יש לו מנה האט געשריבן:@פעיק איך האב ערווארט, און איך ערווארט נאך אלס אז טאקע דו זאלסט זיין דער וואס זאל אריינקומען מיט א מאס קלארקייט וואס אזאנס גייט פאר.
איך ווייס נישט פונקטליך. וויפיל איך האב געזען, האט עס צוטון מיט דאס וואס זינט פעברואר, האבן די פראו רוסלאנד סעפעראטיסטן אין מזרח אוקריינע, געבראכן דעם פייער אפשטעל אפמאך, וואס זיי האבן אויסגעהאמערט מיט די אוקריינישע גאווערמענט, פארגאנגענעם זומער. יעדע שטיק צייט הערט מען אז אוקריינישע סאלדאטן ווערן גע'הרג'עט דורך די פראו ראשע קרעפטן.
וואס פוטינ'ס חשבון איז פונקט יעצט, קען זיין פילפאכיג. אדער וויל ער טעסטן ביידענ'ס שטארקייט, אדער ווי שטארק די אליאנץ צווישן אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט קעגן רוסלאנד איז. אדער קען זיין אז ער וויל אנזייען כאאס און צוריק אויפפלאקערן די קריג וואס איז אנגעגאנגען דארט אין יאר 2014, כדי צו צווינגען אוקריינע צו קומען פארהאנדלען פאר נאך א פייער אפשטעל, און אזוי ארויסבאקומען פון זיי געוויסע קאנסעציעס.