישע אידן ארויסגיין פרי פון תפיסה.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין א היסטארישע שריט איז טעקסאס אטורני דזשענעראל קען פעקסטאן אימפיטשט געווארן און צייטווייליג סוספענדירט געווארן פון אפיס דורך די ארטיגע רעפובליקאנער קאנגרעס.
ער איז אימפיטשט געווארן אויף באשולדיגונגען אז ער האט פארלעצט קאמפיין באשטייערונגען געזעצן, און אויף אביוז אוו פאוער, אבסטראקשן אוו דזשאסטיס און נאך.
די אפשטימונג איז דורך אין די ארטיגע סענאט 121-23, און ער איז צייטווייליג סוספענדירט פון אפיס ביז אן אפשטימונג אין די ארטיגע סענאט.
ער איז אימפיטשט געווארן אויף באשולדיגונגען אז ער האט פארלעצט קאמפיין באשטייערונגען געזעצן, און אויף אביוז אוו פאוער, אבסטראקשן אוו דזשאסטיס און נאך.
די אפשטימונג איז דורך אין די ארטיגע סענאט 121-23, און ער איז צייטווייליג סוספענדירט פון אפיס ביז אן אפשטימונג אין די ארטיגע סענאט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט אויפגעטריבן $8.2 מיליאן אין די ערשטע 24 שטונדן נאך וואס ער האט געמאלדן זיין פרעזידענטליכע קאמפיין, איבערשטייגענדיג די רעקארד פון $6.2 מיליאן וואס פרעזידענט ביידען האט געשאפן אין 2019.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
3 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 5 זענען פארוואונדעט געווארן פון א שיסעריי ביי א מאטארביציקל ראלי אין ניו מעקסיקא. פאליציי האבן ארעסטירט די שיסער.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום זונטאג מאי 28, 2023 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א מאן איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט געעפענט אן עמערדזשענסי טיר אויף אן אזיאנע עירליין פליגער, מינוטן בעפאר עס האט געלאדענט אין דרום קארעא.
דער מאן וועלכע שטייט אויס ביז 10 יאר טורמע, האט געזאגט פאר אויספארשער אז ער האט געוואלט קענען שנעל אראפגיין פון די פליגער.
10 מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונגען פאר אטאמען פראבלעמען.
דער מאן וועלכע שטייט אויס ביז 10 יאר טורמע, האט געזאגט פאר אויספארשער אז ער האט געוואלט קענען שנעל אראפגיין פון די פליגער.
10 מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונגען פאר אטאמען פראבלעמען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
טערקישער פרעזידענט ערדואן איז ערווארטעט צו געווינען די ארטיגע פרעזידענטליכע פארמעסט אין די היינטיגע ראנאף וואלן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
2 איראנע גרעניץ וועכטער און איין טאליבאנער קעמפפער זענען אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין א פייער אויסטויש ביי די גרעניץ פון אפגאניסטאן מיט איראן.
דאס קומט אלס טייל פון אן אנגייענדיגע געפעכט צווישן די 2 זייטן איבער וואסער רעכטן, אין וועלכע איראן באשולדיגט די טאליבאן אין באגרעניצן די וואסער פון די האלמענד ריווער פון אנקומען צו איראנע פראווינצן, עפעס וואס די טאליבאן לייקענט.
דאס קומט אלס טייל פון אן אנגייענדיגע געפעכט צווישן די 2 זייטן איבער וואסער רעכטן, אין וועלכע איראן באשולדיגט די טאליבאן אין באגרעניצן די וואסער פון די האלמענד ריווער פון אנקומען צו איראנע פראווינצן, עפעס וואס די טאליבאן לייקענט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א ניו דזשערסי אפעלאט געריכט האט פארגאנגענע פרייטאג געאורטיילט ווי א נידריגערע געריכט, און געזאגט אז רבי אשר אייזמאן האט רעכט פאר א פרישע טרייעל.
הרב אייזמאן, וועלכע האט געעפענט א מוסד פאר ספעציעלע קינדער, איז אנגעקלאגט געווארן מיט 9 פינאנציעלע קלאגעס. א דזשורי האט אים ריינגעוואשן אויף 7 אבער אים געפונען שולדיג אויף 2 וועלכע באציט זיך אויף אן אנגעבליכע $200,000 וואס ער האט ארויסגענומען פון די מוסד.
די ריכטער אויף די קעיס האט אים פאראורטיילט צו 60 טעג טורמע, אבער די פראקורארן זענען נישט געווען צופרידן און פארלאנגט אז א צווייטע ריכטער זאל אים פאראורטיילן.
ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס האט די בוכהאלטער עדות געזאגט אז די $200,000 איז בכלל נישט געווען געלט וואס הרב אייזמאן האט גענומען, נאר זיי האט עס פשוט אריינגעלייגט אין די קוויקבוקס צו באלאנסירן די ביכער, אבער הרב אייזמאן האט בכלל נישט געוויסט דערפון און עס זיכער נישט גענומען.
ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן די פראקורארן געוויסט דערפון גלייך פון אנהייב, אבער האבן דאס נישט מיטגעטיילט מיט די דזשורי אדער מיט די פארטיידיגונגס אדוואקאטן, עפעס וואס איז נישט געזעצליך.
יעצט האט די אפעלאט געריכט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידעריגע געריכט וועלכע פארלאנגט א פרישע טרייעל מיט די פרישע באווייזן וואס זענען אויפגעדעקט געווארן.

פרעזידענט ביידען ביי א פרעסע קאנפערענץ האט געמאלדן אז מען איז געקומען צו אן ענדגילטיגע אפמאך מיט קאנגרעס ספיקער מעקקארטי איבער די בודזשעט און דורכדעם פארמיידן אן ערשטמאליגער רעגירונג דיפאלט.
פרעזידענט ביידען זאגט אז די אפמאך גייט יעצט צום פולן קאנגרעס און האט גערופן פאר קאנגרעס עס צו דורכפירן.