רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

Oct 6
אטעטשמענטס
10 6 22 1.png
10 6 22 1.png (153 KiB) געזען 9035 מאל
10 6 22 2.png
10 6 22 2.png (84.81 KiB) געזען 9035 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - Oct 6
אטעטשמענטס
British Update - Oct 6.jpg
British Update - Oct 6.jpg (105.3 KiB) געזען 9031 מאל
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

Defence Politic Asia:
Oct 6
[ Ukraine SITREP ] Day 224 (5/10): Ukraine Kherson Offensive stopped; Oskil offensives reignites!
22:59
https://mega.nz/file/Zno3AbpA#mlpDjr5ZA ... P2E5MR62lw
לעצט פארראכטן דורך חוט המשולש אום דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 9:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

Ukrainian Military Update - Audio
Oct 5
18:36
https://drive.google.com/file/d/1LnykrO ... sp=sharing
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Jhon האט געשריבן:
עס קאכט זיך א קעסל מיט פרישע עווידענס פון נאצי סטייל פיינונגען געטראפן אין רוסישע פיינונגינגס צעלן אין באפרייטע אקופירטע אוקריינע
גאלדענע ציינער ארויסגעצויגן פון זייערע קרבנות, ציילט זיך אין די הינדרעטער
גאז מאסקעס זיי האבן אנגעטיען פאר די קרבנות וואס זיי האבן באגראבן לעבעדיגערהייט (אפשר זיך צו פייניגען לענגער, אדער צו אטעמען דורך דעם רער..?)
Screenshot_20221006-015921_Chrome.jpg
די דייטשע צייטונג ״בילד״ ווייסט צו זאגן אז די בילד איז גאלדענע ציין פון א אוקריינישער דענטיסט וואס די רוסן האבן גערויבט און האט נישט קיין שיכות מיט די פיינונגען פון די רוסן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וואס עפעס? האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
עס קאכט זיך א קעסל מיט פרישע עווידענס פון נאצי סטייל פיינונגען געטראפן אין רוסישע פיינונגינגס צעלן אין באפרייטע אקופירטע אוקריינע
גאלדענע ציינער ארויסגעצויגן פון זייערע קרבנות, ציילט זיך אין די הינדרעטער
גאז מאסקעס זיי האבן אנגעטיען פאר די קרבנות וואס זיי האבן באגראבן לעבעדיגערהייט (אפשר זיך צו פייניגען לענגער, אדער צו אטעמען דורך דעם רער..?)
די דייטשע צייטונג ״בילד״ ווייסט צו זאגן אז די בילד איז גאלדענע ציין פון א אוקריינישער דענטיסט וואס די רוסן האבן גערויבט און האט נישט קיין שיכות מיט די פיינונגען פון די רוסן
דייטשע רעפארטערס פון "די בילד" צייטונג האבן זיך אראפגעלאזט צום שטעטל Pisky-Radkivsksi וואו מען האט געטראפן די ציינער, דארט האבן זיי באגעגנט א לאנגיעריגע דענטיסט וואס שלעפט שוין ארויס ציינער פאר 33 יאר. ער זאגט אז די אלע ציינער זענען פשוט'ע מעטאלע ציינער, אבער די רוסן האבן זיך איינגערעדט אז עס איז אמת'ע גאלד... ער האט עס גלייך דערקענט און געזאגט אז זיי האבן פשוט באראבעוועט זיין אפיס.

אויך פארציילט ער אז געוויסע איינוואוינער באריכטן אז די רוסן האבן געניצט די ציינער צו דערשרעקן איינוואוינער.

