נקדימון האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 9:27 am
די אוקריינער פארשריט די חודש פון נאוועמבער איז געווען די שוואכסטע. די ערשטע פינעוו חדשים פין די קאנטער-אפענסיווע איז אויך געווען גאר קליינע זאכן אבער די חודש איז עס א סך ווייניגער. חודש יוני (וואס זיי האבן נאכנישט געדארפט געינען טעריטאריע) איז גאר געווען די מערסטע מיט זעראו פוינט פיר ברעקלעך פון איין פראצענט.
די צענטערפונקט פון די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע זעט שוין אויס צו זיין פאריבער אין מערסטענס טייל פאר א וויילע. די ברייטע אפענסיווע פאדערט געוויס א לענגערע באהאנדלונג. עס אינוואלווד נישט נאר טעריטאריע.
דאס איז קלאר אז די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע האט נישט דעליווערט וואס עס האט געזאלט דעליווערן לויט די ערווארטונגען אין קיעוו.
אייגענטליך, דורכאויס די חודש פון נאוועמבער איז די אוקריינער פארשריט גאר געווען אין א מינוס.
די רוסן זענען אריינגעקומען מיט נעט געין פון א ברעקעלע. פיר סקווער קילאמעטער טעריטאריע.
דאס צייכנט אפ די קלענסטע נעט טויש אין טעריטאריע פער חודש דורכאויס די לעצטע איבער צוואנציג חדשים זייט די קריג האט זיך אנגעהויבן.