רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

באריכטן:
ס'איז שוין נישטא קיין געשלעגן אין בעלעגראד ראיאן, ווי ס'קוקט האבן די אוקריינאר פארלאזט די געגענט און צוריקגעגאנגען קיין אוקריינא, די רוסן גייען ארום אינעם געגענט זיכער מאכן אז ס'איז ליידיג פון אוקריינאר...

אדער יא אדער ניין.

אפדעיט: פאלשע נייעס.
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום דינסטאג מאי 23, 2023 10:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 8:20 pm
באריכטן: ס'איז שוין נישטא קיין געשלעגן אין בעלעגראד ראיאן, די רוסן גייען ארום אינעם געגענט זיכער מאכן אז ס'איז ליידיג פון אוקריינאר... אדער יא אדער ניין.
זיי זאגן 35 טויטע טעראריסטן און נאך פארכאפטע... אדער יא אדער ניין
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:29 pm
באריכטן אז די רוסן האבן שוין גענומען פריזאנערס טייל פון די סאבאטאשירער, אזוי אויך פון פילע טויטע
Jhon האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 8:21 pm

זיי זאגן 35 טויטע טעראריסטן און נאך פארכאפטע... אדער יא אדער ניין
ס'איז די זעלבע באריכט, פון היינט אינדערפרי, ס'איז מסתמא נישט אמת ס'וואלט שוין געדארפט זיין בילדער אדער עפעס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דיעפסטעיט מאפע האט די דריי שטעטלעך קאזינקע גלאטאווע און גארא-פאדאל [הארע פאדיל פאר די וואס ליינען אוקריינער שפראך] אין א גרוי קאליר. עס איז דערווייל נישט קלאר ווער עס איז אין קאנטראל.
20230522_210721.jpg
20230522_210721.jpg (111.89 KiB) געזען 6792 מאל

---
די "סיי-אפ" די היינטיגע טאג איז געווען אויף גאר הויכע אקטאוועס. וואלט נישט געווען גלענצנד פאר די אוקריינער צו לאזן די ברייטע קאנטער אפענסיווע אין גאנג?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די היינטיגע זיך אריבערכאפן די אוקריינער גרעניץ אריין קיין רוסלאנד און פארכאפן -כאטש צייטווייליג- דריי שטעטלעך אין די בעלגאראד ראיאן איז געטון געווארן דורך צוויי באזונדערע גרופעס. צוויי רוסישע גרופעס וואס שלאגן זיך אין אוקריינע לטובת אוקריינע.

טראץ די צוויי פארא-מיליטערישע גרופעס האבן קעגנזייטיגע אידעאלן האבן זיי דאך עפעס וואס טוט זיי פאראייניגן. דאז אז זיי זענען אנטי-פוטין דיסידענטן.

איין גרופע איז די "רוסישע וואלונטיר קארפוס". דאס איז אן אויסגעשפראכענע אלטרא רעכטע גרופע וואס ווערט געפירט דורך דער נעא-נאצי דעניס קאפוסטין מער באקאנט אלץ ניקיטין. ניקיטין איז א ראדיקאלער פארשוין.
20230522_200157.jpg
20230522_200157.jpg (45.14 KiB) געזען 6421 מאל
קאפוסטינ'ס אידעאלאגיע איז צו פרעזערווירן די רוסן אלץ אן עטנישע גרופע. ער שרייט אז פוטין מאכט עס פאר א פאליטישע לאנד. קאפוסטין האט שוין אויך אראפגעריסן זעלענסקי אבער ער האלט אז פוטין איז ערגער.

בקיצור פוטין האט געגליטשט און איז נישט געניג געטריי צו מאמע רוסלאנד...

די גרופע פארריפט זיך אלץ טייל -עכ"פ טיילווייז פארבינדן- מיט די אוקריינער מיליטער אבער די אוקריינער מיליטער האלט א שטיקל מרחק פון זיי און באטראכט זיי נישט אלץ אן אפיציעלע טייל פון די אוקריינער מיליטער.