דא איז א בילד ווי ער ווייזט די רעשט פון זיינע אנגעזאמעלטע ציינער.
d31b80abfa93117226505de6150be52b,28a521e8.jpeg
d31b80abfa93117226505de6150be52b,28a521e8.jpeg (102.8 KiB) געזען 8505 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Jhon האט געשריבן:
עפעס קאכט זיך פריש אין די הויכע שישקעס פון רוסלאנד, מען זאגט אז זיי רייסן זיך ביי די קעפ, מען ווארפט די שולד איינער אויפן צווייטן, קאדיראוו און וואגנער פירער, אנקעגן די פירער פון די ארמיי, און פריגאזין א שמיר קאמפיין אנטקעגן דעפענס מיניסטער שוגו
די מידיע אויטלעט האט אנגעהויבן שפילן בילדער ווי מען זעהט יא דעם גענעראל לאפין אויף די פראנט ליניעס, היינט האבן עפעס ספעציעלע קרעפטן באפאלן און ארעסטירט א ארבעטער פון פריגאזין מידיע, בקיצור פוטין פרייט זיך ווילאנג די ארימיגע קריגן זיך, און מען פוינט נישט צו אים
זיי זאגן אז דער ארעסטירטער איז אפיליאירט מיט וואגנער מידיא, און אז דאס איז א מעסעדזש פאר דער וואגנער פירער.

מאנכע צייגן אן די איראנישע פאקט אז די ספעציעלע קרעפטן אינערהאלב רוסלאנד זענען באוואפנט און אויסשטאפירט פון קאפ ביז פיס בשעת וואס די פרישע אויפ'ן פראנט האבן קוים זאקן..
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
פילע באריכטן אז די רוסן האבן איבערגעלאזט די פאזיציעס צפון חערסאן כדי נישט צו ווערן ענסירקעלט.

שטארק נישט מסתבר ווייל זיי האבן נישט נאך א דעפענס ליניע ביז די אינגאלעטס ריווער, איז וואס איז זייער פלאן מיטן פארלאזן. געבן גאנץ צפון חערסאן ראיאן ביז די אינגאלעטס ריווער פאר די אוקריינאר אויף א גאלדענעם טאץ...?
די באריכטן קוקן אויס צו זיין ריכטיג.

די אוקריינאר זענען שוין אריין אין STOROSILLYA און אין VELYKA ALEKSANDRIVKA וואס דאס איז מער צפון מערב חערסאן ראיאן. (און דאס איז מזרח דרום אינגאלעטס ריווער,) דעווידיוו בריד וואס מ'שלאגט זיך שוין א חודש צייט פון אנהייב די קאנטאר אפענסיווע זענען די רוסן אויך אנטלאפן און די אוקריינאר זענען שוין אינעווייניג.

ס'איז כמעט אוממעגליך (לענ''ד) אז די רוסן זאלן קענען שטעלן נאך א דעפענס ליניע ביז ממש אראפ דרום ביים אינגאלעטס ריווער וואס לויפט דורך די גאנצע ברייט פון די חערסאן ראיאן און האקט אפ די צפון חערסאן פון חערסאן סיטי. דאס מיינט אז די אוקריינאר גייען איבערנעמען רוב שטח פון חערסאן ראיאן אין די קומענדיגע וואך.

ביז עולם קומט אן א שטיקל מאפע.

די שווארצע ליניע איז די אינגאלעטס ריווער

די בלויע ליניע איז די פרישע ליניעס ווי די אוקריינאר זענען

אונטן די רויטע סוירקל איז די מעין גאול פאר די אוקריינאר, דארט איז די נאווא קאווקא דעם אריבערגאנג.

די אויבערשטע רויטע סוירקל איז דעווידיוו בריד
חערסאן ראיאן3.PNG
חערסאן ראיאן3.PNG (330.41 KiB) געזען 8318 מאל

-----

נישט פארגעסן דאס איז די מאנגאליאן טאקטיק.......
די לעצטע 36 שעה מאכן נישט די אוקריינאר עכט קיין פארשריט אין די חערסאן ראיאן.

די אלע שטעטלעך די לעצטע טאג וואס זיי כאפן איז מער אז זיי קלינען עס אויף פון די רוסישע, נישט אז מ'מאכט ווייטערע פארשריט.

מיין אפיניאן איז אז ס'איז נישט אז די רוסן האבן שטארקע דעפענס ליניעס, ס'איז כמעט אוממעגליך אז זיי זאלן קענען אזוי בשעת'ן אנטלויפן אזוי כאאטיק קענען שטעלן נייע קאנקריטע דעפענס ליניעס., נאר די אוקריינאר האבן זיך אביסל אפגעשטעלט צו מסדר זיין וואס זיי האבן געכאפט ביז יעצט און אויסקלינען פון די רוסן.

