אווא וו'וואווה א שכח פון נקדימון די שווער פון ר' עקיבה אליינס יעצט דארף איך שוין טאקע איבער קוקען וואס כהאב צאם געשריבען פריער סזאל זיין ראוי להעלות על שלחן של מלכים
איך האב עס איבערגעקוקט, ס'איז ראוי
שכח, איך ווייס פון וואס די האסט הנאה אין ממעג הנאה האבען אין מדארף נישט אגריען אדרבה זאל זיך דער עולם אויסלערנען פון דיר אז מגעט חיזוק ווען איינער שרייבט איטס פאר ענטערטעמענט פורפיס אלני והלכה ולא למעשה
אווא וו'וואווה א שכח פון נקדימון די שווער פון ר' עקיבה אליינס יעצט דארף איך שוין טאקע איבער קוקען וואס כהאב צאם געשריבען פריער סזאל זיין ראו להעלות על שלחן של מלכים
שטארק הנאה געהאט פון זיין לענגערע באריכטאנאליז (הערה: ר' עקיבא'ס שווער איז געווען בן כלבא שבוע)
אווא וו'וואווה א שכח פון נקדימון די שווער פון ר' עקיבה אליינס יעצט דארף איך שוין טאקע איבער קוקען וואס כהאב צאם געשריבען פריער סזאל זיין ראו להעלות על שלחן של מלכים
שטארק הנאה געהאט פון זיין לענגערע באריכטאנאליז (הערה: ר' עקיבא'ס שווער איז געווען בן כלבא שבוע)
אה מיי.. אזא מיסטעיק צי מאכען!
איינמינוט פאר עפעס א ריזען האב איך געשריבען נקדימון עפעס ליגט מיר אין קאפ, אפשר האבען ביידע געמאכט גרובער וואסער פאר די עולי רגלים? ניין דעס איז געווען ר' נחוניה
א מינוט, אפשר איז כלבא שבוע געווען נאר נקדימוןס ניק נאמען? ער האט געהייסען כלבא שבוע ווייל ער האט געהאט א ר' ישעילעס קאך אין ירושלים בינעך שוין נייגעריג ווער נקדימון איז טאקע געווען
אווא וו'וואווה א שכח פון נקדימון די שווער פון ר' עקיבה אליינס יעצט דארף איך שוין טאקע איבער קוקען וואס כהאב צאם געשריבען פריער סזאל זיין ראו להעלות על שלחן של מלכים
שטארק הנאה געהאט פון זיין לענגערע באריכטאנאליז (הערה: ר' עקיבא'ס שווער איז געווען בן כלבא שבוע)
אה מיי.. אזא מיסטעיק צי מאכען!
איינמינוט פאר עפעס א ריזען האב איך געשריבען נקדימון עפעס ליגט מיר אין קאפ, אפשר האבען ביידע געמאכט גרובער וואסער פאר די עולי רגלים? ניין דעס איז געווען ר' נחוניה
א מינוט, אפשר איז כלבא שבוע געווען נאר נקדימוןס ניק נאמען? ער האט געהייסען כלבא שבוע ווייל ער האט געהאט א ר' ישעילעס קאך אין ירושלים בינעך שוין נייגעריג ווער נקדימון איז טאקע געווען
די גמרא אין גיטין דאכט זיך ברענגט אז נקדימון און בן כלבא שבוע און נאך א עושר, האבן צוזאמען געקענט אויסהאלטן גאנץ ירושלים פאר אסאך יארן.
פארצייטיש האט געשריבן:די גמרא אין גיטין דאכט זיך ברענגט אז נקדימון און בן כלבא שבוע און נאך א עושר, האבן צוזאמען געקענט אויסהאלטן גאנץ ירושלים פאר אסאך יארן.
אווא וו'וואווה א שכח פון נקדימון די שווער פון ר' עקיבה אליינס יעצט דארף איך שוין טאקע איבער קוקען וואס כהאב צאם געשריבען פריער סזאל זיין ראו להעלות על שלחן של מלכים
שטארק הנאה געהאט פון זיין לענגערע באריכטאנאליז (הערה: ר' עקיבא'ס שווער איז געווען בן כלבא שבוע)
אה מיי.. אזא מיסטעיק צי מאכען!
