רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

Feb 12
אטעטשמענטס
2 12 24 1.png
2 12 24 1.png (46.31 KiB) געזען 3936 מאל
Screenshot 2024-02-12 060751.png
Screenshot 2024-02-12 060751.png (209.33 KiB) געזען 3936 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British update
אטעטשמענטס
2 12 24 bu f.jpg
2 12 24 bu f.jpg (368.68 KiB) געזען 3936 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עסטרייך'ס ענערגיע מיניסטאר זאגט אז זיין לאנד קוקט אריין אין פלענער ווי אזוי צו ענדיגן איר גאז קאנטראקט מיט רוסלאנד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א באריכט פארציילט אז אוקריינע ברענגט אריין די אזאוו (דריטע בריגאדע) איינהייט צו ראטעווען אוודיווקא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

לויט א באריכט האט פרעזידענט זעלענסקי פארארדענט דער נייער גענעראל סורסקי צו אהערשטעלן א פלאן נישט צו לאזן די שלאכטפעלד אין אזא כמו שטייפער פאזיציע נאר צו אהערשטעלן פרישע געווינסן פאר אוקריינע אבער מיט נישט קיין סך פרישע זעלנער.


איינע פון די הויפט חילוקי דעות צווישן "זא לעומת זע" איז געווען איבער מאביליזירן פרישע אוקריינער זעלנער. זאלאזשני האט געהאלטן אז דאס איז קריטיש וויכטיג פאר די מיליטער טראץ עס איז נישט פאפולער פאליטיש און זעלענסקי פון די אנדערע זייט איז נישט געווען אנטציקט דערפון זאגנדיג אז מען דארף נישט קיין גרויסע מספרים פרישע זעלנער און כסדר געצעגערט מיט די איידיע פון די פרישע מאביליזאציע, צו ווייל פרעזידענט זעלענסקי פארשטייט צו מיליטערישע סטראטעגיע צו ווייל עס איז דא פאליטישע מאטיוון פארמישט דערין.


----
איינע פון די ברענעדיגע נושאים אויפן טיש איז די שטאט אוודיווקע. צו אוקריינע זאל זיך צוביסלעך צוריק ריקן פון אוודיווקע אדער אנהאלטן די שטאט מיט אלע כוחות. גענעראל זאלאזשני האט געהאט זיך געלאזט הערן עטליכע חדשים צוריק אז ביז עטליכע חדשים וועט מען לכאורה דארפן פארלאזן אוודיווקע זינט עס איז נישט ווערט די פארלוסטן וואס אוקריינע ליידט, זיך נישט קענענדיג ערלויבן צו פארלירן אזויפיל זעלנער אין אזא צייט (אן פרישע זעלנער).

נעכטן האט מען געהערט פון אוקריינע אז זיי שיקן פרישע כוחות צו פארטיידיגן אוודיווקע.

---
באזונדער איז דא א היינטיגע באריכט אז אוקריינע וועט שיקן איינע פון איר בעסטע בריגאדעס. די דריטע אפגעזונדערטע אנגריף בריגאדע (אזאוו קעמפער) צו פארטיידיגן אוודיווקע. די באריכט איז בכלל נישט באשטעטיגט דערווייל און אויב איז עס ריכטיג וועט מען זייער שנעל זיי זען אויפן פראנט.

---
אפי' אוקריינע האט אנגעהויבן שיקן פרישע כוחות קיין אוודיווקע איז די פראגע טאמער אוודיווקע גייט זיין אן איבערשפיל פון באכמוט אדער נישט.

באכמוט וואס ווערט אראפגעמאלן ווי די אוקריינער שפיץ סטראטעגיע פונעם יאר הונדערט איז -לדעתי - געווען איינע פון די גרעסטע אוקריינער דורכפעלער און טאקע דורך סורסקי דירעקט (מיט זעלענסקי'ס שטיצע) ווי ער האט אנגעבאטשט סיי ביים פארטיידיגן די שטאט אויף אלע כוחות, וואס האט געשפילט א ראלע אין אנזעצן די אוקריינער קאנטער אפענסיווע און סיי מיט פריש פרובירן צו באפרייען באכמוט מיט ריזיגע רעסארסן (און נאך פארקויפן שטרוי אז באכמוט איז שוין באלד באלאגערט...)

