רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רוסישע ערשטע טאנק ארמיי קאמאנדיר דזשען סערהי קיסעל סוספענדירט פארן פארפעהלן צו פארכאפן כארקעוו
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מאי 19, 2022 11:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:נארוועגיע, דענמארק און אייסלאנד גרייט צו שענקן זיכערהייט גאראנטיען פאר שוועדן אין פינלאנד אין פאל זיי ווערן אטאקירט איידער זיי ווערן אפיציעל נאטא מיטגלידער

פוילן איז זיך מצרף
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

הכל הבל האט געשריבן:רוסישע עליטע טאנק ארמיי קאמאנדיר דזשען סערהי קיסעל סוספענדירט פארן פארפעהלן צו פארכאפן כארקעוו

*ערשטע טאנק ארמיי.

סערגעי קייזעל איז דער לוטענאנט גענעראל פון די ערשטע גארדס טאנק ארמיי (מערב מיליטערישע דיסטריקט).

אוקריינער קוועלער האבן באריכטעט שוין ענדע מערץ אז קייזעל איז סוספענדירט. צו ער איז טאקע שוין סוספענדירט געווארן מערץ 26 אדער יעצט איז איין פראגע. אבער אז ער האט געמוזט פליען איז קיין פראגע בכלל.

(אלעקסאנדער דזשוראוולאוו, מערדער און קאמאנדיר פון די מערב מיליטערישע דיסטריקט וואלט געדארפט מיטפליען)

די פערדע טאנק דיוויזיע (אויך צווייטע מאטארייזט רייפעל דיוויזיע) וואס זענען טייל פון די ערשטע גארדס טאנק ארמיי האט ביטערליך אנגעבאטשט אין די סאמי/כארקאוו ראיאנען אינמיטן מערץ.

דאס ווערט צוגעשריבן צו זיין דורכפאל:

נקדימון האט געשריבן:די רוסישע פערטע טאנק דיוויזיע האט געליטן ביטערע פארלוסטן די לעצטע טעג אין טראסטיניץ און ארום אין די סאמי ראיאן. די אוקריינער האבן צוריק פארכאפט טראסטיניץ שטעטל עטליכע טעג צוריק.

א ליסטע פון 46 רוסישע T-80 טאנקען זענען א פארגאנגענהייט. כמעט אלע צו גאר אלע פון זיי ווערן צוגעשריבן צו די פערטע טאנק דיוויזיע. די גאנצער דעוויזיע האט ארום 220 T-80 טאנקען. טו דאס מיינט א גוטע איבער 20%.

אום מערץ אכט האבן זיי געהאלטן אזוי טיף אריין ווי מירגאראד. דאס איז אין די פאלטאווע ראיאן. מער לינקס, אראפציר. טיפער אריין אין אוקריינע.
20220328_205737_2.jpg
20220328_205737_2.jpg (105.07 KiB) געזען 22023 מאל

אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

די לאנג ערווארטעטע 40 ביליאן דאלאר הילף פעקל איז ערווארטעט היינט ענדגילטיק באשטעטיגט צו ווערן אין סענאט אין תיכף דערנאך ווערן אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט ביידן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מיט 86 שטימען קעגן 11 האט דער אמעריקאנער סענאט באשטעטיגט דעם 40 ביליאן דאלער פעקל, גייט צו פרעזידענט ביידן פאר זיין חתימה.

אלע 11 ניין שטימען זענען רעפאבליקאנער.

The Senate has voted 86-11 to PASS the House-passed $40 billion Ukraine aid package, sending the bill to President Biden’s desk for his signature.

11 GOP NOs:
Blackburn
Boozman
Braun
Crapo
Hagerty
Hawley
Lee
Lummis
Marshall
Paul
Tuberville
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דזשי 7 לענדער פארשפרעכן 18.4 ביליאן פאר אוקראינע, האלב 9.2 איז פון די פאראייניגטע שטאטן - פרעזומעבלי טיילן פון די 40 ביליאן - און די אנדערע 9.2 פון די אנדערע זעקס לענדער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פרעזידענט ביידן באשטעטיגט א פרישע 100 מיליאן דאלער פעקל, דאס איז די שירים נאך פון די פאריגע באשטעטיגטע בילס וואס ער האט זעהט אויס איבערגעלאזט אין קעיס אף עמערזשענסי ביז די יעצטיגע ביל איז דורך.

