
- F-16-AIM-120-Wingtip-rail.jpg (256.22 KiB) געזען 1130 מאל
אסאך האבן שוין געפרעגט די שאלה וואס די F-16 פליגערס גייען ברענגן צום טיש אדער בעסער געזאגט צום הימל? אסאך זאגן וואס הייסט, בעסערע פליגערס וועלן האבן די מעלות פון קענען שיסן מער וואפן און וויבאלד סאיז נישט די אלטע מיג פליגערס און האט בעסערע טעכנלאגיע וועט זיך עס קענען ארויסדרייען פון דאג פייטס אויב סטוט זיך א קאץ און מויז שפיל מיט רוסישע פליגערס.
לאמיר א סקונדע באטראכטן א צווייטע זאך אויפן פראנט און אפשר דאס וועט זיין די גרויסע מעלה פון די F-16 פליגערס.
די לעצטע פאר וואכן באנוצן זיך די רוסן מער און מער מיט די גליידער באמבעס, וואס איז דאס די גליידער באמבעס? סתם א באמבע איז א שטיק מעטאל אנגעפילט מיט אויפרייס און האט נישט קיין GPS אדער אנדערע טעכנלאגיע וואס זאל עס מאכן צילנדיג, איז מען אויפגעקומען מיט א מהלך ווי מען נעמט אפאר פליגלען וואס האט אביסל פארגעשריטענע כוחות און מאכט עס אלס א פליענדיגע מיסיל וואס וועגט טויזענט צו מער פונט, די חרבנות דערפון דארף איך נישט מסביר זיין, און די רוסן האבן עס אנגעהויבן צו נוצן אויף א גרויסע פארנעם, וואס איז יעצט געשען?
די תירוץ ליגט אין די פראנט ליניע עיר דעפענס סיסטעמס וואס אוקריינע האט, רוסלאנד האט זיך אנגעהויבן צו זארגן איבער מער און מער עיר דעפענס סיסטעמס וואס אוקריינע האט אויסגעשפרייט איבער די גאנצע לענג פונעם פראנט און מאכן פראבלעמען פאר די באמבער פליגערס און נאר די ווייניג ארטילעריע זענען יעצט די מהלך פון זיך שלאגן, זיי האבן אבער געזען אז די סיסטעמס קענען נאר אויפכאפן ביז 12-15 ק"מ די ווייטסטע, זענען זיי געקומען מיט זייערע גליידער קיטס און עס ארויפגעטשעפט אויף די באמבעס און שטעלן די פליגערס צו העליקאפטערס גלייך אינדרויסן פון די עיר דעפענס רעינטש און באשיסן די אוקריינער מיט פונקטליכע באמבעס און קאסט נישט אזויפיל וויפיל מיסילס קאסטן, און עס שטעלט נישט איין די פליגערס.
די יעצטיגע פראבלעם וואס די אוקריינער האבן חוץ די ארטילעריע איז טאקע די גליידער באמבעס וויבאלד די פליגערס זענען ווייטער פון די עיר דעפענס רעינטש איז עס זייער שווער צו מסדר זיין, נוצן די פאטריאט און אייריש צוויי סיסטעמס איז יעצט נישט קיין מעגליכקייט ווייל זיי שטייען גרייט אפצוראטעווען די עלעקטעריק וואס די רוסן ווילן אויסשאלטערן.
דא קומט די F-16 פליגער אריין אין בילד און עיקר מעלה פאר אוקריינע, די פליגערס וועלן האפנטלעך ווערן אויסשטאפירט מיט די ריכטיגע עיר טא עיר מיסילס א שטייגער ווי די AIM-120D מיסיל וואס גייט ביז 100 ק"מ צו ווייטער און וועלן ווידער שטעלן די רוסישע פליגערס אין די פראבלעם פון זיין אויסגעשטעלט צו אוקריינישע פייער אפילו ווייטער פון די פראנט ליניעס, און עס וועט נישט נאר צולייגן פליגערס צום אוקריינישע עיר פארס צו קענען שיסן מיסילס און באמבעס נאר וועט בעיקר אוועקנעמען די רוסישע מעגליכקייטן פון שיסן אויף אוקריינע אויך מיט די גליידער באמבעס.