נישט אומזיסט ווערט סורסקי באצייכנט צווישן די אוקריינער זעלנער אלץ "דער שוחט".


---
לאמיר זיך נישט נערן. סורסקי האט גיטע זייטן צו זיך אויך. און זאלאזשני האט שוואכע זייטן צו זיך. אז נארמי וועט פארפעלן וועל איך דארפן אריינפילן די איבריגע איבער די גענעראלן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אוקריינע מעלדט די פראדוקציע פון טויזנטער לאנגשטרעקינגע דראונס וועלכע קענען גרייכן מאסקווע און סעינט פעטערבורג
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גאווערנאר פון די בראנסק אבלעסט אין רוסלאנד צייגט די איבערבלייבענישן פון אן אוקריינער דזשעט געטריבענע אטאקע דראון
20240212_111116.jpg
20240212_111116.jpg (226.42 KiB) געזען 2617 מאל
20240212_111118.jpg
20240212_111118.jpg (143.81 KiB) געזען 2617 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אוקריינע גרייט מען זיך אין די קומענדיגע וואכן אפצוצייכענען די צווייטע יארטאג פון די וועלט בארימטע "(או)קריינא דאיגרקא" אקציע ווען א העלדישע פרוי האט אין די ערשטע טעג פון די רוסישע אינוואזיע געכאפט א סלוי מיט אוגערקעס און געווארפן אויף א פליה געצייג און באוויזן אראפצוברענגן די געגנשטאנד וואס זי האט פארדעכטיגט אלס רוסישע דראון

די עפיזאד האט שטארק אפגעשפיגלט די קאמפס מאראל וועלכע האט דאן פארכאפט די ציווילע אוקריינע באפעלקערונג וועלכע האט זיך באוואפנט און געגרייט צו שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד צו פארטייידיגן קיעוו

גראדע האט מען שפעטער פעסטגעשטעלט אז עס האט זיך נישט געהאנדלט פון קיין אוגערקעס נאר פון איינגעזויערטע טאמאטעס און עס איז נישט קלאר פון וואנעט די גרייז איז געבוירן (מעגליך האט עס עימיצער באריכטעט אלס איינגעפיקלטע טאמאטעס און יענער האט פארטאנען אז מען רעדט פון פיקלס)
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 2:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קריגס סעקרעטאר אויסטין וואס איז נעכטן אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וועט נישט קענען רייזן קיין בריסל. אוסטין האט געדארפט אפרייזן מיטוואך קיין בריסל פאר א זיצונג איבער אוקריינע.

די זיצונג וועט פארקומען ווירטואל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אן אוקריינער באבע יאגא דראון האט אויפגעריסן א רוסישער סאלטניספאק פלאמען ווארפער

שאפנדיג א מאכטפולע אויפרייס
20240212_113001~2.jpg
20240212_113001~2.jpg (21.3 KiB) געזען 2456 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א ליסטע פון די פארשידענע גרופעס צווישן די אוקריינער מיליטערישע ערד כוחות. עס איז דא פיל מער פליגלען און אפטיילונגען. דאס איז בלויז פון די ערד כוחות.
ezgif-3-c914225ddd.jpg
ezgif-3-c914225ddd.jpg (328.75 KiB) געזען 2286 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נארמאליזעם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:02 pm
ערשטע גרופע היימארס פליען אריבער קיין אמעריקא ווי זיי וועלן ווערן פארראכטן פאר גאר קליינע שאדן נאכן ווערן גאר אסאך גענוצט.



