רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
זאלענסקי היינט אויף א באזוך און סאמי
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
פראנקרייך גייט בקרוב איבערגעבן די צוגעזאגטע עיר דיפענס צוזאמען מיט איטאליע אוך גייען זיי העכרן די צאל אומנציע
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 16790
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
וואל סטריט דזשורנאל: אמעריקע האט אינפארמירט רוסלאנד אז זי וועט מער נישט אויסטוישן דאטא איבער אירע סטראטעגישע נוקלעארע קרעפטן נאכדעם וואס מאסקווע האט באשלאסן אפצושטעלן איר באטייליגונג אינעם נייעם START טריטי.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
9 אוקריינער פארטרייבן 30 רוסן
א אינטערעסאנטע ווידעא ווי א גרויסע גרופע רוסן אין און ארום א טרענטש סיסטעם
א קליינע גרופע אוקריינער רוקן זיך אן
אין אלע רוסן לויפן ווי די שווארצע פעפער וואקסט
די העלדישקייט פון די אוקריינער אין די ווידעא איז רימארקעבל
https://drive.google.com/file/d/1BIyVsj ... xGr_k/view
א אינטערעסאנטע ווידעא ווי א גרויסע גרופע רוסן אין און ארום א טרענטש סיסטעם
א קליינע גרופע אוקריינער רוקן זיך אן
אין אלע רוסן לויפן ווי די שווארצע פעפער וואקסט
די העלדישקייט פון די אוקריינער אין די ווידעא איז רימארקעבל
https://drive.google.com/file/d/1BIyVsj ... xGr_k/view
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 16790
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
לאקאלע אפישעלס: אוקריינער שטאט אדיווקע אויפן פראנט ווערט אפגעווישט פון די מאפע מיט פארשטערקערטע רוסישע אטאקעס.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 16790
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
די רוסן פירן אדורך מכת ברד אויף אדיווקע.ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 11:50 am לאקאלע אפישעלס: אוקריינער שטאט אדיווקע אויפן פראנט ווערט אפגעווישט פון די מאפע מיט פארשטערקערטע רוסישע אטאקעס.
https://www.dropbox.com/s/947w1hvsz8m05 ... 8.mp4?dl=0
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
ענגלאנד און פוילען גייען באצאלען פאר א צוויי צייטווייליגע שטעט וואס זאל אריינעמען 7000 אוקריינער וועלכע האבען זיך געטראפען אויפן גאס דעס יאר און האבען נישט ווי צי גיין,
אויסער דעם וואס די שטעט גייען האבען וואוינינג קוואטירען גייען די שטעט האבען אלע איינריכטונגען און באדערפענישן וואס מברויך האבען,
סגייט זיין לאקירט אין די לעמבערגע און אין די פאלטאווא אומגעגענטען
ענגלאנד שאצט אז סגייט זיי קאסטען ארום 12 ביליאן דאלער

- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 15472
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
א פרישע אוקריינישע דראון איז געפינען געווארן אין מאסקווע, געבויט פון האלץ און פאום.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 15472
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
רוסישע T-62 טאנק אין די אוקריינישע ארמיי (שוין די צווייטע אדער דריטע לעמפערט 2 טאנק)
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 15472
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
אוקריינישע SU-27 פליגער וואס האט אראפגעשאסן איראנע דראונס ביי די נעכטיגע אטאקע, האט געקראכט,די פיילעט האט עס נישט איבערגעלעבט. (שוין די צווייטע פליגער וואס פאלט בשעתן אראפשיסן איראנע דראונס)
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 15472
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
דייטשע דעפענס מיניסטער טענהט אז זיי האבן געשיקט מער לעמפערט 2 טאנקן קיין אוקריינע פון וויפיל זיי האבן צוגעזאגט צו שיקן.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 15472
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
Muradov איז פארשיקט געווארן פון זיין אמט אלטס פירער פון די וואלעדאר פראנט, Andrii Kuzmenko איז באשטימט געווארן אים איבערצונעמען פאר ביז מטוישט אין איין...
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 15472
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
רוסישע ריפארטער סלעדקאוו טענהט אז צפון קארעא האט 50,000 עליטע סאלדאטן וואס זענען גרייט זיך אנצושליסן אין די רוסישע מיליטער קעגן אוקריינע, חוץ פון די 800,000 געהעריגע סאלדאטן. (דאס איז חוץ פון די 10,000 סירישע סאלדאטן וואס האבן זיך (געדארפט) אנגעשלאסן פאריאר).
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 16790
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
- אטעטשמענטס
-
- 20230328_144901.jpg (119.75 KiB) געזען 7210 מאל
-
- 20230328_144903.jpg (135.65 KiB) געזען 7210 מאל
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
אוקריינע האט היינט פארלוירען א האנט צי האנט שלאכט אין א טרענטש..
