נקדימון האט געשריבן:(מאנכע באריכטן בשם אוקריינער אינטעלידזשענס אז זיי האבן באווייז אז רוסלאנד וועט אויסברייטערן און אנאנסירן א פרישע כוואליע מאביליזאציע אין יאנואר 5. דאס מאל א פול גרעסערע כוואליע ווי די פריערדיגע.)
די סיבה פארוואס איך האב געלייגט די נייעס פונעם אוקריינער שפיאנאזש שעף אין קלאמערן איז נישט וויבאלד ער האט עס נישט געזאגט נאר פשוט מיין פערסאנעל אפיניען איז געווען אז עס גייט מסתמא נישט געשען.
אוקריינער פארטיידיגונס מיניסטער רעזניקאוו האט אויך געהאט געמאלדן אין א ווידעא ענדע דעצעמבער אז אום יאנואר איינס וועט זיך שליסן די גרעניצן אין רוסלאנד, עס וועט דערקלערט ווערן מארשעל-לאו איבער די גאנצע לאנד און א ריזן מאביליזאציע וועט גיין אין גאנג.
יאנואר זיבן האבן די אוקריינער מיליטערישע שפיאנאזש נאכאמאל געזאגט אז יאנואר פיפצן גייט זיין די טאג וואס רוסלאנד גייט אנאנסירן א מאביליזאציע.
פאר סאם ריעזען זענען די אוקריינער שפיאנאזש שרעקליך אףף אזויפיל מאל דורכאויס די גאנצע יאר צייט.
סיי די גאר פארעווע צוגאנג בעפאר די אינוואזיע, די נאכאנאנדע מעלדונגען אז בעלארוס גייט אט אט אנהייבן אן אינוואזיע. כאטש עטליכע מאל מיט פונקטליכע דאטומען ווען דאס גייט געשען. שטייצעך עס איז קיינמאל געשען און קיינמאל געדארפט געשען. דערנאך דא מיט די נייע מאביליזאציע אין רוסלאנד.
פון די אנדערע זייט אמעריקאנער שפיאנאזש איז געווען ספאט-אן כמעט רוב מאל דורכאויס די גאנצע צייט.
מעגליך אז זיי האבן פשוט נישט קיין ריכטיגע אינפארמאציע.
אפשר האבן זיי יא עפעס א חשבון מיט די אלע מעלדונגען?
---
ווי געשריבן אנדערט האלבן חודש צוריק אין די לעצטע אנאליז איז זייער מעגליך רוסלאנד זאל לאזן אין גאנג א פרישע כוואליע מאביליזאציע ערגעץ פעברואר צו מערץ.
איך בין נישט קיין נביא און איך ווייס נישט פאר א פאקט אז רוסלאנד גייט טאקע בקרוב מאביליזירן פרישע טויזנטער זעלנער אבער טאמער רוסלאנד זאל לאזן א צווייטער כוואליע אין גאנג איז פעברואר-מערץ מער געאייגנט ווי איידער אזוי שנעל אין יאנואר.
---
גיט צו וויסן אז טעכניש גערעדט דארף רוסלאנד נישט אנאנסירן גארנישט. די לעצטע דעקרעט איז נישט געשלאסן. טא, מאביליזאציע קען זיך פריש עפענען געבויט אויף די ערשטע דעקרעט אינטערגעשריבן דורך פוטין.