דאס נעמט אריין 18 האוויצערס, ברענגענדיג דעם צאל האוויצערס וואס אמעריקע איז מנדב צו 108.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אזאווסטאל קעמפער פארבליבן אין די פלענט מעלדן אז א געוויסע אפעראציע איז אונטערוועגנס
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קאמאנדיר סוואטיסלאוו פאלאמאר אין אזאווסטאל


ענגלישע סאבטייטעלס
https://www.dropbox.com/s/fqtgegsc6bp8u ... 9.mp4?dl=0
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

נקדימון האט געשריבן:קאמאנדיר סוואטיסלאוו פאלאמאר אין אזאווסטאל


ענגלישע סאבטייטעלס
https://www.dropbox.com/s/fqtgegsc6bp8u ... 9.mp4?dl=0


ער רעדט מעגליך פון די עוואקואציע אפעראציע

אויב וואלט געוועהן א מיליטערישע אפאראציע אויפן וועג וואלט ער נישט ארויסגעלייגט א מעסעדזש פארדעם
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:קאמאנדיר סוואטיסלאוו פאלאמאר אין אזאווסטאל


ענגלישע סאבטייטעלס
https://www.dropbox.com/s/fqtgegsc6bp8u ... 9.mp4?dl=0

אויף עטליכע רוסישע אקאונטס איז געווען באריכטעט נעכטן אז פאלאמאר האט קאפיטולירט אין אזאווסטאל... נאך א רינגעלע פון מיסאינפארמאציע און דיסאינפארמאציע די קריג איז פול מיט
20220519_152701.jpg
20220519_152701.jpg (21.31 KiB) געזען 14797 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וואשינגטאן פלאנט צו שיקן קיין אוקריינע פארגעשריטענע אנטי שיף מיסילס צו באקעמפן די רוסישע בלאקאדא
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נא_שכל האט געשריבן:די רוסן קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די נייע אמעריקאנער האוויצערס וואס קנאקנט שטיקער פון זיי. יעצט האבן זיי אנגעהויבן גאר שטארק נאכצוזכען די האוויצערס און פרובירן עס צו ערלעדיגען, נאכפליענדיג מיט דראונס האבן זיי אויפגעכאפט די האוויצערס אין פעלדער מיט א פונקטליכקייט, אבער צו זייער שלימזלות האב זיי נישט גוט געצילט מיט די געווער און די אוקריינער האבן זיך געקענט ארויסדרייען פון זיי.

אבער פון די אנדערע זייט ווייזט עס וואס העט ווען פאסירט אויב זיי דרייען זיך נישט ארויס...

https://www.dropbox.com/s/8hbw5zcp71tmt ... a.mp4?dl=0

נאכדעם וואס איך האב געברענגט די ווידיאו, האט חוש המשולש געלייגט די קומענדע ווידיאו וואס ווייזט אז צום סוף האט מען יא דעסטרויעט די האוויצערס.

חוט המשולש האט געשריבן:from: "Denys Davydov"
רוסישע אמבושעס אויף אוקריינע ארטילערי סיסטעם
2:17
https://drive.google.com/file/d/1S5PpbE ... sp=sharing



דער אוקריינער דעניס האט שוין געקלאגט דערויף, למעשה היינט זאגט ער אז די צווייטע חלק איז געווען פאלשע נייעס, וואס די רוסן האבן צוגעלייגט צו די ווידיאו, און באמת איז זיי נישט געלונגן עס צו פארטיליגן...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסישע פארלוסטן דורכאויס די יעצטיגער קריג איז א סך. רעלאטיוו צו די פראצענט קריגס קראפט וואס די רוסן האבן מאביליזירט ביי די יעצטיגער אינוואזיע, און אין רעלאטיוו צו רוסישע קריגן אין די רוסישע היסטאריע.

