רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

יש לו מנה האט געשריבן:@פאלעסיידס האט געזעהן אז @טשאדל איז דא איז ער געקומען צו לויפן, האבן מיר צוויי מאל הנאה געהאט.

סאיז דאך שוין לאנג באקאנט אז סאיז געשמאק צי פארען אויפען פאליסיידס... :grin: :grin: :grin:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24205
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמעריקע וועט שיקן עטליכע מיליטערישע שיפן צום שווארצן ים, צו שיקן א שטרענגען מעסעדזש צו רוסלאנד וועלכע האט אנגעהויבן בונטעווען מיט א מעגליכע אוקריינע אינוואזיע.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

ארדואן זאגט אז רוסלאנד/אוקריינע אנגעצויגנקייט זאל קומען צו א פרידליכע ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

דער טערקישער פרעזידענט, 'ראסאפ טייעפ ארדואן', האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט וולאדאמיר פוטין, און האט אים געבעטן אז רוסלאנד זאל זען צו שליכטן די אוקריינע קאנפליקט מיט שלום, און אן קיינע מענטשליכע פארלוסטן.

ווי שוין דערמאנט פאריגע וואך, האט די אנגעצויגנקייט ביי די רוסישע/אוקריינע גרעניץ זיך פארשטארקערט, און אמעריקע האט פארשטארקערט זייער אנוועזנהייט אין יענעם ראיאן.
JP
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24205
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איינער קען אריין קומען קלאר? וואס זאל ווען זיין רוסלאנד'ס כוונות? דזשאסט איינעמען אוקריינע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@פעיק איך האב ערווארט, און איך ערווארט נאך אלס אז טאקע דו זאלסט זיין דער וואס זאל אריינקומען מיט א מאס קלארקייט וואס אזאנס גייט פאר.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

פעיק ניוז האט געשריבן:איינער קען אריין קומען קלאר? וואס זאל ווען זיין רוסלאנד'ס כוונות? דזשאסט איינעמען אוקריינע?

ער וויל וייזן שטארקייט פאר זיין פאלק אין געבן א פליק פאר ביידן
מיין מיינוג
הצלחה
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24205
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש לו מנה האט געשריבן:@פעיק איך האב ערווארט, און איך ערווארט נאך אלס אז טאקע דו זאלסט זיין דער וואס זאל אריינקומען מיט א מאס קלארקייט וואס אזאנס גייט פאר.

איך ווייס נישט פונקטליך. וויפיל איך האב געזען, האט עס צוטון מיט דאס וואס זינט פעברואר, האבן די פראו רוסלאנד סעפעראטיסטן אין מזרח אוקריינע, געבראכן דעם פייער אפשטעל אפמאך, וואס זיי האבן אויסגעהאמערט מיט די אוקריינישע גאווערמענט, פארגאנגענעם זומער. יעדע שטיק צייט הערט מען אז אוקריינישע סאלדאטן ווערן גע'הרג'עט דורך די פראו ראשע קרעפטן.

וואס פוטינ'ס חשבון איז פונקט יעצט, קען זיין פילפאכיג. אדער וויל ער טעסטן ביידענ'ס שטארקייט, אדער ווי שטארק די אליאנץ צווישן אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט קעגן רוסלאנד איז. אדער קען זיין אז ער וויל אנזייען כאאס און צוריק אויפפלאקערן די קריג וואס איז אנגעגאנגען דארט אין יאר 2014, כדי צו צווינגען אוקריינע צו קומען פארהאנדלען פאר נאך א פייער אפשטעל, און אזוי ארויסבאקומען פון זיי געוויסע קאנסעציעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

מיין קאנטערווערסיע איז אז דער פטונען איז טיעף באליידיגט אויף דעם אלטן ביידן פארן אים אנרופן מערדער וויל ער אים אריין שלעפן כיטרערהייט אין א מלחמה אין ניטאמאל זיין שילדיג ווייל ווער האט אים געבעטן זיך אריין צושטיפן זיין נאז אין אומגעבענע פלעצער און אזוי וועט ער נאך האבן געגלעגנהייט אריינצגעבן פארן מלך זקן וכסיל און מער פינקליך מסביר זיין וואס מיינט א מערדער
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

רוסלאנד געמאלדן אז זיי האבן געכאפט אן אוקריינא דיפלאמאט -אלעקסאנדער סאסאניוק- פרובירנדיג צו באקומען צוטריט צו געהיימע אינפארמאציע.