איינמינוט פאר עפעס א ריזען האב איך געשריבען נקדימון עפעס ליגט מיר אין קאפ, אפשר האבען ביידע געמאכט גרובער וואסער פאר די עולי רגלים? ניין דעס איז געווען ר' נחוניה
נקדימון בן גריון אויך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מענטשען שרייבען פריוואט איך זאל אריינקומען מער איבער די שווארצע ים (Black Sea) די מאפע די סטראטעגישע זיכערהייט דארטען, וויפיל לענדער זענען אינוואלווד, ווער איז בעל הבית, און וואס פאר א ראלע סשפילט יעצט, אין וואס פאר א ראלע סהאט געשפילט ביים קאלטען קריג,
כהאפ צי האבען שפעטער אביסעל מער צייט
איך וועל טרייען מיך צי האלטען ווי מער צי די דאזיגע פאקטען אין נישט אריינפארען אין די פאליטיק פארבינדען מיט דעם,
איך וויל דאך פארט אז @גאדמארניג מיט זיינע חבירים זאלען עס קענען ליינען רואיג אין געמיטלעך איבער א גלעזעל טיי היינט נאכט, נאך א אפגעמוטשעטע טאג ארבעט, שיין וועל איך אויסקוקען אז ער זיצט אויף די רעקליינער און ליינט רואיג אין זופט קליינע זופעס פון א פיינעם הייסען קאמילען טיי אינמיטען רוק איך אריין אזא שורה עטס ווייסט וואס איך מיין! און פושש .. דער שפייט עס אויס אויף מיין חשבון! אה נאו דעס טאר נישט געשען איי וויאזוי וועט מען זיך אן עצה געבען ווען סקומט אריין עפעס א דעמאקראטישע אדער רעפובליקאנע אויסערען פאלעסי מיט די מצב אויפן שווארצע ים? איך האף איך וועל עפעס אויספיגערען! זיין קריעטיוו פאר א צווייטע אידען ------------- מענטשען שרייבען מיך פאר מער דיטעלס וועגען די פוילישע גרעניץ איך גלייב אז סאיז שוין גוט באשריבען דא אין דארט, אפשר וועל איך אריינווארפען א שטיקעל סך הכל אויב די צייט וועט ערלויבען, ווי אויך פרעגט מען מיר אין אישי פארוואס איך זאג די לאטיווישע גרעניץ צי סאיז די זעלבע זאך? די תירוץ איז, אז יא סאיז די זעלבע אישו בערך אבער סאיז צוויי אנדערע גרעניצען נאר אין פוילין הערט מען מער פאר אפאר סיבות אבער איינע פון די הויפט סיבות איז
איך האף אז קיינער טרינקט נישט יעצט קיין טיי!
ווייל די פוילישע פאליטיק שפילט יעצט אזוי.. (גענוי אקוראט דאס האט פוטין געוואלט) אין פארשידענע לינקע גרופעס דארט האבען רחמנות אין מאכען זיכער צי צישמירען די פוילישע גאווערמענט כאפען בילדער טרייען צי ברענגען שיך פאר די קאמרעס אין טרייען צי האבען רחמנות אויף מענטשען וואס בעלערוס שלעפט צאם מכל קצוה תבל אין טראגט צי די פוילישע גרעניץ, נו כהאב א מינוט צירוק געזאגט איך וויל מיך נישט ציפיל אריינלאזען איבער די פאליטיק וואס איז פארבינדען מיט דעם, איי צי די צער בעלי חיים גרופעס (אויף איינעמס פעיראל?) אדער יוזפיל אידיאטען, אפשר טראגסטו אריין די שיך אין פעמפערס קיין בעלערוס אין לאז זיי וואוינען דארט? וואס איז אזוי שלעכט אין די בעלארוסישע גן עדן וועלכע זיי זענען יעצט? סאיז דא גענוג פלאץ דארט, הא? אדער אפשר זאל די פוילישע גאווערמענט נעמען טיקעטס באצאלען פאר אפאר טויזענט חברה אין זיי אראפלייגען ביי די בעלארוסישע גרעניץ אין שרייען צי בעלערוס לאז זיי אריין? און זיי זאלען זיך נעמען שניידען בעלארוסישע גרעניצען אין אריין אין ארויס גיין ווי ביים טאטען אין וויינגארטען (איך האף אז