בעצם איז דאס א מסכתא וואס איז גאר שווער צו וויסן און שאצן. די מער מען גרובט קען מען פארפארן צו זייטיגע קאלקולאציעס און אז מען מאכט א אומריכטיגע קאלקולאציע קען מען באקומען טאטאל אנדערע רעזולטאטן.

פארשידנארטיגע נומערן איבער רוסישע פארלוסטן וואלגערן זיך לרחצה. פון 7 טויזנט ביז א געשאצטע 28 טויזנט (די טשארט וואס ווערט געברענגט דא טעגליך. פון די קיעוו אינדעפענדענט געבויט אויף אינפארמאציע פון די אוקריינער מיליטער). עס איז שווער צו וויסן וואס רעכנט מען און וויאזוי רעכנט מען. וואס איז פאקטיש באשטעטיגט און וואס זענען עסאמפשענס.

די מערסט נוגע'דיגע ציפערן וואס יעדער וויל וויסן זענען קיא"ע (killed In action) און ווא"ע (wounded in action) קעזשעלטיס.

(צו קלארשטעלן, קעזשעלטיס איז נישט פאטאליטעטן/טויטע. קעזשעלטיס איז פארוואונדעטע אין קריג צו אפי' פארוואונדעט נישט אין שייכות מיטן קריג. תמצית, איינער וואס איז געווארן אויס קאמפס פעהיג קען אריינגיין אהין)


וויאזוי מען רעכנט די טאטאל צאל קעזשעלטיס ווענצעך אין וויפיל טויטע עס זענען פארהאן און וואס די רעישאו איז פאר 'קילד אין עקשען' צו 'וואנדעד אין עקשען'. די צאל פארוואונדעטע פראצענטיש צו די צאל טויטע וואס עס זענען דא.

הגם עס איז אמאל געווען נאך ווייניגער דאטא ווי היינט איז דא קאלקולאציעס פון עקספערטן וואס האבן שטודירט וועלט מלחמות וויאזוי מען רעכנט די צאל פארוואונדעטע לויט די צאל טויטע.

דא איז איינס
http://www.dupuyinstitute.org/blog/2016 ... ed-ratios/

און נאכאיינס
20220519_175407.jpg
20220519_175407.jpg (193.22 KiB) געזען 11005 מאל


צו באמערקן, עס זענען פארהאן מיליטערן וואס באריכטן מער איבער פארוואונדעטע און אפי' אין די זעלבע מיליטער גופא זענען פארהאן פליגלען אין די מיליטער וואס באריכטן אנדערשער ווי אנדערע אפטיילונגען. די רוסן באריכטן איבער פארוואונדעטע לאו דווקא די זעלבע וועג וויאזוי אונזער מיליטער באריכטן פארוואונדעטע.

דא רעדעך לאו דווקא וואס זיי פארקויפן פאר די וועלט. וואס זיי באריכטן צוריק אהיים.

עכ"פ מיט יעדער דיפרענץ קען מען גריבלען טיפער און פארפארן ווייטער. און עס איז טאקע גאר שווער צו מאכן קאלקולאציעס.

עס זענען דא נאך סארטן פארלוסטן ווי פארלוירן (מיסינג אין עקשען) צו געפאנגענע (פריזענערס אוו וואר) און אזוי אויך קען א סאלדאט ווערן אראפגעריקט פונעם ליסטע צוליב א מחלה צו וואונדן וואס זענען לאו דווקא פארבינדן מיט געהעריגע 'וואנדעד אין עקשען' קריגס וואונדן. און נאך.

דאס טוט נאך מער אויסברייטערן די געפ צווישן די טאטאל צאל קעזשעלטיס - עפעס וואס ברענגט אראפ די קראפט קאפאביליטעטן פון די יוניט/באטאליאן - ביז די צאל פון בלויז פאטאליטעטן.