GGFJv4jWAAAvgWM.jpg
יעצט (נאכן זעהן די ווידיאו ווי זיי ווערן אפגעשיקט) זעה איך אז איין היימאר האט געליטן גאר לייכטע שאדנס פון שראפנעל און די צווייטע האט געליטן שאדן ביי איינע פון אירע רעדלעך נאכן ארויפגיין אויף א מינע, די רעדל איז אראפ אבער די גאנצע זאך שטייט פעסט. קוקט מיר אויס אז דער וואס האט שראפנעל וואונדן איז געשטאנען דערנעבן ווען דער אנדערער האט פארלוירן זיין רעדל.


Screenshot (1058).png
Screenshot (1058).png (306.43 KiB) געזען 2200 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

14 פון 17 איראנע דראונס אראפ.


רעדנדיג פון די איראנע דראונס האט אוקריינע היינט ארויסגעשטעלט זייער נייע EW סיסטעם גערופן Pokrova וואס טוט דזשעמען די איראנע דראונס פון קענען אנקומען צו זייערע צילן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:51 am
א באריכט פארציילט אז אוקריינע ברענגט אריין די אזאוו (דריטע בריגאדע) איינהייט צו ראטעווען אוודיווקא
האב איך זיי געזען פאריגע וואך מיט ברעדליס אויפן פראנט (געמיינט טהאב איך אז סאיז אין לוהאנסק ווייל דארט זענען זיי יעצט, אבער קען זיין אז זיי זענען שוין געווען פאריגע וואך אין אוועדיווקע?), זיי זענען די צווייטע גרופע וואס טוט זיך באנוצן מיט די ברעדליס, די ערשטע איז די 47'סטע בריגאדע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Rheinmetall זאגט אז זייער 155 מ"מ ארטילעריע שעל פראדוקציע וועט זיך הייבן צו 700,000 אין 2025. לויט ווי כ'גדענק איז זייער פראדוקציע ראטע געווען אין 2023 בערך 240,000 א יאר.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איראנע דראון ביים ווערן אראפגעברענגט העכער אוקריינע דורך די אמעריקאנע VAMPIRE סיסטעם.


GGG_YDGXAAAuudx.jpg
GGG_YDGXAAAuudx.jpg (20.47 KiB) געזען 2021 מאל
GGG_YWHXkAE-ctK.jpg
GGG_YWHXkAE-ctK.jpg (93.78 KiB) געזען 2021 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גייט נאך אנקומען עפעס ארטילעריע שעלס אדער דאס איז עס???




א אוקריינישע סאלדאט מיט א ציגרעטל אין די האנט זיצט און טראכט נעבן זיין M777 האוויצער און אפאר פארבליבענע שעלס...


GGF3ZEOXEAAtX9C.jpg
GGF3ZEOXEAAtX9C.jpg (321.98 KiB) געזען 1986 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א סאלדאט פון די אזאוו בריגאדע וועלכע האט פארטיידיגט מאריופאל ביז אירע לעצטע מינוטן ווען די שטאט איז געפאלן צום רוס האט באוויזן איבערצולעבן און פארציילט זיין געשיכטע

דער זעלנער וועלכע רופט זיך איהאר האט זיך אנגעשלאסן אין די ארמיי נאך די 2014 למספרם רוסישע אנעקסירונג פון קרימיע און אויסגעקליבן צו זיין טייל פון די אזאוו בריגאדע צוליב וואס ער האט פארמאגט דארט פילע פריינד און באקאנטע

אנגעהויבן פון פון פעברואר 23 למספרם איז ער שוין געגאנגען שלאפן ביינאכט מיט זיין העלמעט און שוץ וועסטל וואוסנדיג אז די שלאכטן זענען אונטערוועגנס און מיט א וואך שפעטער איז ער שוין געווען פארוואונדעט ווען זיין אויטא איז געווארן באטראפן פון א גראד ראקעט

וויבאלד מען האט אים אפגעפונען בלויז 300 מעטער נעבן זיין באזע האט מען אים צו ערשט אהינגעפירט פאר באהאנדלונג, אבער שפעטער האט מען אים טראנספערירט צו א ציווילע שפיטאל.