און ווי מ'זעהט טאקע אין די חערסאן ראיאן האלט אין איין ארויסקומען בילדער פון פארכאפטע רוסן.

גראדע איז דא באריכטן אז מערב צפון חערסאן סיטי האבן די אוקריינאר דורכגעבראכן די דעפענס ליניע ביי SNIHURIVKA די גרינע סוירקל

די דיקע בלויע ליניע איז די דעפענס ליניע היינט צוטאגס.

(די פארשריט איז פון ערב יום כיפור בשעת די רוסן זענען אנטלאפן)
חערסאן ראיאן3.PNG
חערסאן ראיאן3.PNG (330.41 KiB) געזען 8318 מאל
לעצט פארראכטן דורך אושפיזין אום דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 10:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

בועז האט געשריבן:
ניו יארק טיימס באריכטעט אז אמעריקאנער שפינאזש האלט אז אוקריינא איז געווען אונטער די אטענטאט אויף די רוסישע פראפאגאנדיסט דאגינא וואס איז געשטארבען ווען א באמבע האט אויפגעריסען אונטער איר קאר, א באאמטער אין זעלענסקיס אפיס האט ווייטער אפגעלייקענט סיי וואספארא שייכות מיט דעי אטאקע ווען ניו יארק טיימס האט אנגעפרעגט איבער דעם
זיי באריכטן אויך אז אמעריקאנער באאמטע זענען נישט צופרידן מיט די פאקט אז מ'האט זיי נישט אינפארמירט פון פאראויס איבער די אטאקע וויבאלד אן אטאקע אויף א ציווילע איז א קריג'ס פארברעכן (דאס אז דער רוס איז א שגץ מיינט נאכנישט אז אוקריינא מעג).

לויט די ני"ט האלטן די אמעריקאנער אז דאס צייגט א שטיקל צעריסנקייט אינערהאלב די אוקריינער רעגירונג זעלבסט וויבאלד זיי האלטן אז זעלענסקי און אנדערע הויכראנגיקע האבן אויך נישט געוויסט דערפון, נאר עס איז אויסגעפירט געווארן דורך א רעגירונג'ס שפיאנאזש גרופע.

דאס קומט נאך וואס עס איז פארגעקומען קליינע רייבערייען צווישן זעלענסקי און דער הויפט מיליטערישע גענעראל זלאזני. אזוינע צוטיילונגען אין קריג'ס צייטן איז ערנסטע סכנה פאר אוקריינא און ספעציעל פאר אמעריקע וויבאלד זיי ווייסן נישט מיט וועם זיי גייען צום טיש.

אנדערע צייגן אז וויבאלד די טיימס האט נישט אנגעגעבן קיין איין נאמען פון זייערע קוועלער, איז מעגליך אז דאס שטאמט פון רוסישע באאמטע אנצוזייען קריגערייען צווישן אוקריינא און אמעריקע. דערווייל האבן אמעריקאנער באאמטע נאכנישט רעאגירט דערצו.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
ס'ווערט באריכטעט אז די אפיציעלע טאג פאר די אנאקסירונג וועט זיין אקטובער 3 אין די סטעיט דומא הויז, אין די פעדערעישאן קאנסול א טאג דערויף.
און צוגרייטונג צו אפישעלי אנעקסירן די פיר געגענטער אין די רוסישע סטעיט דומא. האט די קאנסטעטושענאל קאורט היינט געגעבן אקעי צו פאראויסגיין מיט די אנעקסירונג.

----

יכול להיות אז פוטין קען זיך נאך ארויסדרייען אז די ליימאן-רוסלאנד צוזאמפאל איז געווען נאך פארן עס אפישעלי אנעקסירן. אבער נאכדעם גייט קומען נוקלאר......
שוין אפישעלי באשטעטיגט די אנעקסעישאן אויך אין פעדערעישאן קאנסול.