א ביבער (אן די הוט) האט זיך אריינגעכאפט און א טרענטש און דענעווירט די סאלדאטען, וויפיל מאל זיי האבען אים ארויסגעשלעפט ביים וויידעל און געטרייט צי ווייזען א אנדערע וועג, האט ער זיך געהאלטען ביי זיינס,
יעצט וויינט ער ווי א ביבער..
***
און מער ערנסטע נייעס
אוקריינע פאליציי האבען היינט פארשטארקערט זייער באמיאונגען צו עוועקואירען די לעצטע איינוואוינערס פון אווידיאיווקע
סווערט געשאצט אז סאיז פארבליבען קנאפע צוויי טויזענט מענטשען דארטען מערסטענס עלטערע און שוואכע וואס האבען נישט ווי צי גיין און די לאנג פארצויגענע מלחמה
***
לויד אוסטין האט היינט געזאגט ביי א פארהער אין קאנגרעס, אז ער האלט אז אוקריינע האט גוטע טשאנסען צי זיין ערפאלגרייך ביי זייער קומענדיגע קאנטער אפענסיווע, זיי גייען מן הסתם פארדינען דערויף,
נאך האט ער געזאגט, אז לויט ווי די אמעריקאנע מיליטער שאצט האט די אוקריינע מיליטער ביי זייערע שלאכטען ארום באקמוט און אווידיווקע קאמבענירט מיט אנדערע טאקטיקען דעפלידעט (ווייניג געמאכט/ אויסגעברענט) די רוסישע אמוניציע זאפאסען אויף א וועג וואס אמעריקע האט זיך נישט געחלומט אז סגייט געשען,
אונז באקומען באריכטען אז זיי האבען זיך געוואנדען פאר מאסען הילף פון קארעא און איראן,
***
מאלדאווע האט געמאלדען אז זיי האבען איינגעלאדענט קרעפטען פון ראמעניע בריטען און אמעריקע וואס זאלען איינטרענירען זייערע סאלדאטען,
***
לויט באריכטען האט מען געזען נעכטען גאנצע וואגאנען פון די גאר אלטע טי 62 טאנקען פארען אין רוסענלאנד און ריכטונג פון די אוקריינע פראנט,
רוסלאנד האט א געשאצטע 10 טויזענט שטיק דערפון רוב דערפון דארף מען פארעכטען,
ביי די אנפאנג פון די קריג האבען די מיליטערישע קעפ און די רוסען-לאנד ארויפגעלייגט אייזענע קעזשעס אויף די טאנקען זיי צו באשוצען פון די זשעוועלינס
יעצט וואלט איך זיי געראטן ארויפצישרייבען מיט ספרעי פעינט אויף זייערע אלטע טאנקען, לעפערד 2, 2023...
***
א אוקריינע נייעס קאנאל זאגט אז סאיז באקאנט געווארען אז נאך און דעצעמבער למספרם האט פעסקאוו געזאגט פאר זיינע נאנטע עליטע קנאקערס אז די מלחמה קען זיך ציען יארען!
***
די סאן באריכטעט אז אוקריינע ספעציעלע קרעפטען האבען חרוב געמאכט א רוסישע אנטי עירקרעפט קאמפלעקס מיט א קאמיקאזי דראון,
די פוטיזש איז געווארען ריליסד דורך די עס בי יו, און זיי האבען עס ווערעפייד
***
היינט איז געווען גאר העפטיגע שלאכטען און מאשין פייער אינדרויסען פון באקמוטע ווען אינמיטען האבען די וואגנאריסטען געדראפט א באמבעלע פון א דראון און פארוואונדעט אן אוקריינע זעלנער, די אוקריינע האבען אים עוועקואירט סוקסעפול אונטער א האגעל פון פייער
***
רוסישע מיליטערישע משפחה מיטגלידער רעדען זיך אפ אז א איינהייט אין די מיליטער נעמען אוועק אלע טעלעפאונס פון די סאלדאטען; וואס קומען לעצטענס אן קיין אוקריינע, כדי זיי זאלען נישט קענען פארציילען וואסארא שחיטות סקומען פאר אויף די רוסישע מיליטער,
די רוסישע רעקרוטען גנבענען אבער סעלפאונס פון די אוקריינישע, און אזוי קאלען זיי ארויס

- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
די ציפער פון רוסישע טאנק פארלוסטן וואס זענען באשטעטיגט שטייט ביי 1900.נקדימון האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 08, 2023 8:14 pm אוריקס ליסטע וואס טרעקט [כמעט] יעדער בילד און ווידעא וואס איז דא עוועליבל אויפן אינטערנעט איבער די פארלוסטן אין די קריג האלט היינט ביי גאנצע טויזנט רוסישע טאנקען באשטעטיגט צו זיין צושטערט/חרוב. צוזאמען מיט פארלאזטע/פארכאפטע טאנקען שטייט עס ביי א ריזן מספר פון 1688 רוסישע טאנקען. מיט אוריקס געבן די מינימום [באשטעטיגטע] פארלוסטן און קען אינטערשאצן מיט 20-30% רעדט מען דא כאטש א צוויי טויזנט טאנקען פארלוסט פאר די רוסן.