די צושטאנד איז שטאט איז געווען כאאטיש און קיינער האט נישט עכט געדענקט וואו גענוי ער געפונט זיך, און טייל האבן געמיינט אז ער איז אומגעקומען אין די אויפרייס, אין די צייט וואס אנדערע האבן אנגענומען אז די רוסן האבן אים אומגעברענגט אין שפיטאל.

ליגנדיג אלס פאציענט אויפן שפיטאל בעטל, האט איהאר געוואוסט אז פריער אדער שפעטער וועט ער דארפן קוקן א רוסישע אויספארשער אין געזיכט און פארציילן איבער זיך, און אויב וועט ער גארנישט פארהוילן וועט ער נישט ארויסגיין קיין לעבעדיגער פון דארט.

ער האט באשלאסן צו נוצן זיין יוגנט יארן ביז די 19 אלס באזיס פון זיין געשיכטע, און בלויז טוישן די דעטאלן וואס האבן זיך אפגעשפילט מיט אים פון 2014 למספרם ווען ער איז געווארן 19 יאר אלט, און זיך אהערשטעלן אלס באשיידענע ציווילע בירגער.

ער האט באצייטנס פארניכטעט אלע זיינע דאקומענטן, מיטן אויסנאם פון זיין דרייווער'ס לייסענס און א פאספארט וועלכע ער האט גוט אויסבאהאלטן ערגעצוואו אין שפיטאל, און עס ליגט נאך דארט פארשטעקט ביזן היינטיגן טאג.

אין די ערשטע וואכן פון די רוסישע אנגריף האבן זיי אנגעזייעט טויט און פארניכטונג וואו אימער זיי האבן זיך אנגעקערט, אבער נאך א וויילע האבן זיי זיך אנגעהויבן אומקוקן און אויסזוכן פארוואונדעטע אוקריינע זעלנער.

ווען די אויספארשער האבן דורכגעפירט זייער רעוויזיע אויפן שפיטאל, זיי האבן מיטגעברענגט מיט זיך פארכאפטע אוקריינע סאלדאטן האפנדיג אז זיי וועלן העלפן אידענטיפיצירן אנדערע פארוואנדעטע אוקריינע קעמפער, אבער צו זיין מזל האט אים קיינער פון זיי נישט דערקענט

די רוסיע אויספארשער האבן אים אויסגעפרעגט איבער וואו ער וואוינט און ער האט זיי געזאגט אז ער וואוינט אין געגנט ארום די אזאווסטאל סטיעל פאבריק און איז ארויס פון שטוב צו גיין קויפן וואסער, און דאן געגאנגען זיך אפגעבן מיט זיין באבע אבער איז דאן פארוואונדעט געווארן אן דעם וואס עימיצער זאל וויסן וואו ער געפונט זיך.

ער האט געהאט אינפארמאציע אז די אוקריינער קאנטראלירן נאך דארט, און אז די רוסן וועלן נישט האבן קיין וועג ווי אזוי זיך נאכצופרעגן ביי ארטיגע איינווואוינער איבער אים.

זיין געשיכטע האט געארבעט פאר א שטיקל צייט, אבער די קראנקן שוועסטער וועלכע האבן פון די ערשטע מינוט געוואוסט ווער ער איז זינט ער איז אנגעקומען אהין מיט זיין מיליטערישע אידענטיפיקאציע, האבן אנגעהויבן אויסשטיין מער דרוק פון די רוסן ארויסצוגעבן מער נעמען.

די סטראשונקעס האט זיך דערשראקן, און זיי האבן עווענטועל געטייטלט אויף איהאר און אויפגעדעקט זיין שלייער פארציילנדיג פאר די אויספארשער אז ער איז א מיליטערמאן.