כ'מיין אז פוטין דארף עס נאך אונטערשרייבן ביי א שטיקל צערעמאניע
פוטין האט עס שוין נעכטן אונטערגעשריבן.

די פיר געגענטער איז שוין אפיציעל ''רוסלאנד''.

די קאורט בשעת'ן באשטעטיגן די געזעץ האט געשריבן אז בשעת ס'גייט ווערן אונטערגעשריבן דורך פוטין די צוויטע מאל גייט עס למפרע ווערן רוסלאנד פון סעפטעמבער 30...... מ'גייט רעכענען פון די טאג וואס פוטין האט עס די ערשטע מאל אונטערגעשריבן.

דאס באדייט אז ליימאן און די גאנצע צפון מזרח חערסאן איז א חלק פון רוסלאנד......

פוטין נעכטן ביי זיין דרשה האט געזאגט אז ער האלט מיט וואס טוט זיך אויף די פראנט אין דאנבאס און אין חערסאן און אלעס גייט ווערן סטעבעלייזד. נישט געסטראשעט נאכאמאל נוקלאר אדער עפעס ערנסט
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אושפיזין האט געשריבן:
די קאורט בשעת'ן באשטעטיגן די געזעץ האט געשריבן אז בשעת ס'גייט ווערן אונטערגעשריבן דורך פוטין די צוויטע מאל גייט עס למפרע ווערן רוסלאנד פון סעפטעמבער 30...... מ'גייט רעכענען פון די טאג וואס פוטין האט עס די ערשטע מאל אונטערגעשריבן.

דאס באדייט אז ליימאן און די גאנצע צפון מזרח חערסאן איז א חלק פון רוסלאנד......
אבער פעסקאוו איז געווען אביסל צומישט און פראבירט צו מישן אז ס'איז נאכנישט דא די גרעניצן און מ'גייט פון דעם קעיר נעמען שפעטער.

ווען מ'האט אים אנגעפרעגט אז אין די געזעץ שטייט יא אז מ'גייט נוצן די גרעניצן וואס איז געווען סעפטעמבער 30 האט ער זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן.
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

רואה חשבונות האט געשריבן:
א מיליטערישע באזע אין דעם קיעוו ראיאן איז היינט אטאקירט געווארן דורך אן איראנער דראון.

דאס קומט נאך חדשים וואס דארט איז נישט פארגעקומען קיין רוסישע אטאקעס אין יענעם גאנצן געגענט.
היינט איז נאכאמאל געווען אויפרייסן נעבן קיעוו.

נישט באקאנט וואס האט פאסירט
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אושפיזין האט געשריבן:
די לעצטע 36 שעה מאכן נישט די אוקריינאר עכט קיין פארשריט אין די חערסאן ראיאן.

די אלע שטעטלעך די לעצטע טאג וואס זיי כאפן איז מער אז זיי קלינען עס אויף פון די רוסישע, נישט אז מ'מאכט ווייטערע פארשריט.

מיין אפיניאן איז אז ס'איז נישט אז די רוסן האבן שטארקע דעפענס ליניעס, ס'איז כמעט אוממעגליך אז זיי זאלן קענען אזוי בשעת'ן אנטלויפן אזוי כאאטיק קענען שטעלן נייע קאנקריטע דעפענס ליניעס., נאר די אוקריינאר האבן זיך אביסל אפגעשטעלט צו מסדר זיין וואס זיי האבן געכאפט ביז יעצט און אויסקלינען פון די רוסן.

און ווי מ'זעהט טאקע אין די חערסאן ראיאן האלט אין איין ארויסקומען בילדער פון פארכאפטע רוסן.

