אוקריינע, פוילן און די ליטא האבן דערגרייכט אן אפמאך מיטן ציל צו פארשנעלערן די אוקריינער תבואה עקספארטן און פארגרינגערן די שפאנונגען צווישן פוילן און אוקריינע.
די הסכם שטעלט צו דאס אריבערפירן די תבואה אונטערזיכונגן פון די אוקריינער-פוילישער גרעניץ צו די פארט פון די ליטא, וואס וועט פארגרינגערן די ליפערונג פון אוקריינער עקספארטן דורך פוילישע טעריטאריע. די אינטערזיכונגן אויף די תבואה פאר Pests און פלאנצן קראנקהייטן וועלן דורכגעפירט ווערן אינעם פארט פון קלאיפעדא אין די ליטא, נאכדעם וועט מען קענען עקספארטירן תבואה איבער דער וועלט דורכ'ן ים.
דער באשלוס וועט אויך העלפן רעדוצירן די שפאנונג צווישן פוילן און אוקריינע איבער די תבואה פרייזן.
- אסאושיעטעד פרעס
רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 20756
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
- אטעטשמענטס
-
- 20231003_101451.jpg (189.79 KiB) געזען 161 מאל
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 14198
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
פרעזידענט זעלענסקי האט באזיכט אינעם כארקאוו ראיאן ווי ער האט געטיילט מעדאלן און באקומען א באריכט פון עטליכע בריגאדעס וואס זענען אקטיוו אינעם קויפיאנסק דירעקציע