אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט דינסטאג באזוכן באפעלאו, און זיך טרעפן מיט פאמיליע פון געשעדיגטע אין די שיסעריי.
פרעזידענט ביידען האט היינט באזוכט באפעלאו, די ארט פון די שוידערליכע שיסעריי, און געגעבן אן עמאציאנאלע רעדע, אין וועלכע ער האט אנגערופן ווייסע סופרעמעסי א 'סם', און אנגערופן די שיסעריי אן אקט פון דאמעסטישע טעראריזם.
די אוקריינישע רעגירונג האט אפיציעל באפוילן די פארבליבענע קעמפפער אין די אזאווסטאל קאמפלעקס, וועלכע געפונט זיך אין מאריאפעל, און איז די לעצטערע פאר וואכן געווען פולקאם ארומגערינגלט דורך רוסישע קרעפטן, און אויסגעשטאנען נאכאנאנדע ברוטאלע אטאקעס, צו אפיציעל אראפלייגן די געווער.
אוקריינע האט געזאגט אז זייער ציל איז צו עוואקואירן די פארבליבענע קעמפפער, און זייער ראלע צו קעמפפן איז פאראיבער.
דעמאקראטישע גרופעס אין וויסקאנסין האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין אן ארטיגע סטעיט געריכט, קעגן א גרופע פון 12 עלעקטארס וועלכע האבן אפגעגעבן זייער עלעקטארל שטימע פאר דאנעלד טראמפ ביי די 2020 וואלן, טראץ דעם וואס דזשאו ביידען איז דערקלערט געווארן געווינער פון דעם שטאט.
אויטאריטעטן זאגן אז דער ברוטאלער באפעלאו שיסער האט בעפאר די אטאקע באטראכט די מעגליכקייט פון אויספירן די שיסעריי אין חסידישע געגנטער אין טאמס ריווער, לעיקוואד און דזשערסי סיטי.
די דריטע קאנדידאט איז קעיטי בארנעט וועלכע איז די מערהייט פון די פארמעסט געווען גאר הינטערשטעליג אין די אנקעטעס אבער נאכן אויסנעמען שטארק ביי די דעבאטע האט זי געקריגן שטארקע מאָמענטום אינערהאלב די שטארק קאנסערוואטיווע לאגער פון די פארטיי.
די אויסקום פון די פארמעסט איז דערווייל א גאר שמאלע, מיט יעצטיגע נומערן וואס זענען 400,422 פאר דר. אָז, און 399,444 פאר מעקקאָרמיק. די פארמעסט קען מעגליך גיין פאר אן אויטאמאטישע איבערציילונג, צוליב וואס די ארטיגע געזעץ פארלאנגט פאר פארמעסטן וועלכע זענען אין די 5%. צו גיין פאר אן אויטאמאטישע איבערציילונג.
ביידע קאנדידאטן האבן יעצט ביינאכט פארשפראכן צו פארזעצן די פארמעסט, ביז די ענדגילטיגע קלארע רעזולטאטן.
אויף די דעמאקראטישע זייט איז דער אמטירנדער לוטענאנט גאווערנער דזשאן פעטערמאן, דערקלערט געווארן זיגער אין די פארמעסט, פעטערמאנ'ס קאמפיין האט געכאפט א שטיקל שאקל מיט עטליכע טעג צוריק ווען ער האט געכאפט א סטראוק און האט געברויכט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל, אבער האט זיך אנטזאגט פון זיך ארויסציען, ער איז ערווארטעט זיך צו ערהוילן.
אין די ארטיגע גאווערנער פארמעסט האט דער סטעיט סענאטאר דאג מאסטריאנא, וועלכער האט ערהאלטן א לעצט מינוטיגע טראמפ אינדארסירונג, געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי, און באזיגט די אנדערע צוויי קאנדידאטן.
די פארמעסט ציהט אויך שטארקע אויפמערקזאמקייט צוליב וואס מאסטריאנא האט געוואונען טראץ וואס די פארטיי פירערשאפט, נאציאנאל און אין די סטעיט, האבן אין די לעצטע 2 טעג זיך צוזאמגעשטעלט צו שטיצן אן אנדערען קאנדידאט אין א פרואוו אים אפצוהאלטן פון געוואונען. ער וועט וועט זיך פארמעסטן קעגן דעם דעמאקראט, דזשאש שפירא, דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל פון די סטעיט, וועלכער איז געלאפן אן קיין פריימערי קעגנער.
טאמאס לעין, איינע פון די געוועזענע מינעסאטע פאליציי אפיצירן וועלכע איז געווען פארמישט אין די מארד פון דזשארדזש פלויד, האט זיך דערקלערט שולדיג אין צווייטע דעגרי 'אומווילנדיגע מארד'.
אלס טייל פון די פליע דיעל, וועט ער זיצן 3 יאר אין טורמע פארדעם, און וועט דאס אויסדינען צוזאמען מיט זיין טורמע טערמין אין די פעדעראלע אנקלאגע פון פארלעצן די ציווילע רעכטן פון פלויד, וואס ער האט נאכנישט באקומען קיין טורמע טערמין.
ערשטע געפונסן פון אן אמעריקאנער אויספארשונג אין די כינעזע עראפלאן קראך וועלכע האט אומגעברענגט 132 מענטשן, זאגט אז דאטא פון די שווארצע קעסטל צייגט אז איינער אין די קאקפיט האט מעגליך ווילענדיג אראפגעקראכט דעם פליגער.
די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זאגט אז זיי שטעלן דערווייל אפ די פרישע 'דיסאינפארמאציע איבערזיכט בארד', נאך וואס די פירערין פון די בארד איז אויסגעשטאנען א שווערע ווידערשטאנד פון רעפובליקאנער.
נאציאנאלע זיכערהייט עדווייזער דזשעק סאליוואן האט געווארענט איבער א מעגליכע נוקלעארע אדער מיסיל טעסט פון צפון קארעא דורכאויס די באזוך פון פרעזידענט ביידען אין דרום קארעא און יאפאן, מאי 20.
ביי אן אווענט האט געוועזענע פרעזידענט בוש בטעות געזאגט "די החלטה פון איין מאן (פוטין) אנצוהייבן אן אומפארענטפערטע און ברוטאלע אינוואזיע אויף איראק... כ'מיין, אוקריינע..."
חבר הכנסת ג'ידא רינאוי-זועבי פון די מרץ פארטיי האט געמאלדן אז זי זאגט זיך אפ פון די רעגירונג, לאזענדיג די קאאליציע מיט א מינאריטעט פון 59 זיצן און די אפאזיציע מיט 61.