די רוסן האבן נישט געוואוסט אויב צו גלייבן די קראנקן שוועסטער אדער אננעמען אז זיי האבן בלויז געוויזן אויף אים וועלנדיג לויז ווערן פון זייערע שאנטאזשירונגען, און האבן אים גרונטליכער אויסגעפרעגט אבער ער האט זיך געהאלטן צו זיין ארגינעלע ווערסיע.

עס איז געקומען א פונקט ווען די מען איז אריינגעקומען אין זיין צימער, און וויבאלד ער האט נישט געקענט גיין אויף די אייגענע פיס האבן זיי אים ארויסגעפירט אויפן רעדער בעט און אריינגעפירט אין צווייטע צימער.

איהאר האט געקענט יענע צימער און באגריפן אז זיין ענדע איז נאנט, און אז פון יענע צימער גייט מען נישט ארויס לעבעדיג. אבער צו זיין מזל איז די טומל און צומישעניש אין די שפיטאל קארידארן געווען אויפן העכסטן גראד, און טייל קראנקן שוועסטער און שטאב האבן נישט פארשטאנען קלאר פארוואס מען האט אים אים אהינגעפירט, און אים געפרעגט אויב עס איז געווען צוליב א טעכנישע גרייז.

ער האט אויסגענוצט די געלעגנהייט, און זיי פארזיכערט אז א געוויסע מיליטערישע אפיציר האט געהייסן אז מען זאל אים צוריקפירן צו זיין צימער, און מען האט אים טאקע צוריקגעטראגן, און ער האט זיך איבערגעדעקט מיט זיין דעקע האפנדיג אז מען וועט פארגעסן פון אים.

עס איז אריבער נאך אביסל צייט, און קאמיוניקאציע מיט די דרויסנדיגע וועלט איז געווארן ערמעגליכט, אבער איהאר האט נישט געקענט טעלעפאנירן צוליב וואס די נעטווארק אפארעיטאר איז געווארן אונטערגעהערט.

ער האט שווער געדארפט ארבעטן צו פארשאפן א טעלעפאן זיך צו קענען פארבונדן צו זיין פאמיליע, און ער האט זיך באנוצט מיט טעלעגראם צו מעלדן פאר זיין פרוי אז ער איז ביים לעבן, און בייגעלייגט געוויסע אינפארמאציע וואס בלויז די צוויי האבן געוואוסט אין א פארזוך איר צו איבערצייגן אז עס איז טאקע ער און נישט עימיצער וואס שפילט אויף אירע נערוון.

זיין פרוי וועלכע האט שוין נישט געהאט געהערט פון אים פאר 6 וואכן, האט זיך באלד פארבינדן קיין קיעוו און פארלאנגט אז מען זאל שאפן פאר איר מאן פרישע פאלשע דאקומענטן, וואס זאל אים העלפן זיך צוריקבאקומען אין אוקריינע טעריטאריע.

די נייע דאקומענטן איז געווען פאר איהאר לעבנס וויכטיג זיך צו קענען באוועגן פריי אין מאריופאל, און דאס האט אריינגענומען א נייע פאספארט און א סערטיפיקאט וועלכע זאל צייגן אז ער איז געווארן אפגעשטעמפלט אלס אומפאסיג צו דינען אין די מיליטער.

עס האט גענומען נאך א מאנאט ביז די פעקל דאקומענטן איז געווען גרייט, און ער האט זיך באנוצט מיט פריינד וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן פון שטאט, און זיי האבן אים געברענגט א נייע טעלעפאן וועלכע האט געהאט אויף זיך בילדער פון זיינע פאלשע דאקומענטן וועלכע ער האט געקענט צייגן פאר ווער עס בעט עס.

