רוסישע אנטאנאוו 124 זענען געזען געווארען לאנדען 9 מאל די פארגאנגענע 7 טעג אין זשענזשו -א גרויסע אינדוסטריע שטאט- ווי זיי האבען לויט באריכטען אויפגענומען שווערע מיליטערישע הילף,
רוסלאנד פלעגט שוין נעמען הילף -באהאלטענערהייט- פון איראן טשיינע און צפון קארעא די פארגאנגענע חדשים אבער סאיז בעיקר געגאנגען דורך די טרעין סיסטעם,
יעצט קוקט אויס ווי רוסלאנד ברויך קריטיש די כלי משחית,
און זיי האבען אויפגעבויעט א אזוי גערופענע עיר טרעין פון טשיינע,
רוסלאנד האט אויסגעלאשען די טראנספענדערס אויפן פליגער די וועג צוריק פון טשיינע מען זאל נישט קענען טרעקען ווי די סחורה גייט
רוסלאנד לויפט נידריג אויף מיסילס, דראונס, און מיסיל חלקים וועלכע שפילען יעצט א וויכטיגע ראלע אין פוטינס נייע סטראטעגיע אויסציהונגערען אוקריינע און זיי פארפרירען, און דער צייט וואס ער ווארפט אריין שווארמעס טויזענטע טויזענטע רוסישע בירגער; גראד אין פייער אריין, וואס זאלען פשוט איבערפארען די באקומט פראנט, א געשאצטע "צען טויזענט" רוסישע בירגער זענען געשטארבען אין בלויז פיר וואכען, די געשטארבענע מענטשען ביי באקמוט זענען וואס פוטין האט פארכאפט פון רוסלאנד און פון אוקריינע,
אויך לויפט פוטין נידריג אויף פשוטע אמוניציע און ארטילערי שעלס וועלכע ער ברענגט פון צפון קארעא דורך באנען,
לויט באריכטען האבען זיך פילפאכיג פארמערט די צוואנגס ארבעטער אין קארעא ווי מהאט ארויפגעשרויפט די פראדוקציע פון אמוניציע, אוקריינע אינטעל האט באקומען באריכטען אז רוסלאנד האט זאגאר אריבערגעברענגט די צוואנגס ארבעטער אין פארבריקען און רוסלאנד אריבער די גרעניץ,
איבער די גאנצע לענג פון דאנעצק פון אויבן ביי ספירני ביז אונטן ביי פאווליווקא האבן די רוסן דורכגעבראכן אפאר דעפענס ליניעס די לעצטע פאר טעג.
בעיקר איז עס צפון באקמוט ביי Spirne ווי די רוסן האטבן האלבוועגס איינגענומען דעם שטאט.
אזוי אויך דרום באקמוט ווי זיי האבן דורכגעבראכן די דעפענס ביי Ozarianivka און היינט גייען זיי ווייטער ארויף צו באקמוט און אטאקירן Kurdyumivka
אזוי אויך ארום Avdiivka
אויב סטאבאלאזירן נישט די אוקריינער די מצב ארום די אלע שטעט זענען זיי אין א שווערע מצב. עס איז שווער צו מאכן פרישע טרענטשעס יעצט. און די דעפענס ליניעס זענען געווען שטארקע דעפענס פאר חדשים.
דעס איז אלטע נייעס פון בערך 5 טעג צוריק, און זייט דעמאלטס איז יענע גאנצע געגנט אין די גרעי זאון וואס טייטשט אז סבאלאנגט נישט פאר קיינעם.
