@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע זאגט אז די ביידען פאמיליע האט ערהאלטן איבער א מיליאן דאלער נאך וואס א כינעזע קאמפאני האט אריבערגעפירט 3 מיליאן דאלער צו 'ראבינסאן וואלקער LLC', וועלכע באלאנגט צו א נאענט פארבינדעטער צו די ביידען פאמיליע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דער פוילישער פרעזידענט זאגט אז זיין לאנד וועט אין די קומענדיגע טעג שיקן 4 MiG-29 קאמפס פליגער קיין אוקריינע, ווערנדיג די ערשטע נאטא לאנד צו שיקן פליגער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א גרופע פון 11 אמעריקאנער פינאנציעלע ריזן, צווישן זיי טשעיס, באנק אוו אמעריקע, וועלס פארגא און סיטי, האבן געמאלדן אז זיי וועלן אריינלייגן $30 ביליאן אין דעפאזיטס אין די 'פירסט רעפובליק באנק', צו צייגן קאנפידענץ אין די באנק, וועמענ'ס סטאק ווערד איז גאר שטארק געפאלן אין די לעצטערע טעג אין רעזולטאט פון די אנגייענדע בענק קריזיס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
האנטער ביידען האט אריינגעגעבן א קאנטער קלאגע קעגן דער דעלאוועיר קאמפיוטער טעכניקער וועלכער האט געהאט איבערגעגעבן זיין לעפטאפ, זאגנדיג אז ער האט נישט געהאט קיין רעכטן דאס צו פארשפרייטן.
דאס קומט אלס רעאקציע צו א דעפעמעישאן אנקלאגע פונעם טעכניקער קעגן האנטער ביידען וועלכע נעמט אויך אריין קאנגרעסמאן עדעם שיף, CNN, פאליטיקא און אנדערע.
דאס קומט אלס רעאקציע צו א דעפעמעישאן אנקלאגע פונעם טעכניקער קעגן האנטער ביידען וועלכע נעמט אויך אריין קאנגרעסמאן עדעם שיף, CNN, פאליטיקא און אנדערע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אינטערנאציאנאלע געריכט אין האג האט ארויסגעגעבן אן ארעסט ווארענט קעגן רוסישער פרעזידענט פוטין, אויף באשולדיגונגען איבער קריג פארברעכנס וואס ער איז באגאנגען דורכאויס די קריג אין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דער פרעמיער מיניסטער פון סלאוואקיי האט געמאלדן אז זיין לאנד וועט שיקן 13 MiG-29 קאמפס פליגער קיין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די 'סיליקאן וועלי באנק פינאנציעלע גרופע' די שירעם פירמע פון 'סיליקאן וועלי באנק' וועלכע איז איבערגענומען געווארן דורך רעגולאטורן, האט איינגעגעבן פאר באנקראטירונג מיט איבער 2 ביליאן דאלער אין נוצליכע פאנדן.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום פרייטאג מארטש 17, 2023 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
כינעזער פרעזידענט שי זשינפינג וועט קומענדיגע וואך אפרייזן קיין רוסלאנד וואו ער וועט זיך טרעפן מיט פוטין.
רוסלאנד האט געזאגט אז די 2 לענדער וועלן אונטערשרייבן 'א פרישע עפאכע' אין באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט צום ערשטן מאל געפאוסט אויף פעיסבוק זינט מען האט געעפענט זיין אקאונט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מוצ"ש מארטש 18, 2023 11:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די יוסטיץ דעפארטמענט און FBI האבן געעפענט אן אויספארשונג אויף טיקטאק איבער באשולדיגונגען אז ארבעטער האבן שפיאנירט אויף זשורנאליסטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ זאגט אז ער וועט ארעסטירט ווערן קומענדיגע דינסטאג און רופט פאר זיינע שטיצער צו פראטעסטירן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי זאגט אז ער האט באפוילן קאנגרעס קאמיטעס אויסצופארשן אויב פעדעראלע געלטער ווערט גענוצט זיך צו מישן אין די וואלן דורך פאליטישע מאטיווירטע אויספארשונגען.אידישליך האט געשריבן: ↑מוצ"ש מארטש 18, 2023 8:53 pm
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ווייניגסטנס 13 זענען אומגעקומען נאך וואס א שטארקע 6.8 ערדציטערניש האט באטראפן עקוואדאר.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
רוסישער פרעזידענט פוטין האט אפגעשטאט אן אומגעמאלדענע באזוך אין די אקופירטע אוקריינישע שטאט מאריאפעל, אריבערפליענדיג די גרעניץ מיט א העליקאפטער אין די טינקלקייט פון די נאכט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
צפון קארעא זאגט אז פרייטאג אליינס האבן ארום 800,000 בירגער אין זייער לאנד וואלונטירט און זיך אנגעשלאסן אין זייער ארמיי צו קעמפן קעגן אמעריקע.