דאס איז אן אסטראנאמישער ציפער.
מיט נאך א שיינע פאר הונדערט וואס מען ווייסט נישט איז צוויי א האלב טויזנט+ טאנק פארלוסטן זייער מסתבר.
די ציפער איז ריזיג.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
רוב פון די לעפערד-2 טאנקען וואס לענדער האבן מבטיח געווען פאר אוקריינע זענען שוין אויף אוקריינער טעריטאריע. דייטשלאנד האט שוין געשיקט אלע איר 18 טאנקען וואס זי האט צוגעזאגט. פארטיגאל האט שוין אפגעשיקט די 3 וואס זיי האבן בייגעשטייערט און פוילן האט שוין א וויילע צוריק געשיקט די 14 וואס זי האט צוגעזאגט. אזוי אויך די פיר שטיק פון קאנאדע.
שפאניע האט פאריגער וואך געמאלדן אז די וואך סוף וואך וועט אנקומען 6 טאנקען קיין אוקריינע. אויב איז עס נאכנישט אנגעקומען דארף עס צו אנקומען עני טאג.
שפאניע האט פאריגער וואך געמאלדן אז די וואך סוף וואך וועט אנקומען 6 טאנקען קיין אוקריינע. אויב איז עס נאכנישט אנגעקומען דארף עס צו אנקומען עני טאג.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
סאטעלייט בילדער באשטעטיגט אז רוסלאנד האט ארויסגעשלעפט א טאנק באטאליאן (ארום דרייסיג שטיק) פון אלטע T-55 טאנקען פון א פארריכטונגס באזע אינעם טיפן מזרח רוסלאנד, ערגעץ צווישן מיטן פעברואר צו מיטן מערץ
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן אז זיי גייען ארבעטן ווייטער צו פארברייטערן אמעריקא'ס מעגליכקייט צו פראדוצירן מער ארטילעריע רונדעס און וועט ביי יאר 2028 קענען פראדוצירן 85 טויזנט שעלס חודש'ליך.נקדימון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 17, 2023 8:47 pmצוויי קלייניגקייטן וואס קומט מיר אין קאפ. קען זיין אמעריקא וויל אנגרייטן אוקריינע צו זיין אויסשטאפירט ביי זייער נעקסטע קאנטער אפענסיווע. לעצטנס איז דא שיינע פעקלעך מיט וואפנס און האפענטליך די זיצונג די וואך וועט ברענגן פירות. די אייראפעישע פון זייער זייט וועלן זייער מעגליך באקומען רשות פון דייטשלאנד פאר טאנקען און ענגלאנד האט שוין אויך געמאלדן שיינע פעקלעך וואס וועלן קומען בקרוב וכו'.נקדימון האט געשריבן:די טיימס ווייסט צו פארציילן אז אמעריקא שלעפט ארויס בערך 300 טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס וואס זי האלט אויף אין מדינת ישראל צו שיקן פאר אוקריינע.
---
אמעריקא שיקט שוין מער וואפן פון מדינת ישראל זאפאסן ווי מדינת ישראל אליינס...
דאס אלעס איז שריט אין די ריכטיגע דירעקציע פון שיקן מער מאכטפולע וואפנס פאר אוקריינע.
נאך עפעס וואס איך טראכט איז, אז אפי' די מערב וועלט שטייט ווייטער צו די האנט פון אוקריינע און וויל געבן וואפנס איז "האבן די מעגליכקייט" צו געבן אויך עפעס וואס איז גאר וויכטיג.
נישט יעדער לאנד זיצט מיט זאפאסן פון וואפן צו שיקן קיין אוקריינע.
צום ביישפיל פראנקרייך האט געהאט געגעבען בערך א דריטל פון זייער סיזער האוויטצער פלאטע. זיי זיצן נישט מיט צוויי הונדערט שטיק.
וואפנס נעמט צייט צו פראדוצירן. אמאל וואכן, און צומאל חדשים און אפי' יארן...