אין אנדערע ווערטער: די צאל טויטע זעלנער רעפרעזענטירט בעצם א קליינער טייל אין רעלאטיוו צו די טאטאל צאל קעזשעלטיס. געוויסע פארוואונדעטע זעלנער קענען נאך קעמפן טראץ זייערע וואונדן, פארט קען א יוניט ווערן קאנסידערט אומאפעקטיוו געוואנדן אין די צאל טויטע, פארוואונדעטע, און אנדערע סארט קעזשעלטיס.

א פעיר ratio, מיט די שאצונג אויף שוואכע ציטריט צו פעלד שפיטעלער און ארעמע קוואנטומען אויף נויטיגע מעדיצינען זאגן עקספערטן איז א דריי אהאלב פראצענט 'וואנדעד אין עקשען' פאר יעדעס טויטע KIA. איגנארירנדיג אנדערע סארטן קעזשעלטיס ווי אויבן אויסגערעכנט.

פאר יעדעס טויזנט טויטע זעלנער (KIA) וואלט געווען בערך דריי א האלב טויזנט פארוואונדעטע זעלנער (WIA) און בערך פיר א האלב טויזנט קעזשעלטיס אין טאטאל.

א פאטענציאלער שטיקל דאטא וואס איז געווארן עוועליבעל צוויי טאג צוריק איז פון דער רוסישער ערשטע גארדס טאנק ארמיי:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p3543299
20220519_175007.jpg
20220519_175007.jpg (104.98 KiB) געזען 11005 מאל



(היינט האט מען דא געמאלדן אז דער לוטענאנט גענעראל איז געווארן סוספענדירט פאר זיין שלאבערישע ארבעט) העלפט שיינען א שטיקל ליכט.

די ציפערן זענען איין אין זעכציג KIA, צוויי הונדערט אין ניין WIA, פיר אין פערציג MIA, און זעקס אין ניינציג קריגס געפאנגענע. דאס האט פאסירט דורכאויס א תקופה ווען די רוסן האבן געזען ערענסטע פארלוסטן.

דאס איז א 3.42 WIA רעישיאו צו KIA און א 5.7% אוועראלל.

טא, וויאזוי קען מען רעכענען ריזענעבעל רוסישע פאטאליטעטן און טאטאל צאל קעזשעלטיס. ראשית כל, עס איז זייער שווער צו גיין מיט אפיציעלע שאצונגען און געקליבענע אינטעל רעפארטס וואס איז געמאלדן געווארן. It just doesn't add up. נישט דא קיין קלארער וועג צו וויסן וואס ווערט גערעכנט און וויאזוי זיי ווערן גערעכנט. און שטייצעך עס קען זיך טוישן עני גיווען טיים וויאזוי זיי רעכענען אבער דו ווייסט דאס נישט.

איין עקזעמפל צום ביישפיל, אנהייב האט די אמעריקאנער אינטעלידזשענס גערעכנט בלויז די רוסישע בטג"ס - באטאליאן טעקטיקעל גרופעס. פון איין טאג אויפן צווייטן איז די מספר געשפרינגען צו נאך 20 טויזנט+ זעלנער. איך געדענק איך בין דעמאלטס געווען ביזי פארפירן דא אין די אשכול אז עס איז קלאר עס איז נישט צוגעקומען נייע 20 טויזנט זעלנער. פשוט די אמעריקאנער אינטעלידזשענס האט אנגעהויבן אריינרעכענען די דאנעצקער און לוהאסקער רעבעלן + רוסישע רוסגווארדיע זעלנער וכדו'.

כ'געדענק איך בין געווען ביזי דערמיט עטליכע מאל.

טא, מען ווייסט נישט אלץ וואס זיי רעכענען, וויאזוי זיי רעכענען און צו עס האט זיך געטוישט וויאזוי זיי רעכענען ערגעץ אינדערמיט.