די פוילישע ליינען די עצה!) אוי וואלטען זיי געשריגען צי די פוילישע, די נעמסט זיי יעצט אוועק פון דארט!! ביסט משוגע געווארען וואס לאזטו קליינע קינדער ביי די גרעניץ נאר אונז אלע ווייס מיר וואס די גערודער איז אין ווער ס'קאארדענירט עס ולא כאן רחמנות ולא ביישנות ולא טרערען -------------- אקעי יעצט איינער האט מיך דערמאנט אז איך האב געשריבען זייער שארף קעגען די איזרעליס וואס זענען געזיצען ביי די בעלארוסישע בארדער, כהאב עס נישט קיין נערווען אויפציזוכען
יא בעלארוס האט שוין געזוכט דעמאלטס צי טון די שטיקעס אין מאכען פאר א שפיל טאבע אומשילדיגע מענטשען (נערנים אידיאטען תמימי לב אבער פארט מענטשען) אין כהאב דעמאלטס זייער געבעטען אז ווער סהאט א ווארט זאל זיי אוועק נעמען פון דארט, פארוואס דארפען אידען איזרעליס ווערען אינוואלווד אין א וועלטס פאליטיק, סהאט שיעור געקענט קאסטען נפשות חלילה אין דעמאלטס האט מיך איינער געשריבען אז מטוט יא שטילע שתדלנות אין מהאט טאקע די נעקסטע טאג יעדעם אוועק גענומען פון דארט פאר סוואלט געקענט ארויסגיין פון קאנטראל כמדומה לי האט איזריעל איינעם אראפגעשיקט דארטען אוועק צי נעמען יעדעם אין די איבריגע זענען געווארען קוואטירט אויף א נארמאלע פלאץ פאר סאיז ארויס פון קאנטראל די מצב למעשה מוז מען זאגען אז לוקשענקע טשעפעט נישט קיין אידען נאר אדרבה ער לעבט גוט מיט זיי, און זיכער נישט ווי די קאמניסטישע צייטען אין ווי אויך האבען זיי זיך זייער שיין אפגעגעבען מיט די אידען וואס מהאט פלאצירט אין פינסק ווי סאיז געווען עטליכע ניו יארקע אידען אויך, שוין סא יעצט זענען אידען נישט אינוואלווד ב"ה אידאך זיכער גוט נאר יעצט זעט מען אביסעל וואס פאר א פעקעל די חברה וואלטען געקענט זיין ווייל אסאך פון די חברה ווילען אוועק גיין פון די פראסטיגע גרעניצען ווי זיי כאפען פראסט ביסען אין נאך ערגער(סאיז נישט מעקסיקא) און די בעלארוסן קעי זשי בי לאזט זיי נישט מצווינגט זיי צי בלייבען דארט פאר די שפיל (א ווארטזאגער פאר לאקא לייקענט דעס) נאך העפטיגע שתדלנות פון די דייטשע מערקעל טאקע האט מען פלאצירט א גרויסע חלק אין שעלטערס אין די נאנטע שטעט און ער האט גאר געהאט די חוצפה צי בעטען געלט פון דייטשלאנד פאר דעם ער פלאנט זיי צי האלטען ביז זומער? הו קנאוס ער קען לייקענען אבער אפאר פליטים וואס זענען אנטלאפען ארויס פון דארט פארציילען אן אנדערע סטארי פינקטליך ווי מהאט זיי געברענגט פון איראק מפלאצירט זיי אין האטעלס אין מינסק אין מגרייט זיי אן צי וועלכע גרעניץ צי גיין אין מטראגט זיי מיט אטאמאבילען פון די געהיים אגענטורען פינקטליך ווי זיי דארפען ברעכען די פוילישע גרעניץ אין זיי האבען אפי' געהערט ווי זיי באקומען א באפעל פון ערגעץ מזאל טעסטען א געוויסע פלאץ צי זענען ווי באוואכט דארט איז אין צי סאיז דא עפעס טעכנאלאגיע וואס די רוסען ווייסען נישט, אין מצווינגט זיי דארט צי בלייבען אין אך אין וויי ווער ס'טרייעט צי אנטלויפען -------------------- כהאב מיך אויסגעלערענט צי מאכען די ליינס פון @צל עובר (כהאב באקומען א געהיימע ידיעה אז ער איז דא!! און ליינט) ----------------------------- ווען סאיז אריינגעקומען פאראיאר א נייע אדמינסטראציע האט רוסלאנד געטון די זעלבע זאך ווי יעצט ביידען האט שרעקליך פארפירט אין רוסלאנד האט צירוק געצויגען עלכפ אזוי האט אמעריקע געזאגט דעמאלטס יעצט א יאר שפעטער טרייט ער נאכאמאל לאמיר האפען אז ער ציעט סתם אן די נערווען אבער אינצווישען איז געווען די אפגאניסטאן אין יעצט טוט ער עס צוזאמען מיט טשיינע וועלכע טוט עס צי טייוואן ציזאמען מיט בעלערוסישע אגרעסיעס