דאס קומט נאך וואס צפון קארעא האט דאנערשטאג ווידער ארויסגעשאסן אן אונטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסיל, אין די צייט וואס אמעריקע און דרום קארעא פירן דורך ברייטע געמיינזאמע מיליטערישע מושטירונגען.
דאס קומט נאך וואס צפון קארעא האט דאנערשטאג ווידער ארויסגעשאסן אן אונטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסיל, אין די צייט וואס אמעריקע און דרום קארעא פירן דורך ברייטע געמיינזאמע מיליטערישע מושטירונגען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דוד שטערן און זיין פרוי, וועלכע זענען אמעריקאנער - איזראעלי בירגער, זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי טעראר אטאקע אין חווארה.
שטערן, וועלכער איז א געוועזענער אמעריקאנער מארין, האט באוויזן צו שיסן דעם טעראריסט און אים פארוואונדעט, און זיכערהייט קרעפטן האבן אים שפעטער ארעסטירט.
שטערן, וועלכער איז א געוועזענער אמעריקאנער מארין, האט באוויזן צו שיסן דעם טעראריסט און אים פארוואונדעט, און זיכערהייט קרעפטן האבן אים שפעטער ארעסטירט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
שווערע ראיאטן זעצן פאר אין פראנקרייך נאך וואס ארטיגער פרעזידענט מאקראן האט דורכגעפירט א קאנטערווערסיאלע פענסיע רעפארם ביל אן קיין אפשטימונג.
די ביל, וועלכע העכערט די יארגאנג פון רעטייערמענט פון 62 צו 64, איז דורכגעפירט געווארן אין די פארלאמענט אן קיין אפשטימונג, נאר מאקראן האט גענוצט עפעס וואס ווערט גערופן "די נוקלעארע אפציע" וועלכע ערלויבט דורכצופירן בילס אן קיין געהעריגע אפשטימונג.
אין רעאקציע האט די אפאזיציע פארטיי אריינגעגעבן א פארלאנג פאר א נאו קאנפידענץ אפשטימונג קעגן מאקראן, וועלכע וועט אפגעהאלטן ווערן מארגן מאנטאג, אבער איז נישט ערווארטעט צו דורכגיין.
שווערע ראיאטן און אומרוען האבן אויסגעבראכן אין פאריז און אינערהאלב די גאנצע לאנד דורך קעגנער פון די ביל.

די FDIC האט געמאלדן אז די ניו יארק קאמיוניטי בענקארפ וועט אפקויפן און איבערנעמען סיגניטשור באנק, וועלכע איז איבערגענומען געווארן דורך די רעגירונג מיט א וואך צוריק.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג איז אנגעקומען אויף אן אפיציעלע דריי טאגיגע באזוך אין רוסלאנד וואו ער וועט זיך טרעפן מיט פוטין.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי ווען ער איז געפרעגט געווארן ביי א פרעסע קאנפערענץ איבער פראטעסטן אויף די מעגליכע ארעסט פון טראמפ האט געזאגט "איך האלט נישט אז מענטשן זאלן דאס פראטעסטירן, ניין. און איך האלט אז פרעזידענט טראמפ, אויב דו רעדסט צו אים, האלט אויך נישט אזוי".
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די העכסטע רעפובליקאנער אויף די קאנגרעס דזשודישיערי קאמיטע האבן פארלאנגט קאמיוניקאציע רעקארדס, דאקומענטן און עדות'שאפטן פון מאנהעטן דיסטריקט אטורני אלווין ברעג אין פארבינדונג מיט די מעגליכע ארעסט פון געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די נאו קאנפידענץ אפשטימונג קעגן פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן איז דורכגעפאלן מיט 9 שטימען ווייניגער ווי די 287 וואס עס פארלאנגט זיך אז עס זאל דורכגיין.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן די ביל וועלכע פארלאנגט צו פובליצירן אלע שפיאנאזש מאטריאל אנבאלאנגט די אריגינעלע אפשטאם פון די קאוויד ווירוס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אור אשקר, א 33 יעריגער וועלכע איז געווען איינע פון די 3 מענטשן וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין די תל אביב שיסעריי טעראר אטאקע מיט 11 טעג צוריק, איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
2 זענען אומגעקומען און נאך 5 זענען פארוואונדעט געווארן, 2 פון זיי קריטיש, ווען א קאר האט פארלוירן קאנטראל און אריינגעקראכט אין א גרופע פיסגייער אויף 18 און 65, נעבן די היימישע בארא פארק.
די קאר, וועלכע איז לויט פאליציי געפירט געווארן דורך א 49 יעריגער פארשוין וועלכע איז ווארשיינליך געווען אנגעטרינקען, איז דורכגעפלויגן א רויט לייט עטליכע גאסן בעפאר, פארענדיג גאר ווילד און שנעל. פאליציי האבן ארעסטירט דעם דרייווער.