צוויי טויזנט טאנקען לעפערד-2 עוועליבל פאר אוקריינע... האו אבאוט ריינמעטאל וועט האבן קארגע צוואנציג שטיק און נישט יעצט נאר אין יאר ארום...
אמעריקא האט אויך נישט ענדלאזע זאפאסן פון ארטילעריע רונדעס. אמעריקא קען אויך אויסלויפן פון געוויסע וואפנס. (געוויס קענען זיי טון דראסטישע שריט צו ארויפשרויפן די פראדוקציע אבער דערווייל איז עס נישט דארט).
אוקריינע דארף א געשאצטע הונדערט טויזנט ארטילעריע רונדעס חודש'לעך.
אמעריקא פאבריצירט פערצן טויזנט חודש'לעך...
אמעריקא האט געמאלדן עטליכע חדשים צוריק אז זיי לייגן אריין כוחות צו הייבן די פראדוקציע און וועט פראדוצירן צוואנציג טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס ביי די זומער און פערציג טויזנט רונדעס ביי יארע 2025.
גאנץ אייראפע פראדוצירט יערליך ווייניגער פון וויפיל אוקריינע האט פארניצט אין א האלבער יאר.
צו דאס איז א זאפארטיגע פראבלעם? יא. צו עס זיך אן יעצט אויף די מינוט? ניין.
אויב די קריג גייט אזוי אנגיין פאר ווער ווייסט ווי לאנג גייט מען דארפן שארף הייבן די פראדוקציע.
רוסלאנד פארמאגט אפשר אפילו שטערקער די פראבלעם. רוסלאנד האט פארניצט צוריק אין יוני הונדערטע טויזנטע רונדעס. פרובירנדיג צו דעקן די לאך פון זייער מאנסקראפט דעפעציט.
דאס איז ווארשיינלעך פארוואס זיי האבן היפש פארמינערט די באראזשן די לעצטע חדשים ווען זיי פרובירן צו שפארן וויפיל זיי קענען ביז זיי באווייזן צו פראדוצירן מער רונדעס.
לאמיר האפן די קריג וועט זיין א פארגאנגענהייט אין 2028.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 275
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
אוקריינער פארטיידיגונג מיניסטער האט זיך פאטאגראפירט אויספרובירנדיג די בריטישע נסיון־2 טאנקען װעלכע זענען שוין אין אוקריינע.
ראזניקאװ אינעם טאנק זאגט: ״בען (װאלעס, די בריטישע פארטיידיגונגס מיניסטער) דאס זענען פיינע סחורה״.
ראזניקאװ אינעם טאנק זאגט: ״בען (װאלעס, די בריטישע פארטיידיגונגס מיניסטער) דאס זענען פיינע סחורה״.
- אטעטשמענטס
-
- BCF74333-275D-485E-B693-E552A996CED0.jpeg (54.54 KiB) געזען 2324 מאל
-
- A40ED4B2-12E8-47B3-8A3F-EC7F23D807F8.jpeg (82.35 KiB) געזען 2324 מאל
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
אוקריינער זעלנער האבן אנגעגרייט א ווארעמע אויפנאמע פאר די רוסישע געסט. די אוקריינער זעלנער בעפאר זיי האבן געדארפט פארלאזן זייער געביידע אין באכמוט האבן זיי עס פארפעסטיגט מיט מינעס. א גרופע פון אכט-צען רוסישע זעלנער זענען אריין אינעווענדיג אין די געביידע איז ארויף אין פלאמען.
אויף מאריאפאלסקע גאס אין דרום-צענטער באכמוט.
אויף מאריאפאלסקע גאס אין דרום-צענטער באכמוט.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
די וואגנער קעמפער האבן די לעצטע טעג איבערגענומען א טייל פון מאריאפאלסקע גאס אין באכמוט. מערב זייט אריבער די באכמוטיווקע טייך. אריינגערעכנט שולע נומער 5 אויפן מאריאפאלסקע גאס.
וואגנער פירער פריגאזין האט די טעג אפגעשטאט א באזיך צו זיינע קעמפער אין די שולע געביידע.
https://www.dropbox.com/s/ii75wy65xp38q ... 3.mp4?dl=0
דאס איז גאנץ געוואגט/איינגעשטעלט פון פריגאזין. די שטח איז ווייניגער ווי א שפאן אוועק פון די אוקריינער פאזיציעס אין באכמוט. ווי ער וואלט גרינג געקענט באצאלן מיטן לעבן.

- שר האלף
- תגובות: 1982
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 12490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
באריכטן איבער עטליכע אויפרייסן אין די געגענט פונעם לופט באזע אינעם אקופירטע שטאט מעליטאפל