די שאצונגען ווערן געווענליך געמאכט מיט רעינדזשעס און קאנפידענץ לעוועלס. רעגירונגען שטעלן געווענליך ארויס די שאצונגען אן אנגעבן די קאנפידענץ שטאפל אין די ארויסגעשטעלטע ציפערן. טא, עס קען אמאל זיין א קאנסערוואטיווע אדער הויכע שאצונג.

קריגערישע צדדים אין א שלאכט וועלן אפט איבערשאצן די אפאנענטס פארלוסטן און אינטערשאצן די אייגענע אדער בכלל נישט ארויסשטעלן די ציפערן בשעת די מלחמה אדער גאר קיינמאל (ווי רוסלאנד האט שוין געטון אין די פארגאנגענהייט). און דאס איז בכלל נישט סורפרייזינג. עס איז ערווארטעט. די ציפערן זענען געבינדן מיט אינפארמאציע אפעראציעס, באטראכט אויף די אייגענע זעלנערס מאראל און דרויסענדיגע שטיצע און נאך.

די ערשטע פראבלעם איז צו אויספיגערן רוסלאנד'ס ארגינעלער קראפט ביים אנהייבן די קריג. ווי יעדער ווייסט היינט זענען אלע אינטעלידזשענס געלאפן אז די רוסישע באטאליאן טעקטיקעל גרופעס באשטייען פון 700-900 זעלנער פער באטאליאן. אן עוורידזש פון בערך 800 זעלנער.

די פאקט ווייזט די שאצונג איז געווען אףף... די עוורידזש בט"ג איז נאנטער צו זעקס הונדערט מאן. און מען האט אפי' געטראפן געוויסע באטאליאנען פון א שאקינג 4-500 זעלנער!

נישט די גאנצע קראפט אין אוקריינע באשטייט פון בטג"ס אבער די 'באלק מענאווער קראפט' אין אוקריינע באשטייט פון די בטג"ס. א אכציג ביז ניינציג טויזנט זעלנער.

צוגעלייגטע קרעפטן, באגלייטערס. האסטו די דנ"ר/לפ"ר קרעפטן בנוסף צו די רוסגווארדיע (נעשינעל גארד) איז א געשאצטע צוואנציג ביז פינעוו אין צוואנציג טויזנט זעלנער. עס איז דא נאך אן אומבאשטימטע צאל נאן-בט"ג סופארט יוניטס. עס איז נישט דא קיין שאצונג אויף זיי אבער עכ"פ נישט עפעס וואס זאל דראמאטיש הייבן די קראפט צאל אין אוקריינע.

פיפצן טויזנט פאטאליטעטן מיינט ביילייפיג 70 טויזנט קעזשעלטיס. און דאס אז מען גייט מיט א 3.5 מאלטיפלייער רעישיאו. שטעלדעך פאר א 5.7 רעישיאו... בערך די צאל פון אלע בטג"ס וואס די רוסן האבן אריינגעשטעלט אנהייב קריג.


מען שטאלפערט זיך אן אין אן אינפאט/אוטפאט אנזעץ. עס איז דא מער פאטאליטעטן באלד פון וויפיל קעזשעלטיס עס קען זיין. געוויסע נומערן איז באלד אוממעגליך לויט די צאל זעלנער קראפט אוועק געשטעלט אין שלאכטפעלד.

נאך א נקודה, וויאזוי רעכנט מען? למשל די אוקריינער האבן אויפגעריסן א רוסישער BTR געפאנצערטע טרעקל אדער BMP אינפאנטריע טרעקל. זיי טראגן געווענליך 7-8 זעלנער.

די פאקט איז מען האצעך איבערצייגט איין מאל אין נאכאמאל אז עס פירט אפט בלויז 3-4 זעלנער. (בכלל די רוסן ליידן אויף אינפאנטריע זעלנער). נישט דער רוסישער טאנק איז דער [עיקר] פראבלעם. עס איז די Manning פון די מאשינען. די אינפאנטריע. א שמיעס פאר זיך.

מעגליך אוקריינע שאצט 7-8 טויטע אבער אין פאקט איז עס דריי אדער פיר טויטע זעלנער.