גראדע איז דא באריכטן אז מערב צפון חערסאן סיטי האבן די אוקריינאר דורכגעבראכן די דעפענס ליניע ביי SNIHURIVKA די גרינע סוירקל

די דיקע בלויע ליניע איז די דעפענס ליניע היינט צוטאגס.
נעכטן האבן די רוסן אויך געכאפט מכות אין קאכאווקא (די ארענדזש צירקל) דורך היימארס אדער אנדערע געצילטע ארטילעריע. לויט די אוקריינער האבן זיי פארניכטעט א רוסישע צענטער מיט א שיינע מאס סאלדאטן און געצייג. די רוסן וואס האבן זיך צוריק געצויגן דארט פון אריבער די טייך האבן פון דארט געשאסן אויף פרישע אוקריינער פאזיציעס און איז אויך א געפאר ווען די אוקריינער רוקן זיך טיפער.
חערסאן ראיאן3-min.PNG
חערסאן ראיאן3-min.PNG (152.06 KiB) געזען 7686 מאל
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

עולם האמת האט געשריבן:
אנטאנאווסקי בריק באהיימארט
היינט נאכאמאל.

זעהט אויס אז די רוסן האבן זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו ניצן דעם בריק און די אוקריינאר באשיסן עס יעדן טאג.

אדער קען זיין אז באמת שיסן זיי אויף די בארדזשעס
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אושפיזין האט געשריבן:
אזוי אויך זאגט זעלענסקי אז נישטא קיין שום רעדע פון רעדן מיט רוסלאנד עז לאנג פוטין איז זייער פירער!!
זעלענסקי האט עס אונטערגעשריבן די דעקרעט פון די נעשענאל סעקיוריטי אפיס אז אוקריינא טאר נישט פארהאנדלען מיט רוסלאנד בשעת פוטין איז אויפן בענקל.

פעסקאוו האט רעספאנדעד אז ער האפט זיי גייען טוישן מיינונג, אדער דארפן צוווארטן ווען זעלענסקי ווערט אויס פירער פון אוקריינא
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

זעלענסקי האט נעכטן געהאט א מיטינג מיט זיין נעשאנעל סעקיוריטי.
און נאכן מיטינג האט ער עפעס געזאגט אז ס'גייט קומען גרויסע נייעס פון די מערב וועלט איבער עפעס מעידזשאר וואפן. צוליב דעם וואס רוסלאנד סטראשעט צו ניצן שווערע וואפן (נוקלאר...) און זיי ניצן פרעמדע וואפן ווי איראנע דראונס...
און די נעשאנעל סעקיוריטי האט עס באשטעטיגט....

כ'גלייב נישט ער גייט באקומען נוקלאר פון אמעריקא... אפשר האט עס שיכות מיט דעם וואס ]פולין האט נעכטן געבעטן פון אמעריקא צו האלטן נוקלאר ביי זיי....
אדער פשוט שווערערע וואפן.

אין די חארקוב ראיאן האבן די אוקריינאר געמאכט קליינליכע פארשריט.

ממש נעבן קרימענע זענען די רוסן ארויס אויף א קאנטעראפענסיווע און זיי זאגן אז זיי האבן צוריקגעכאפט DIBROVA.

אזוי אויך איז דא באריכטן פון לאקאלע זעלנער אין לוהאנסק ראיאן צווישן קרימענע סוואטאווא און סטאראבילסק אז די רוסן גרייטן זיך ארויסצוגיין אויף א קאנטעראפענסיווע קעגן די אוקריינאר.

------

(איך טראכט צו די אוקריינאר וועלן פראבירן גיין פון אויבן ביים גרעניץ מיט רוסלאנד און צילן TROITSKE וואס קוקט נישט אויס צו זיין אזוי באוואכט ווי סוואטאווא און קרימענע. און אזוי האקסטו אויך אפ די סופליי קיין סוואטאווא און סטאראבילסק.... און נאכדעם אראפגיין פון דארט...)

פילע באריכטן אז די אוקריינאר האבן זיך נאר אפגעשטעלט זיך צאמענמען פאר א פיל שטערקערע אפענסיווע מיט שווערע וואפן.

ממש נעבן קרימענע זענען די רוסן ארויס אויף א קאנטעראפענסיווע און זיי זאגן אז זיי האבן צוריקגעכאפט DIBROVA.
די אוקריינאר סורסעס זאגן אז למעשה איז נישט געלונגען פאר די רוסן צו דורכברעכן זייערע דעפענס ליניעס

אזוי אויך איז דא באריכטן פון לאקאלע זעלנער אין לוהאנסק ראיאן צווישן קרימענע סוואטאווא און סטאראבילסק אז די רוסן גרייטן זיך ארויסצוגיין אויף א קאנטעראפענסיווע קעגן די אוקריינאר.