אוקריינע האט שוין זייט דעמאלטס אפגעשטעלט רוסלאנד'ס עדווענסמענט און אריינגעברענגט מער סאלדאטן, די סיסטעם וויאזוי אוקריינע פייט דארט איז גאנץ מסודר, זיי טוישן יעדע פאר טעג די סאלדאטן פון די ערשטע דעפענס ליין און טראגן זיי צו די דריטע ליין ווי דארט רוהט מען זיך אויס און נאכדעם גייט מען צוריק, משא"כ ביי די רוסן ווי נאר די טיקטאקערס זענען ביי די דריטע דעפענס ליינס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
רוסישע אנטאנאוו 124 זענען געזען געווארען לאנדען 9 מאל די פארגאנגענע 7 טעג אין זשענזשו -א גרויסע אינדוסטריע שטאט- ווי זיי האבען לויט באריכטען אויפגענומען שווערע מיליטערישע הילף,
רוסלאנד פלעגט שוין נעמען הילף -באהאלטענערהייט- פון איראן טשיינע און צפון קארעא די פארגאנגענע חדשים אבער סאיז בעיקר געגאנגען דורך די טרעין סיסטעם,
יעצט קוקט אויס ווי רוסלאנד ברויך קריטיש די כלי משחית,
און זיי האבען אויפגעבויעט א אזוי גערופענע עיר טרעין פון טשיינע,
רוסלאנד האט אויסגעלאשען די טראנספענדערס אויפן פליגער די וועג צוריק פון טשיינע מען זאל נישט קענען טרעקען ווי די סחורה גייט
רוסלאנד לויפט נידריג אויף מיסילס, דראונס, און מיסיל חלקים וועלכע שפילען יעצט א וויכטיגע ראלע אין פוטינס נייע סטראטעגיע אויסציהונגערען אוקריינע און זיי פארפרירען, און דער צייט וואס ער ווארפט אריין שווארמעס טויזענטע טויזענטע רוסישע בירגער; גראד אין פייער אריין, וואס זאלען פשוט איבערפארען די באקומט פראנט, א געשאצטע "צען טויזענט" רוסישע בירגער זענען געשטארבען אין בלויז פיר וואכען, די געשטארבענע מענטשען ביי באקמוט זענען וואס פוטין האט פארכאפט פון רוסלאנד און פון אוקריינע,
אויך לויפט פוטין נידריג אויף פשוטע אמוניציע און ארטילערי שעלס וועלכע ער ברענגט פון צפון קארעא דורך באנען,
לויט באריכטען האבען זיך פילפאכיג פארמערט די צוואנגס ארבעטער אין קארעא ווי מהאט ארויפגעשרויפט די פראדוקציע פון אמוניציע, אוקריינע אינטעל האט באקומען באריכטען אז רוסלאנד האט זאגאר אריבערגעברענגט די צוואנגס ארבעטער אין פארבריקען און רוסלאנד אריבער די גרעניץ,
דייטשע פרעזידענט שטיינמייער אין א אינטערוויו מיט די Deutsche Welle צייטונג זאגט אז ער זעהט נישט די מעגליכקייט יעצט פון א פייער אפשטעל צווישן אוקריינע און רוסלאנד.
"א פייער אפשטעל אין דעם יעצטיגען מאמענט וועט מיינען א דע פאקטא אנערקענונג פון אן אומרעכט וואס האט שוין פאסירט. א פייער אפשטעל יעצט, מיינט אז רוסלאנד וועט אנהאלטן די אקופירטע טעריטאריען. עס מיינט אז גרעניצן און אינטערנאציאנאלע געזעצען זענען פארלעצט געווארן און לאנד איז צוגעכאפט געווארן. און דאס אלעס וועט ערלויבט ווערן אויב עס איז דא א פייער אפשטעל."
ביידע זייטן פלאגן זיך מיט די יעצטיגע מאראסטיגע וועטער וואס געשעהט ווען סאיז נאכנישט 0 צעלזיוס פאר א לענגערע צייט, וואס מאכט אז די רעגן און שניי ברענגן אן טיפע מאראסטיגע זומפן סיי אויף די וועגן און טראקס זינקען איין און סיי אין די טרענטשעס וואס מאכט אומעגליך צו קענען דורכפירן א סוקסעפולע אפאראציע...
אין סעפטעמבער האט מען שוין פארגעזאגט אז דעס וועט געשען, און וועגן דעם האבן זיי זיך געיאגט מיט כערסאן. יעצט ווארטן זיי אויף חצי דעצעמבער וואס דעמאלטס וועט זיין אינטער די פרירונג פונקט און וועט פארהארטעווען די ערד, וואס וועט ברענגען צוויי גוטע זאכן, איינס א סוף צו די מאראסט, צוויי די רוסן וועלן זיין אויסגעשטעלט צו די קעלט אן געהעריגע קליידער.
אלזא איז נישטא צו ערווארטן עפעס גרויסע שינוים אויפן מאפע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
א קרענק האט זיך פארשפרייט אין א מאביק באזע אין רוסלאנד. לויט די לאקאלע נייעס זענען די שפיטעלער ארום פיל מיט קראנקע סאלדאטן, זיי באשולדיגן די שלעכטע אומשטענדן אין וואס די סאלדאטן געפינען זיך.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
אין די צייט וואס די רוסן טרייען צו שטורעמען די געגנט ארום באקומט באריכטן רוסישע טשענעלס אז די מצב נעבן קרעמניע איז גאר שלעכט, די אוקריינישע מיליטער קנאקט אריין אין זיי און סהעלפט נישט קיין ריאנפארסמענט.