זיי האבן קאנטאקטן מיט די אוקריינער ארמיי אבער ארבעטן אלץ א "גרויע שטח" האט זיי איינער גיט אראפגעמאלן.

אזא אינצידענט וואס האצעך אפגעשפילט היינט אבער אויף א קלענערע שטאפל איז פארגעקומען צוויי חדשים צוריק ווען קאפוסטין מיט זיינע חברה האבן זיך אריבערגעכאפט די גרעניץ אין די בראנסק ראיאן אין רוסלאנד און פארכאפט א שטעטל צוויי. עס האט נישט אנגעהאלטן לאנג.

זע דא אביסל מער מיט א בילד פון קאפוסטין
viewtopic.php?p=4159499#p4159499

דערנאך איז דא די "פרייהייט פון רוסלאנד לעגיאן" פארא-מיליטערישע גרופע. דאס איז נישט ממש אזא אויסגעשפראכענע רעכטע פליגל ווי די ערשטע גרופע. זיי שטעלן זיך מער אהער פאר אינדיווידואלע רעכטן און מער פרייהייט אין רוסלאנד.
20230522_200201.jpg
20230522_200201.jpg (55.1 KiB) געזען 6421 מאל
די גרופע איז -אנגעבליך-א טייל פון די "אינטערנאציאנאלע לעגיאנען" וואס אוקריינע האט געגרינדעט צו ארויסהעלפן.

די ביידע מיליציעס -און נאך א פארטיזאנער גרופע- זענען פארבינדן אין א פאראייניגטער דעקלעראציע געריפן די "אירפין דעקלעראציע" אלץ אפאזיציע צו פוטינ'ס רעזשים. דאס איז זינט פאריאר אוגוסט.

זיי ניצן אפט די ווייס-בלוי-ווייס פאן וואס ווערט אפט פארבינדן מיט די אנטי-פוטין באוועגונג אין רוסלאנד. בעיקר זעט מען עס ביי די צווייטע פארא-מיליטערישע גרופע די פר"ל.
20230522_214630~2.jpg
20230522_214630~2.jpg (20.3 KiB) געזען 6421 מאל
די אלע גרופעס זענען נישט אלץ פאראייניגט. בעיקר ווען זיי האבן געמיינזאמע אינטערעסן און עס קומט זיי אויס בעסער צו ארבעטן ביינעזאם.

אויב און אויף וויפיל די אוקריינער מיליטער האט געשפילט א ראלע בלייבט איבער צו זען. גיטע "סיי-אפ" איז עס זיכער. א שטארקע טראלעריי איז עס אויך זיכער. און אפשר זאל טאקע די אוקריינער מיליטער ניצן די בעלגאראד פראנט און אינוואדירן שטיקלעך פון רוסלאנד אלץ טייל פון די בעפארשטייענדע קאנטער אפענסיווע. צו אלץ די צומישעניש און צו אלץ די לעוורידזש קעגן רוסלאנד.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ISW שאצונג און באריכט איבער די בעלגאראד קראסינג.

@ידיד כל חי די עולם ווארט....
Screenshot_20230522_224141_Chrome.jpg
Screenshot_20230522_224141_Chrome.jpg (239.31 KiB) געזען 5957 מאל
Screenshot_20230522_224405_Chrome.jpg
Screenshot_20230522_224405_Chrome.jpg (272.19 KiB) געזען 5957 מאל
נישט קלאר צוליב די ריסייזינג כ'לייג עס עניוועי.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מיט רשות פונעם שרייבער ר' ארי ווייזער ני"ו, שטעלן מיר דא ארויף זיין מייסטער ארבעט איבער זיין באזוך אין אוקריינע, און מעגא באשרייבונג איבער די שלאכטן, באגלייט מיט בילדער און קלארע (אידישע) מאפעס.

ער האט עס באשריבן אין דער איד פסח אויסגאבע, און לאור די גרויסע פארלאנג וואס מענטשן זיכן עס צו ליינען שטעלן מיר עס דא ארויף.

