רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

"ניין" איז זעלענסקי'ס קורצע ענטפער ווען געפרעגט אויף די פאפולערע זעכציג-מינוט "קענסטו אויפגעבן סיי וועלכע שטיק ערד אין אוקריינע פאר שלום"

זעלענסקי גייט דערנאך אריין אין דעטאלן פארוואס אוקריינע גייט נישט אויפגעבן גארנישט.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 18157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נקדימון האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 2:20 pm
ווידעא ווי רוסן באשיסן אוקריינער אינפאנטריע זעלנער ווייזט אויף פרישע אוקריינער פארשריט מערב פון די שטעטל ווערבאווע אויפן ראבאטינע פראנט.

לאקאציע
20230915_141821.jpg

דאס איז די לעצטע שטארקע טרענטש סיסטעם פארן ווערבאווע שטעטל.

https://drive.google.com/file/d/1_6PJD2 ... sp=sharing
באקומט די פרישסטע נייעס אינעם אידישן וועלט אויף 'סטאטוס'

קליקט דא זיך אויפצוסיינען

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 18157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:03 am
אוקריינער הויפט גענעראל איבער די ערד כוחות אלעקסאנדער סורסקי זאגט אז די אוקריינער האבן דורכגעבראכן די רוסישע דעפענסיווע ליניע נאנט צו באכמוט. אין די באכמוט דירעקציע האבן די אוקריינער כוחות באזיגט די רוסישע צוויי אין זיבעציגסטע באזונדערע מאטאריזירטע רייפעל בריגאדע און די איין אין דרייסיגסטער און דריי אין אכציגסטער באזונדערע לופט אנגריף בריגאדעס.

דאס קומט אין פארבינדונג מיט באפרייען די שטעטלעך אנדריווקע און קליסטשיווקע די לעצטע צוויי דריי טאג און איבער די נייעס אויף רוסיש פריינטליכע קאנאלן איבער די טויט פון קאלאנעל אנדרעי קאנדארשקין קאמאנדיר אויף די איין אין דרייסיגסטער לופט אנגריף בריגאדע.

קאלאנעל קאנדארשקין
20230918_110035.jpg

צוזאמען מיט אים איז מיטגעגאנגן א BUK סיסטעם.

https://drive.google.com/file/d/1DoeZEV ... sp=sharing
באקומט די פרישסטע נייעס אינעם אידישן וועלט אויף 'סטאטוס'

קליקט דא זיך אויפצוסיינען

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
מלך החכמים
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע: 🌎

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב (חולין סה ע"א)

רוסלאנד וועט וויירשיינדלעך סופלייען נ.ק. מיט אפאר פין אירע פארגעשריטענע 30-SU פייגלעך.
IMG_5018.jpeg
IMG_5018.jpeg (175.08 KiB) געזען 8114 מאל
————
און אויסטויש פאר נ.ק. זאל איר געבן אפאר פון די קאריען KN-25 קורץ שטרעקיגע מיסיל סיסטעם.
אטעטשמענטס
FullSizeRender(1)-compressed.jpeg
FullSizeRender(1)-compressed.jpeg (48.16 KiB) געזען 8114 מאל
לעצט פארראכטן דורך מלך החכמים אום מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א סאך לייקס מיינט אז נאך א תגובה וועט נאכפאלגן!
אוועטאר
מלך החכמים
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע: 🌎

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

מלך החכמים האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:51 pm
לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב (חולין סה ע"א)

רוסלאנד וועט וויירשיינדלעך סופלייען נ.ק. מיט אפאר פין אירע פארגעשריטענע 30-SU פייגלעך.
IMG_5018.jpeg

————
און אויסטויש פאר נ.ק. זאל איר געבן אפאר פון די קאריען KN-25 קורץ שטרעקיגע מיסיל סיסטעם.
די קאריען מיסיל סיסטעם איז גארנישט אויף צום לאכן!!
ספייערט היבש פינקטליך און ציהל;
ס׳קען אויכט פייערן ווייטער & דערהייבט גרעסערע באמבעס ווי די אמעריקאנער HIMARS ווערסיע!!
FullSizeRender-compressed.jpeg
FullSizeRender-compressed.jpeg (79.28 KiB) געזען 7612 מאל