אן אויפגעריסענע טרעקל מיז אויך נישט מיינען יעדער איז טויט. פולע עקוויפמענט ווערט אויפגעריסן נאכן ווערן געטראפן פארלאזט כדאי מען זאל עס מער נישט קענען ניצן. דאס קען מיינען די קראו האט באוויזן זיך צו ראטעווען און לעבט נאך אדער מעגליך זיי זענען געווארן געפאנגען. קאלקולאציעס זענען באמת קאמפליצירט.

עס איז דרך למעשה דא פרישע ריאינפאורסמענט קרעפטן ביי די צווייטע פאזע? ברייט גערעדט רעדט מען פון 10 ביז 15 פרישע בטג"ס. לייג צי די רוסישע שכירי חרב (ניין עס איז נישט געקומען 20 טויזנט זעלנער פון סיריע. צייט צו אויפהערן מיט די סארט שמיעות פורחות) קאמבאנירט איז דא נאך א געשאצטע צען ביז צוועלעוו טויזנט זעלנער. עס איז א קראפט. אבער נישט עפעס וואס טוישט דאס בילד דראמאטיש.

אז מען רעדט פון ביילייפיג 150 טויזנט מאנס קראפט אום פעברואר 23. א גאנצער דריטל פון זיי קען זיין שלאכט אומאפעקטיוו און קריגס אומפעהיג מיט 12 טויזנט רוסישע פאטאליטעטן.

גיי מיר מיט 29 טויזנט פאטאליטעטן איז נישט דא קיין איין גאנצער באטאליאן געבליבן קאמפס פעהיג! נעם אין אכט, עס איז נישט פשט אלע פאטאליטעטן און קעזשעלטיס געשען אין ספעציפישע באטאליאנען און די איבריגע זענען געבליבן אומבארירט. עס אפעקטירט כמעט אלע באטאליאנען איינע מער און איינע ווייניגער.

מיט באלד דרייסיג טויזנט פאטאליטעטן רעדט מען פון בערך 130 טויזנט אומאפעקטיווע זעלנער. (Let alone אויב גייט מען ברייט מיט א 5.7 רעישיאו... רוסלאנד וועט דארפן צי בארגן מענטשן צו קענען ווערן אריינגערעכנט אין די חשבון)

זיבן טויזנט רוסישע פאטאליטעטן וואלט געווען א נידריגער שאצונג און פיפצן טויזנט צו די הויכע זייט. ערגעץ אין די געגענט פון צען ביז צוועלעוו טויזנט רוסישע פאטאליטעטן איז ערגעץ אינדערמיט. א פעיר עסטימעט מיט וואס עקספערטן גייען מיט.

ווי אנגעהויבן, די ציפער רוסישע פארלוסטן איז א הויכע אין רעלאטיוו צו די פאטענציאלער קראפט פארמישט און סיי לגבי רוסישע מלחמות אין די פארגאנגענהייט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסישע פארשריט פון פאפאסנע דירעקציע גייט (דערווייל) גאנץ ווייט. די רוסן לייגן א סך כוחות פון יענער דירעקציע. דאס קען מיינען עטליכע בליטיגע וואכן אין די פאפאסנע געגענט ארויף מערב צפון.
20220519_185758.jpg
20220519_185758.jpg (299.25 KiB) געזען 9519 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3349
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ווי נקדימון זאגט, אין פאפסנע מאכן די רוסן די מערסטע פארשריט אין די לעצטיגע פאר טעג, סיי די רוסישע פארלייגן דארט גרויסע כוחות און סיי די אוקריינישע שטעלן זיך אהין שוואכער ווי אין אנדערע ערטער.

די סטראטעגישע ווערט פון פאפסנע איז אייגענטליך מער ווי נאך א קליין שטעטעלע, דארט זענען זיי נאנט צו די הויפט ראוד וואס די אוקריינער נוצן פאר די גאנצע פראנט ליין, אויב זאלן זיי צוגרינד לייגן יענע ראוד וועט עס מאכן זייער שווער פאר די אוקריינער צו קענען טראנספארטירן שווערע ארטילריע אינעווייניג אינעם האלבן קרייז, די אוקריינער קענען עס נאך איבערלעבן אבער ס'וועט זיין פיל שווערע ווי ביז יעצט, און דאס די רוסישע ציהל.