אין דא האט נקדימון געשריבען עפעס אז זיין טשעטשניע פאפעטט דער רוצח קאדיראוו רודערט אויך עפעס (דארף מען אריינקוקען וואס די מעשה איז אין טשעטשניע) עלכפ זאל דער אייבישטער האלטען די רעכטע האנט אויף אלע אידען בכל מקומות מושבותיהם
די שווארצע ים איז א ים אויסגוס וועלכע איז פארבונדען צי די מיטעללענדישע ים וועלכע טראגט אויך די נאמען מעטעדרעניען סי, ים התיכון אדער ים הגדול
די שווארצע ים איז אן עקסטענשען פון די מיטעלענדישע ים -אויף צפון- ווי פריער געשמיעסט דעס איז די איינציגסטע וועג אנציקומען אהין מיט א שיף סאיז אזא באלי בערך וועלכע אפאר לענדער זיצען ארום און ארום צווישען וועלכע סציילט זיך אפאר באקאנטע פארט שטעט וועלכע מוועט שפעטער צירוק קומען פארשידענארטיגע לענדער וועלכע נעמט אריין פון דרום אייראפע און צפון מזרח אייראפע אין אזיאנע לענדער ווי גרוזיע און צום לעצט טערקיי,
די קלימאט דארט איז פארהעלמענסיג ווארעם וואס דאס מיינט אז די ים ווערט נישט פארפרוירען ווינטער אבער סאיז היבש קאלט אין פארגלייך צי די מיטעללענדישע ים אויף וועלכע ברעגעס ארץ ישראל מצרים מאראקא זיצען
סטראטעגישע וויכטיקייט
די פארטען ארום געבען ארויס גאר אסאך סחורה פון די הויפט פארט פון ראמעניע קאנסטעטאציע אליין גייט ארויס א מסחר פון א נישטיגע 6 ביליאן דאלער א יאר וועלכע אסאך פון די באלקאן לענדער אין לענדער פון מזרח אייראפע שיקען ביז אזוי ווייט ווי לענדער פון צענטראל אייראפע ווי אונגארען עסטערייך אבער ראמעניע אליינס האט מער ווי איין פארט ווי אויך האט בולגאריע א מאסיווע פארט א גרויסע חלק פון מסחר פון אזיע אייראפע רוסלאנד אין פארשטייט זיך טערקיי קראסען אריבער אהין אין צירוק די שווארצע ים טעגליך אין ווי אויך איז דא גרויס מסחר מיט צפון אייראפע וועלכע נוצען אוקריינע וועלכע שיקט עס ווייטער קיין פוילען געדאנסק (דאנציג) צי שיקען ווייטער סחורה ארויף צי די סקוואנאדישע לענדער ווי שוועדען דענמארק אין אזוי ווייטער סאיז דא ווייניג ימ'ן וועלכע האבען אזא קאלערפולע אויסשטעל פון לענדער (און גרעניצען ) ארום איר ווי די שווארצע ים אפשר די גאלף אף מעקסיקא אין די סאוט טשיינע סי
פול וויכטיגער איז געווארען די שווארצע ים נאכדעם וואס מהאט געגראבען די סועץ קאנאל אין מצרים ביי סיני האלב אינזעל (מדבר סיני) וועלכע האט גענומען די סחורה פון די שווארצע ים אריין צי די מיטעללענדישע ים מיט די וויכטיגע פארטען ווי חיפה יפו אלעקסאנדריע -און קאנסטינאנאפיל פארשטייט זיך- אין עס דורך געטראגען די סועץ צי אראביע תימן אינדיע אין צים פערסישען גאלף (גערופען די גאלף) אין ווייטער צי אינדיע קאראטשי פאקיסטאן יאפאן און אראפ צי אפריקאנע לענדער,
ווי פארשטענדליך איז די מיליטערישע באוועגונג געווען פונקט אזוי -אין אפשר נאך מער- סטראטעגישע וויכטיג,