------

(איך טראכט צו די אוקריינאר וועלן פראבירן גיין פון אויבן ביים גרעניץ מיט רוסלאנד און צילן TROITSKE וואס קוקט נישט אויס צו זיין אזוי באוואכט ווי סוואטאווא און קרימענע. און אזוי האקסטו אויך אפ די סופליי קיין סוואטאווא און סטאראבילסק.... און נאכדעם אראפגיין פון דארט...)
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אושפיזין האט געשריבן:
זעלענסקי האט נעכטן געהאט א מיטינג מיט זיין נעשאנעל סעקיוריטי.
און נאכן מיטינג האט ער עפעס געזאגט אז ס'גייט קומען גרויסע נייעס פון די מערב וועלט איבער עפעס מעידזשאר וואפן. צוליב דעם וואס רוסלאנד סטראשעט צו ניצן שווערע וואפן (נוקלאר...) און זיי ניצן פרעמדע וואפן ווי איראנע דראונס...
און די נעשאנעל סעקיוריטי האט עס באשטעטיגט....

כ'גלייב נישט ער גייט באקומען נוקלאר פון אמעריקא... אפשר האט עס שיכות מיט דעם וואס ]פולין האט נעכטן געבעטן פון אמעריקא צו האלטן נוקלאר ביי זיי....
אדער פשוט שווערערע וואפן.
די פענטאגאן האט אויך נעכטן געזאגט אז זיי ראטן די אוקריינער זיך צו צואיילן מיט'ן אפענסיווע אין כערסאן וויבאלד די לעצטע פאר יאר איז כערסאן געווארן א זומפ אין הערבסט/ווינטער אנטשטאט אייז ווי אין צפון (כארקאוו, לוהאנסק, וכדו'). טאנקן און אנדערע מיליטערישע טרעקלעך פארן גוט אויף אייז אבער ווערן פארשטעקט אין די שווערע אוקריינער זומפן. דעריבער איז מעגליך אז די אוקריינער וועלן זיך נישט קענען ווייטער רירן און עס וועט געבן צייט פאר די רוסן זיך צו פארשטערקערן איבער'ן ווינטער.

עס איז בכלל אינטערעסאנט אז אמעריקאנער אפישעלס זאגן עפנטליך וואס די אוקריינער זאלן טון, אבער עס איז מעגליך אז עס האט צוטון מיט די אמעריקאנער היימארס. די היימארס פארן אויף רעדער אנדערש ווי איר פארגייער די m270 וואס פארט אויף פאסיג-שינעס (אזוי ווי טאנקן). ביידע ניצן די זעלבע אמוניציע, אבער די גאנצע מעלה פון די היימארס איז אז רוקט זיך ארום פיל שנעלער ווי איר פארגייער.

פון די אנדערע זייט ווערן אלע היימארס באהאלטן אין וועלדער און אויך ארומגעפירט דורך אונטערוועגן, אבער קיינמאל אויף די הויפט שטראזן. איינמאל די זומפן רוקן זיך אן איז דא א מעגליכקייט אז די היימארס וועלן ארויסגיין פון באנוץ צוליב וואס וועט זיך מער נישט קענען ארומשלעפן דורך די אונטערוועגן. אויב ווערט א היימאר פארשטעקט אין בלאטע איז עס א זיצנדיגע ציל פאר די רוסן, אויב פאר עס אויף די אפענע געפלאסטערטע שטראזן דאן וועט עס ווערן זייער גרינג פאר די רוסן צו כאפן זייערע פאזיציעס.

עטליכע M270 מיט פאסיג שינעס זענען אויך געשאנקען געווארן פאר אוקריינא, אבער עס ווערט נישט געניצט פאר די זעלבע צוועקן ווי היימארס וויבאלד עס קען זיך נישט אזוי שנעל ארומרוקן און איז אין א גרעסערע סכנה פון ווערן באמבארדירט דורך די רוסן.