{נקדימון מהאמיר די קשרים מיט די הויכע באאמטע חחח}

https://drive.google.com/file/d/1MflvJ9 ... share_link
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום מאנטאג מאי 22, 2023 11:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 10:47 pm
ISW שאצונג און באריכט איבער די בעלגאראד קראסינג.

@ידיד כל חי די עולם ווארט....
סארי!
ISW
May 22
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די רוסישע דעפיוטי עזשוקעישען און סייענס מיניסטער איז געשטארבען אויף א פליגער אויף די וועג צוריק פון קובא צוליב אומבאקאנטע סיבות,
ער האט זיך לעצטענס אפגערעדט פאר זיינע נאנטע אז ער האט נישט ליב די דירעקציע ווי רוסלאנד גייט

די רוסישע רעגירונג זאגט ער האט לעצטענס (זייט ער האט זיך אפגערעדט אויף פוטין) געהאט פארשידענע הארץ פראבלעמען און אויך האט ער געליטען פון דעפרעסיע צוליב די מלחמה און אוקריינע
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג מאי 23, 2023 12:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בענטלי
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 23, 2023 3:42 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענטלי »

א רוסישע T-80BVM פארברענט מיט א קליינע דראון באמבע

https://drive.google.com/file/d/1klwgSN ... sp=sharing
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

May 23
אטעטשמענטס
5 23 23 1.png
5 23 23 1.png (42.92 KiB) געזען 2364 מאל
5 23 23 2.png
5 23 23 2.png (73.56 KiB) געזען 2364 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - May 23
אטעטשמענטס
British Update - May 23.jpg
British Update - May 23.jpg (97.46 KiB) געזען 2361 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 8:20 pm
באריכטן:
ס'איז שוין נישטא קיין געשלעגן אין בעלעגראד ראיאן, ווי ס'קוקט האבן די אוקריינאר פארלאזט די געגענט און צוריקגעגאנגען קיין אוקריינא, די רוסן גייען ארום אינעם געגענט זיכער מאכן אז ס'איז ליידיג פון אוקריינאר...

אדער יא אדער ניין.
די גאווענער פון בעלגאראד איז היינט ארויסגעקומען מיט א מעסעדזש אז די מיליטער ארבעט נאך צו פארטרייבן די סאבאטאזשירער און ביזדערווייל זאל מען זיך נישט צוריקקערן צו די שטעט נעבן די גרעניץ.

די רוסישע מיניסטערי אף דעפענס איז ארויסגעקומען מיט א ווידיאו ווי זיי אטאקירן די (נערישע, מעקסיקאנע,משוגעים...) סאבאטאזשירער.
און אויך געלאזט הערן אז די סיבה פון אוקריינא טון די שריט איז צוליב זייער מפלה אין באקמוט...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

באריכטן איבער א פרישע אינוואזיע אריין קיין בעלגאראד פון אביסל ארויפציער די גרעניץ מער צו מזרח זייט, אין ריכטונג פונעם שטאט-שטעטל Bogun-Gorodok אין בעלגאראד.

נאכנישט באריכטעט איבעראל.

זעלענסקי איז שוין צוריק אין אוקריינא.

זעלענסקי האט באזוכט מארינס אויף די פראנט ליניעס.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 7:41 am
באריכטן איבער א פרישע אינוואזיע אריין קיין בעלגאראד פון אביסל ארויפציער די גרעניץ מער צו מזרח זייט, אין ריכטונג פונעם שטאט-שטעטל Bogun-Gorodok אין בעלגאראד.

נאכנישט באריכטעט איבעראל.
עפעס גייט דעפענטלי פאר דארט אין געגענט.

פרישע באריכטן פון אפאר קאלימעטער ארויפציער אז די סאבאטאזשירער/אוקריינאר שטורעמען Shchetinovka אין בעלגאראד ס'איז צען קילאמעטער מזרח פון Bogun-Gorodok .
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

שוין איבער א טאג. גארנישט האט זיך נישט צוריקגעטוישט.
רוסן קוקן צו א רוסישע מיליטערישע העליקאפטער האט געקראכט נעבן די גרעניץ. די נעכטיגע באריכט איז געווען א פאלשע באריכט.