יעצט פאר מגייט ווייטער דארף מען געהעריג זעהן די מאפע ארום און ארום די ברעגעס און זעהן צי פארשטיין וואס דארט גייט פאר,
לענדער וואס נעמען ארום די שווארצע ים
די לענדער וואס זיצען ארום זענען פון אונטען טערקיי וועלכע דארף אן עקסטער באהאנדלונג רעכטס ארויף איז גרוזיע מיט איר צוויי (געוועזענע) גרויסע פארטען נאכדעם קומט רוסלאנד מיט א שיינע פאר פארטען אבער נישט קיין גרויסע מיליטערישע איינריכטונגען צוליב וואס די געאגראפיע איז נישט אזוי גוט אויסגעשטעלט (סאיז גרינגער צי נעמען יענעמס ווי אריינבאכענען אליינס געלט! ) איינע פון די באקאנטע פארט שטעט איז די איינציגסטע רוסישע ווארימערע רעזארט שטאט סוטשי ווי פוטין האט נישט ווייט פון דעם זיין מולטי ביליאן דאלערדיגע פאלאץ וועלכע ער האט געבויט פון געגנבטע געלט ווי אויך וואס ער האט פון העקערייען לויט באשילדונגען פון די אפאזיצע , און ביי יענע פאלאץ האט ער א געהיימע פולשטענדיגע פארט אונטער די אויפזיכט פון א יוניט פון די עף עס בי וועלכע ער האט א פערזענליכע אויפזיכט, און לויט באריכטען גייט ער דארט אריין אין ארויס ווען ער וויל נישט סזאל באריכטעט ווערען ביים גרעניץ די גאנצע שטח איז אן אפגעשלאסענע שטח וואס מען ווייסט נישט צי סך וואס דארט טוט זיך,
ווייטער איז דא א פארט פון ראסטאוו א דאן נאכדעם איז אויבען ביים שפיץ דא א פלייץ פון אוקריינע פארטען וועלכע פלעגען טראגען סחורה פון די ווירבעלדיגע מזרח אוקריינע אונדוסטריעל שטעט ווי דאנעסטק לוהאנסק אין אנדערע די מערסטע באקאנסטע פארטען דארטען איז מאריאפעל אדעסע (גאר באקאנט) אין נאכדעם פארשטייט זיך קרימיע מיט אירע ריזיגע קאמערשיל אין מיליטערישע באזעס פון די גרעסטע מיליטערישע באזעס אין יענע געגענט אבער צי דעם וועט מען צירוק קומען שפעטער אי"ה כדי צי פארשטיין די וויכטיקייט פון די קרימיע באזעס -הויפזעטליך סוואסטאפאל- איז גענוג צי דערמאנען אז די גרעסטע באזעס פון די סאוויעט יוניאן זענען דארט געווען סטאנציאנירט אין זענען נישט געווען אין רוסלאנד גופא
יעצט לאמיר זיך ווייטער רוקען אביסעל לינקס נאך אדעסע דארט ווי די באלי פאנגט אן צירוק אראפ צי קומען, האמיר ראמעניע מיט איר גרעסטע פארט קאנסטענטנאציע (כהאף איך ספעיל עס גוט) די פארט איז גוט באקאנט וועלכע אונזערע זיידעס פלעגען ארויספארען פון ראמעניע און אונגארען קיין ארץ ישראל מיט א סטאפ אין אינסטאנבול אדער קפריסין וועלכע איז א אינזעל וועלכע זיצט צווישען אינסטאנבול אין ארץ ישראל אדער פלעגט מען טאקע נעמען די באן גראד פון ראמעניע קיין אינסטאנבול און פון דארט גראד קיין יפו אדער עכו די בעל שם הקדוש האט געוואלט נעמען די וועג ווי באקאנט
נאכדעם מער אראפ קומט בולגאריע
און נאכדעם צירוק צי טערקיי ווי די איינציגסטע וועג ארויס פון די שווארצע ים איז דורך די באספערוס סטרעיט וועלכע שנייד דורך אין די הארץ פון די דינאמישע שפרודעלדיגע אור אלטע טערקישע שטאט אינסטאנבול
אויף די לעצטע פאראגראף וועט מען זיך איה שטעלען צי פארשטיין וואס די גייט פאר און פארוואס רוסלאנד פילט זיך אזוי געקארנערט אויב זיי האבען שלעכטע מאטיווען צי טשעפענען די וועלט