ער האט זיך אבער פארט גענויטיגט אין די פיזישע דאקומענטן, און אין א פערמיט וועלכע זאל אים ערלויבן אריבערצוגיין די רוסישע אונטערזוכונג פונקטן וואו ער האט געדאפרט קענען צושטעלן זיין פולע אינפארמאציע, אריינגערעכנט דאס נעמען פינגער אפדרוקן וועלכע זאלן פעסטשטעלן אויב ער איז ווירקליך א ציווילע בירגער אדער טראגט א מיליטערישע הינטערגרונט.

פון זיינע ארומיגע אין שפיטאל האט ער זיך דערוואוסט איבער די טעלעפאן נומער פון א שליח וועלכע אפערירט צווישן אוקריינע און די אקופירטע געביטן, און יענעם אנגערופן און געפרעגט אויב ער וואלט געקענט אריבערברענגן א פעקל (די דאקומענטן) פון זאפאראזשיע צו די רוסישע קאנטראלירטע בערדיאנסק.

די מיסיע איז געווארן באשטעטיגט דורך אלע זייטן, אבער דאן איז דער דרייווער פארשוואונדען געווארן פון די מאפע פאר א וואך צייט, און מען האט נישט געקענט צוקומען צו אים. יענע טעג זענען געווען די שווערסטע פאר איהאר וועלכע איז געזיצן אויף שפילקעס, און געציטערט אז מען האט יענעם געפאקט רויט האנטיג מיט די דאקומענטן וועלכע וועלן פירן די רוסן צו קומען אויף זיינע שפורן.

עווענטועל האט דער דרייווער זיך פארבינדן מיט אים און זיך אנטשולדיגט אז עס איז נישטא קיין אינטערנעט סערוויס אין בערדיאנסק, אבער ער איז גרייט אריבערצוברענגן דאס פעקל אינעם קומענדיגן טאג צום אדרעס אין שטאט (בערדיאנסק) וואו ער האט עס געזאלט איבערלאזן.

א פרישע קאמפליקאציע איז אנטשטאנען ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מאן וועלכע האט געוואוינט ביי יענע אדרעס - וועלכע האט געזאלט איבערנעמען דאס פעקל (און פון דארט ווייטער שיקן צום שפיטאל) - איז שוין אינצווישן אנטלאפן פון בערדיאנסק, און מען האט געדארפט טרעפן ווי אמשנעלסטן א צווייטע אדרעס וואו עס איבערצולאזן.

איהאר האט אסאך געשוויצט ביז ער האט באוויזן צו פארשאפן א צווייטע דעסטינאציע אין שטאט, און געשיקט די אינפארמאציע צום דרייווער, וועלכע האט שפעטער באשטעטיגט אז ער איז דארט געווען און איבערגעלאזט די דאקומענטן ביי א פרוי וועלכע וואוינט דארט.

איהאר האט געליינט די מעסעדזש און זיי הארץ האט פארפעלט א קלאפ זינט לויט זיין אינפארמאציע איז די איינוואוינער צו וועם ער האט דירעקטירט דעם דרייווער א מאנספערזאן, און דאס מיינט אז די פאפירן אין וועלכע זיין לעבן איז אנגעהאנגען זענען אריינגעפאלן אין די אומריכטיגע הענט.

ער האט שנעל געשריבן צום דרייווער פרעגנדיג אויב ער האט עס איבערגעלאזט ביים אפגעשמועסטן אדרעס, און דער דרייווער האט באשטעטיגט.

איהאר פרעגט ווייטער: די אדרעס וועלכע איך האב דיר געגעבן מיט א וואך צוריק, אדער די נייע אדרעס?

די ענטפער האט אויסגעקלארט די מיספארשטענדעניש, און דער דרייווער האט געכאפט אז ער האט עס איבערגעלאזט ביים אלטן אדרעס, און האט פלינק אויסגעדרייט דאס רעדל אויפן וועג צוריק צו יענע אדרעס, און ער האט אפגעאטעמט זעענדיג אז יענע פרוי איז נאך דארט.