בילהאראד פאלט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 7:51 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 7:41 am
באריכטן איבער א פרישע אינוואזיע אריין קיין בעלגאראד פון אביסל ארויפציער די גרעניץ מער צו מזרח זייט, אין ריכטונג פונעם שטאט-שטעטל Bogun-Gorodok אין בעלגאראד.

נאכנישט באריכטעט איבעראל.
עפעס גייט דעפענטלי פאר דארט אין געגענט.

פרישע באריכטן פון אפאר קאלימעטער ארויפציער אז די סאבאטאזשירער/אוקריינאר שטורעמען Shchetinovka אין בעלגאראד ס'איז צען קילאמעטער מזרח פון Bogun-Gorodok .
אביסל צו פארשטיין.

די רוט הייבט זיך אן בייShchetinovka, די רויטע שטרעכל איז ביי Bogun-Gorodok אינגאנצן לינקס איז נעבן סומי ראיאן ווי די נעכטיגע אריינדרינגונג איז פארגעקומען .
Screenshot_20230523_075439_Maps.jpg
Screenshot_20230523_075439_Maps.jpg (162.2 KiB) געזען 1945 מאל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די רוסן זאגן אפיציעל אז זיי האבן געהרגעט זיבעציג חברה און שוין אלעס אפגעפארטיגט. חחחח
רעפארטער קריסטאפער מיללער זאגט אז ער האט ערשט יעצט גערעדט מיט די רעבעל פירער און ס'איז הוילע דמיונות.

איינער דא געדענקט וויאזוי יואל פערבער זאגט "חחחחחח רוסישע ארמיי...." אויף איציקל טעיפ? בערך אזוי.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

Gor'kovskii און Shchetinovka זענען אונטער די קאנטראל פון די היימישע רוסישע מחוצפים..
Fwzs6luXgAEbQl7.jpg
Fwzs6luXgAEbQl7.jpg (246.8 KiB) געזען 1872 מאל
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

לצים. די סאבאטאזשירער האבן אויפגעשריבן אויף די ווענט אין בעלגאראד ''באקמוט פאלט'' נישט ממש.... נאר ''א גריס פון באקמוט''
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 8:03 am
Gor'kovskii און Shchetinovka זענען אונטער די קאנטראל פון די היימישע רוסישע מחוצפים..

Fwzs6luXgAEbQl7.jpg
village of Bogun-Gorodok לערנט מען יעצט מיט צווייטע כאוויירעם.. ס'קומט נאך פאהר א חוזר חזרה דארטן מיט די רוסן, עס איז צו ערווארטן אז ס'גייט פאלן צו די אינוואדירער בקרוב..

*****
באקמוט פאלט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ס'דא א ווידעא ווי א רוסקי איז אומגעקומען נעבן אוגלעדאר און זיין חבר גנב'ט זיין זייגער און לאזט אים דארט ליגן.
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

אונגארישער פרעזידענט װיקטאר אורבאן האט איבערגעבגעבן שטארקע דברים של טעם היינט ביים קאטאר עקאנאמישער פאררום.
טורבאן זאגט: די װעלט איז אבסעסט צו קוקן װער האט אינװאדירט,אבער אונז אונגארישע טראכטן פאראויס (און כאפן שנעל אויף) ״אוקריינע קען נישט געװינען״ זיי טוען בלויז פאראורזאכן עסקאלאציעס, דעריבער מוזן זיי איינגיין אויף קאנצעסיעס און פרירן קאנפליקט.
דברי פי חכם כריין.
אטעטשמענטס
fcd27e76-d213-4813-a656-4e9faaf06d3b.jpeg
fcd27e76-d213-4813-a656-4e9faaf06d3b.jpeg (95.85 KiB) געזען 1764 מאל
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שוין העכער 24 שעה און איינוואינער אין די געגננט צווישן קוזינקע און גרעייארן הערן נאך קולות פון שיסערייען און אויפרייסן.

אלעס איז אונטער קאנטראל דאנט פעניק...

נאר אפאר משוגעים מיט מעקסיקאנע..
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”