אוקריינא לייקענט די באשולדיגונג אז סאסאניוק זאל האבן געווען א שפיאן.

רוסלאנד האט אהיימגעשיקט דעם סאסאניוק, און אוקריינא זאגט אז זי וועט רעאגירן מיט ענליכע שריט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

רוסלאנד אינוואדירט מזרח אוקריינע - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די אנגעצויגענע שטימונג צווישן אוקריינע און איר שכן דער רוסישער בער איז נישט ניי. אוקריינע שטייט כסדר אויס אגרעסיעס. פעסטע ציפעס פון רוסלאנד. אמאל גרעבערע און אמאל די מער פיצי ציפעס...

די לעצטיגע טעג האט רוסלאנד פארשטארקערט אירע קרעפטן ארום די גרעניצן מיו אוקריינע. א פולשטענדיגער אינוואזיע דורך רוסלאנד אריין קיין אוקריינע איז נישט מוכרח לע"ע, אבער די לעצטיגע מושטירונגען און טויזנטער רוסישע טרופן אונטער די פיס איז געניג אויף צו שטעלן די אוקריינער אויף א הויכער אלערט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקאנער אינטעלידזשענס ווייזט אז רוסלאנד האט די פעאיגקייט און מאבילעזאציע פאר א אוקריינער אינוואזיע. מיט שווערע טויזנטער רעזערוו טרופן און ארטילעריע גאנץ נאנט צו אוקריינע. אויף א שטאפל סך שטארקער פון סיי ווען אין די לעצטע עטליכע יאר-צענדליג
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וואס פוטינס כוונות זענען און וואס עס איז זיין ענטגילטיגער ציל יעצט איז נישט 100% קלאר.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

:lol: פיצי ציפעס איט איז..
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24205
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נישט דא קיין שום סיבה אז דאס זאל נישט פאסירן. אמעריקע וועט גארנישט טון דערקעגן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

לויט אוקריינע מיליטער אינטעלידזשענס גרייט זיך רוסלאנד צו אינוואדירן אוקריינע אין די מער אנהייב פון קומענדיגער יאר, מיט סך א שטארקערע קראפט ווי סיי ווען.

---
וועלן זיי טאקע? דו קענסט אים נישט אויספיגערן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסלאנד האט געשיקט 92 טויזנט טרופן צו איר מערב גרעניץ וואס גרעניצט זיך מיט אוקריינע זאגט אוקריינער בריגאדיר גענעראל
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

רוסלאנד פלאנט נישט גארנישט סתם אמעריקאנער ווילען אנדרייען עפעס צווישן אוקריינע און זייער פרידליכע שכנים
מקור ?
קרעמלין ווארטזאגער דימיטרי פעסקאוו

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/50833
די קרעמלין באשולדיגט די מערב וועלט אויף בייזוויליג אינטערצינדן אן אנגעצויגענקייט ארום אוקראינא
א' וישב פ״ב

קרעמלין ווארטזאגער דימיטרי פעסקאוו זאגט אז מיט אזא רעטאריק פון אמעריקא קען מען נישט אויסשליסן א פראוואקאציע. זיינע ווערטער קומען א טאג נאכדעם וואס דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אויסגעדרוקט טיפע זארג איבער רוסישע אקטיוויטעטן ביים גרעניץ, נאכדעם וואס אוקראינא האט געווארענט אז רוסלאנד גרייט זיך מעגליך פאר אן אטאקע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אוקריינער אינטעלידזשענס האבן ארויסגעשטעלט א מאפע דעטאלירענדיג זייער שאצונג וויאזוי א רוסישער אינוואזיע וועט זיך אויסשפילן.