די רוסן מאכן אויך פארשריט ביי ליימאן (נעבן איזיום, געזען אויף די לעצטע מאפע פון נקדימון) די אוקרייניע מיליטער ווייזט דארט ארויס צייכענעס פון שואכקייט.

עס ווערט געשאצט אז פופציג פראצענט פון די אוקריינע מילטער געפינט זיך אין דעם זאנע צווישן איזיום און די פאפאסנע אומגעגענט, אויב זאלן די רוסן באווייזן צו מאכן זייער אזוי געגארטן רינג ארום די אוקריינע זעלנער, אין די אוקריינער וועלן נישט באוייזן צו אנטלויפן באצייטענס, קען עס זיין א פאטאלע קלאפ פאר גאנץ אוקריינע.

די שאנסן זענען נישט הויעך דערפאר, אבער ווי געזאגט רוקן זיך די רוסן פאראויס אין די פאפאסנע פראנט.

לויט געוויסע שאצונגן געפינען זיך די בעסטע אוקריינע טרופן אין די כארקיוו געגענט, זי האבן שוין באוויזן צו פארטרייבן די רוסן פון כארקיוו, אבער אלץ א רעזולטאט האבן זיך די רוסן מער קאנצעטרירט ביי די סווערדאנעטסק פראנט (סווערדינעטסק איז איין שטעטל ווי געזען אינעם אויבערשטן מאפע נקדימון , געוויסע רופן יענע גאנצע פראנט, פון אלע דריי זייטן "די סווערדאנעטסק פראנט" על שם די איינע שטעטל, אבער ס'איז א שם הכולל פאר די גאנצע געגענט דארטן, אריינמענדיג בילהאריווקע פון צפון און פאפסנע פון דרום)

איין דורעכפאל האבן די רוסן געהאט בים בילהאריווקע טייך, ווי ס'שוין געוען ברייט צושמירט דא אויף אייוועלט, זינט יענעם דורעפאל איז נישטא קיין ערענסטע פארשריט מצד די רוסן אין יענע גאנצע פראנט חוץ פאפאסנע, אבער פאפסנע שטעלט מיט זיך פאר א א ריזקע פאר די גאנצע אוקריינע פראנט דארטן. ("ערענסטע פארשריט" מיינט צו זאגן עפעס וואס טוישט די בילד, נישט נאך א שטעטל וואס רוקט זיך).

די אוקריינער קענען ווען נוצן מער כוחות דארטן, אבער זיי האלטן דערווייל די כארקיוו זעלנער אויף זייער ארט, די כארקיוו זעלנער פראבירן צו מאכן טראבל פאר די רוסן פון זייער געגענט, זיי פראבירן אפצושטעלן די ראוד וואס גייט פון בעלעגראד צו איזיום, דערווייל מאכן זיי שוואכע פארשריט, כאטש עפעס פארשריט מאכן זיי איז עס נישט קיין ערענסטע זאכן דערווייל.

---
די עקענאמישע צושטאנד האט נאך דערווייל נישט צובראכן די אוקריינער שטאנדהאפטיגקייט, אבער זייער עקענאמיע איז באמת חרוב ונחרב, נעכטן האבן די רוסן דערלאנגט נאך א שווערע עקענאמישע קלאפ פאר אוקריינע מיט דעם וואס זיי האבן אפגעהאקט אוקריינע צו באקומען ענערגיע פון זייער נוקלעארע פלענט, די רוסן זאגן גאר אז זיי גייען פארקויפן ענערגיע פון די פלענט פאר אוקריינע איינמאל די מלחמה גייט זיך ענדיגן (!)