ער האט זיך אנטשולדיגט אויף די גרייז פון איבערלאזן א פעקל ביים אומריכטיגן אדרעס, און שנעל אריבערגעפארן דערמיט צום נייעם אדרעס, און איהאר האט באלד באצאלט פאר א שפיטאל איינגעשטעלטע - וועלכע האט געהאט א פערמיט זיך צו באוועגן צווישן די רוסיש אקופירטע געגנטער - אריבערצופארן מיט אן אויטא צו יענע אדרעס, און אריבערברענגן דאס פעקל אינאיינעם מיט א פערמיט פאר אים זיך צו באוועגן אין די געגנט.

ער האט נאך געדארפט אויספולן געוויסע פארום'ס און מיטן באשטעטיגטן פערמיט האט ער אנהויב זומער געקענט פארלאזן די שפיטאל, אבער ער איז געבליבן אינדרויסן פון מאריופאל אויף ביזן ווינטער, און געבליבן אין שטוב די גאנצע צייט נישט זוכנדיג קיין איבריגע קאפוויי.

ער האט פארברענגט זיין צייט מיט ליינען און מיטהאלטן די נייעס אין די צייט וואס אינטערנעט סערוויס האט געארבעט געהעריג, און ער איז אויך געווען דא און דארט אין פארבינדונג מיט די אוקריינע פארטיידיגונג שפיאנאזש.

די ווינטער איז אנגעפאלן און ער האט באקומען א מעלדונג פון די מיליטער אז זיי האבן אויסגעארבעט א פלאן אים צו עוואקואירן, אבער קלארגעשטעלט אז עס האט גאר שמאלע אויסזיכטן פאר סוקסעס. אבער איהאר איז געווען אנטשלאסן פאראויסצוגיין דערמיט.

ווי מען פארשטייט איז אט די טייל פון די רעטונג אפעראציע די מערסטע דראמאטיש, אבער איהאר וויל נישט אריינגיין אין דעטאלן ווי אזוי עס איז צושטאנד געקומען, זאגנדיג בלויז אז טראץ וואס אין טעריטאריע איז ער נישט געווען אזוי ווייט פון פרייהייט, איז עס אבער געווען א גאר ריזיקאלישע אונטערנעמונג און האט זיך געענדיגט סוקסעספול.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די סענאט איז זיך ווידער צוזאמגעקומען צו באהאנדלן די אוקריינע - מדנ"י - טייוואן וואפן ביל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נארמאליזעם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:32 pm
די סענאט איז זיך ווידער צוזאמגעקומען צו באהאנדלן די אוקריינע - מדנ"י - טייוואן וואפן ביל.
אפדעיטס ווערן באריכטעט דורכ'ן טאג אין די סענאט אשכול
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רוסישע אויסערן מיניסטעריום מעלדט סאנקציעס אקעגן 18 ענגלענדער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אויפרייס האט פאסירט אין קראפיווניצקי
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

א בילד ווערט פארשפרייט פון סורסקי ביי זיין גראדועישן אין 1986 אויפן רויטן סקווער אין מאסקאווע נאכן לערנען אינעם מאסקאווער מיליטער סקול...

GGKUqCTW8AAHnxg.jpg
GGKUqCTW8AAHnxg.jpg (116.26 KiB) געזען 827 מאל
ח.... פ... פ.... ר..
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אן אוקריינער פילאט וואס טרענירט זיך אויף די F-16 קאמפס פליגער זאגט אז די פליגער איז גאר גיט און איז העכער אלע ערווארטונגען.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א בילד וואס איז געווארן פאבליצירט אלץ די ערשטע אוקריינער F-16 פליגער שוין מיט די אוקריינער סימבאלן דערויף צייגן געוויסע אן אז דאס איז נישט עכט נאר פשוט פאוטאשאפּט צו פארטוישן די אריגינעלע סימבאלן מיט אוקריינער סימבאלן.

א בחינה ווי די מצילי אש טרעקל :wink:
20240212_154219.jpg
20240212_154219.jpg (212.62 KiB) געזען 598 מאל
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”