רוסישע קרעפטן וועלן אריינדרינגען אין לאנד פון צפון, מזרח און דרום.

בערך 40 רוסישע BTG גרופעס ארום אוקריינע. יעדעס אזא בט"ג - ב"אטאליאן ט"אקטיקעל ג"רופע באשטייט פון בערך 700 ביז 900 טרופן. א קליינער קאמפס גרייטע ארמיי

[די שטח אינעם וואסער וואס האט די ליניעס אויף זיך איז די באקאנטע קריימיע אינזל]

20211122_211829.jpg
20211122_211829.jpg (106.34 KiB) געזען 38693 מאל

געוויס ענטהאלט די ברייטע שאצונג וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט חלקים וואס זענען מעגליך שפעקולאציעס.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 18157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יישר כח האט געשריבן:רוסלאנד פלאנט נישט גארנישט סתם אמעריקאנער ווילען אנדרייען עפעס צווישן אוקריינע און זייער פרידליכע שכנים
מקור ?
קרעמלין ווארטזאגער דימיטרי פעסקאוו

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/50833
די קרעמלין באשולדיגט די מערב וועלט אויף בייזוויליג אינטערצינדן אן אנגעצויגענקייט ארום אוקראינא
א' וישב פ״ב

קרעמלין ווארטזאגער דימיטרי פעסקאוו זאגט אז מיט אזא רעטאריק פון אמעריקא קען מען נישט אויסשליסן א פראוואקאציע. זיינע ווערטער קומען א טאג נאכדעם וואס דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אויסגעדרוקט טיפע זארג איבער רוסישע אקטיוויטעטן ביים גרעניץ, נאכדעם וואס אוקראינא האט געווארענט אז רוסלאנד גרייט זיך מעגליך פאר אן אטאקע.

סדערמאנט מיר ווי טשיינע באשילדיגט אמעריקא אז זיי זאלן סטאפן צו דורכפירן סייבער אטאקעס (אוי אמעריקא טוט עס אפילו נישט זיי זענען נישט בכח נו שוין)
בקיצור סאיז א ענטפער אויב זיי גייען אינוואדירן אוקריינע און אז סאיז געווען געצווינגענערהייט
באקומט די פרישסטע נייעס אינעם אידישן וועלט אויף 'סטאטוס'

קליקט דא זיך אויפצוסיינען

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24205
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פון וועלכע רעטאריק רעדט ער? כאמורא אז ביי אים גייט נאך אן דער קאלטער קריג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קרעמלין היינט: "רוסלאנד האט נישט קיין שום פלענער צו אטאקירן קיינעם"

---
מאנכע וואס זענען אויפגעוואקסן אינטער קאמאניזם זאגן אז אזא טאן מאכט זיי גלייבן דווקא די פארקערטע משמעות.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ראזמאן קאדיראוו - רוסיש געשטיצטער - טשעטשניער פירער האט אנגעהויבן דורכפירן מיליטערישע עקסערסייז ביי די גרעניץ מיט אינגאסעטיע
20211123_113304.jpg
20211123_113304.jpg (281.81 KiB) געזען 38417 מאל
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אדער וויל פוטין אינוואדירן אוקריינא, אדער וויל ער טאן עפעס אנדערש נאך מער געפערליך און די אוקריינא שטיק איז א קאמופלעזש צו דיסטרעקטן.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אדער וויל סתם אנזיין כאאס ביי נאטא
אין עוד מלבדו
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

וואס זאל פוטין פארדינען פון אינוואדירן אוקריינא? ער וויל עס אנעקסירן צו רוסלאנד?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”