אוקריינע האט ביז היינט באקומען צוואנציג פראצענט פון זייער ענערגיע דורעך די נוקלעארע פלענט, די פארלוסט איז א ערענסטע פארלוסט! און עס מאכט שווערע פאר די אוקרינער אנצוגיין, ס'נישט קיין פאטאלע קלאפ אבער יעדע ביסל שטרוי מאכט שווערער די לאסט פונעם קעמל.

די G7 פירער האבן היינט פארשפראכן עקענאמישע שטיצע פאר אוקריינע, דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אוקריינע, אוקריינע האט סאך מער פארלוירן עקענאמיש פונעם קריג ווי רוסלאנד, אויב אי געווען אזוינע וואס האבן זיך געוואלט איינרעדן אז די עקענאמישע סאנקציעס וועט צווינגן רוסלאנד אפצושטעלן די מלחמה, איז די פאקט אז אוקריינע שטייט און סאך א ערגערע מצב עקענאמיש גערעדט, אבער דערווייל זעען זיי שטאנדהאפטיג.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

א גרויסן שכח פאר @נקדימון און @דערבארימדיגער פאר די שיינע אנאליזן

היינטיגע אפדעיט:
אטעטשמענטס
up.JPG
up.JPG (127.67 KiB) געזען 8766 מאל
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

די רוסן האבן אין די לעצטע טעג געמאכט פארשריט ארום חארקוב
צוריקשלאגענדיג די אוקריינער פון אפאר שטעטלעך
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

may 19 2022
דעפענס פאליטיק אזיע - פרא רוסיא אנאליז
פאפאסנא פראנט: רוסישע פארכאפן נאך ווילעדזשעס
2:32
https://drive.google.com/file/d/1TDv0fg ... sp=sharing
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

From: "Speak the Truth/Rabert Telka"
אפדעיט פון אוקריינע מלחמה - מאי 19
15:32
https://drive.google.com/file/d/1BeDxUM ... sp=sharing
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

זייער אינטערסאנט:
רעקארדינגס פון א פילאט פון אראפגעשאסענע רוסישע פליגער, איבערגעטייטשט אין ענגליש.
from: "Denys Davydov:"
רוסישע פילאטס רעקארדינגס
8:38
https://drive.google.com/file/d/1-IFCUs ... sp=sharing


****

from: "Denys Davydov:"
די אמת, זענען די יו.עס. האוויצערס געווארן באמבאדירט
2:06
https://drive.google.com/file/d/1-z2LSW ... sp=sharing



****************************


from: "War in Ukraine"
מיליטערישע אנאליז - מאי 19 -
35:06
https://drive.google.com/file/d/17mrJTa ... sp=sharing




****************************


from: "New World Econ"
אפדעיט אוקריינע מלחמה - מאי 19
41:14
https://drive.google.com/file/d/1gtkJeO ... sp=sharing
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרישע קאמארע פוטעדזש ווייזט וויאזוי רוסישע זעלנער פירן ארויס אכט פארכאפטע אוקריינישע וואלאנטיר פייטערס אין בוטשא פאריגער מערץ בעפאר זיי האבן דערשאסן די געפאנגענע.

https://www.dropbox.com/s/3sbpny67tehvj ... 3.mp4?dl=0
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:פרישע קאמארע פוטעדזש ווייזט וויאזוי רוסישע זעלנער פירן ארויס אכט פארכאפטע אוקריינישע וואלאנטיר פייטערס אין בוטשא פאריגער מערץ בעפאר זיי האבן דערשאסן די געפאנגענע.

https://www.dropbox.com/s/3sbpny67tehvj ... 3.mp4?dl=0

ווידעא וואס א שכן האט געכאפט פון די אינצידענט ווי די רוסן הייסן די אלע געפאנגענע פאלן אויף די קניען פארנט פון א געביידע אויף די יאבלאנסקא גאס

https://www.dropbox.com/s/suqi7o4v8ui0e ... 6.mp4?dl=0
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3349
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

May 20, 2022
אטעטשמענטס
May 20 1.png
May 20 1.png (89.27 KiB) געזען 3902 מאל
may 20 2.png
may 20 2.png (278.03 KiB) געזען 3902 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”