אלזא, איז מעגליך אז אמעריקע שיקט עפעס א פרישע וואונדער וואפן צו ערזעצן די היימארס.

ימים ידברו.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

א טענצל! האט געשריבן:
קאדיראוו איז געשטיגן אינערהאלב די רוסישע מיליטער צום קאלאנעל-גענעראל ראנג, די 3'טע העכסטע אין די רוסישע מיליטער.

ער איז זייער פרייליך און זאגט אז פוטין האט אים פערזענליך אינפארמירט די גוטע נייעס.
מען זאגט אז דאס איז א טריק פון פוטין אים צו מאכן באקוועם מיט זיך, זיי זאלן זיך ווייטער רייסן ביי די קעפ צווישן זיך, און נישט פוינטן אויף אים
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אנדרעי יאזאוו פון די אוקריינע אינטעלזשינס האט געזאגט אז זיי פאלגען נאך די נומערען פון די נייע מאבליזאציע און סהאלט שוין ביי 100 טויזענט מענטשען וואס מהאט איינגערוקט און מיליטער,

זיי זאגען אז שוגו האט געזאגט אז סהאלט שוין ביי 200 טויזענט ער ווייסט נישט פארוואס ער זאגט עס? צי ער וויל דערשרעקען אוקריינע אדער פאר אנדערע סיבות

ווי אויך ווייסען זיי דערווייל נישט צי פוטין ווייסט די עכטע נומבערס
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

חערסאן

די אוקריינער האבן איינגענומען איבער 1300 קמ די לעצטע פאר טעג ביי די יעצטיגע קאוינטער אפענסיווע אין חערסן

די מאפע איז קאנפירמעד מיט בילדער און ווידעאס

אויף די מינוט האט זיך די אפענסיווע אפגעשטעלט און ביידע זייטן טוען זיך ריגרופירן
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-10-06 113201.jpg
Screenshot 2022-10-06 113201.jpg (301.87 KiB) געזען 6505 מאל
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אינטערסאנטע באריכטעט געווען אנפאנג וואך אז זיבעציג פראצענט פון ארטילערי סטרייקס דורך די אוקריינאר ווערן געמאכט דירך די היימארס סיסטעם. און אז זיי אפערירן עס די גאנצע טאג און נאכט. ס'מיינט אז די אוקריינאר האבן נאך אלע צו רוב היימאר סיסטעם. (א פלא אז די רוסן האבן עס נאכאלץ נישט געטראפן צו אטאקירן)

א רוסישע רעפארטער זאגט אז די אוקריינאר האבן בערך 20 צו 30 היימאר סיסטעם'ס וואס די גאנצע טאג אטאקירן זיי מיט דעם, מורא'דיג פונקלטליכע סטרייקס. די מצב איז געפערליך זאגט ער....
(כ'ווינדער זיך פארוואס ער ווייסט נישט פון דעם אז די רוסן האבן שוין דעסטרויד העכער צוואנציג היימארס...)
לעצט פארראכטן דורך אושפיזין אום דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 4:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

רוסישע מיסעלס האבן באטראפן אפארטמענט בילדינגס אין די דרום אוקראינאר שטאט זעפארעיזשע: לויט ווי לאקאלא באאמטע געבן איבער האבן די אטאקעס געשעדיגט מער ווי 40 געביידעס און אומגעברענגט דריי מענטשען. דאס קומט אין צייט וואס אוקראינער קרעפטן אין די חרסון ראיאן מאכן ווייטער פארשריט און האבן איינגענומען נאך דריי שטעטלעך. די נאנטסטע שטעטל צו די שטאט חרסון זעלבסט איינגענומען איז א שטעטל וואס געפונט זיך ארום 100 קילאמעטער ווייט פון די סיטי.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/71031
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די פארזיצער פון די דייטשע דעפענס קאמיטע פרוי מאריא עגענס סטראוק זימערמאן איז אנגעקומען אויף א באזוך קיין קיעוו
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”