————
[אנהייב מלחמה פלעגט רוסלאנד אויסשירענען 10ליגע פין זייער אייגענע ארויסשיסערס און פייערן אויף אוקריינער שטעהט, ווי זענען זיי יעצט?
די פראבלעהם איז גיוועהן אז ס׳ארבעט נישט קיין סך אנדערשט ווי ווען כאמאס׳ס שיסט ראקעטן אויף איזרעאל…
סשיסט נישט פינקטליך און קיין ציל, נאר סשיסט צו דרומית מערבית… מיט די האפענונג אז איינס פין יעדע הינדערט פינעף און אכציג וועט כאפן עפעס א ביינדעל;
מיליטעריש טוהט עס נישט אויף קיין סך סטראטעיגישע חרבנות, אחו׳ץ צוברעכן די מאראל אויף א שטארק באוואוינטע שטאט, אדער דערשרעקן די מיליטערלייט פון אזויפיל אויפרייסן אז זיי זאלן צוריקבעקן, (בכלל- מיט די צייט ווערן די מעשינען אליינס אויסגעברענט און חרוב פין פייערן אזוי סאך אויפאמאל.)]
אטעטשמענטס
IMG_5026-compressed.jpeg
IMG_5026-compressed.jpeg (283.64 KiB) געזען 7612 מאל
א סאך לייקס מיינט אז נאך א תגובה וועט נאכפאלגן!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אוקריינער אינפאנטריע זעלנער קומען אונטער פייער אין די אינפאנטריע שוץ גרוב דרום מערב פון ווערבאווע. (עס זעט אויס ווי די גרופע אוקריינער מאכן א ריקצוג פון די צוויי רוסישע זעלנער)

https://www.dropbox.com/scl/fi/4f5d578k ... s5ks5&dl=0

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:33 pm
אוקריינער אינפאנטריע זעלנער קומען אונטער פייער אין די אינפאנטריע שוץ גרוב דרום מערב פון ווערבאווע. (עס זעט אויס ווי די גרופע אוקריינער מאכן א ריקצוג פון די צוויי רוסישע זעלנער)

https://www.dropbox.com/scl/fi/4f5d578k ... s5ks5&dl=0
לאקאציע פון די ווידעא צווישן אוקריינער און רוסישע קאנטראלירטע טעריטאריע נעבן ווערבאווע
20230918_152921_79.jpg
20230918_152921_79.jpg (345.24 KiB) געזען 5810 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ברעיקינג:

ברוכים הבאים

זעלענסקי ומשפחתו זענען אנגעקומען אין אמעריקא

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:53 pm
ברעיקינג:

ברוכים הבאים

זעלענסקי ומשפחתו זענען אנגעקומען אין אמעריקא
זעלענסקי מעלדט איבער זיין אנקומען און די פלענער פאר די וואך
Screenshot_20230918-155241~2.png
Screenshot_20230918-155241~2.png (230.19 KiB) געזען 5459 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

זעלענסקי זאגט אז תיכף פונעם לופטפעלד פארט מען אפשטאטן א באזיך פאר זיינע זעלנער וואס גייען דורך באהאנדלונגען און רעהאביליטאציע אין שפיטאל
אוועטאר
מלך החכמים
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע: 🌎

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

די ׳דאנעצק פיפילס ריפאבליק׳ס…׳ שטאטראטס געביידע,
נאכן כאפן א היליכיגן פראסק פינעם היימערס לאנגע ארעם!

https://drive.google.com/file/d/13iPkCp ... p=drivesdk
א סאך לייקס מיינט אז נאך א תגובה וועט נאכפאלגן!
אוועטאר
מלך החכמים
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע: 🌎

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

רוסישע כוחות ביים שיהסן אויף רוסישע כוחות.

https://drive.google.com/file/d/1Kc_7fl ... p=drivesdk

און ניין, כאב נישט געמאכט קיין טייפא-ערראר…;
אוקריינא דראון לייט אינמיטן לאקערן אויף א גרופא רוסן,
האבן אויפגעפאסט לייוו ווי רוסישע זיידעס מיען זוך פאר זייערע אייגענע אייניקליך.
א סאך לייקס מיינט אז נאך א תגובה וועט נאכפאלגן!
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

פריים מיניסטער ביבי נתניהו וועט האבן א מיטינג מיט זעלענסקי אויפן זייט פונעם יו ען גענרעל אסעמבלי

דאס קומט נאך וואס זעלענסקי האט זיך לעצטענס באקלאגט

"כ'האב געלאדענט בענעט לפיד ווי אויך נתניהו אבער קיינער פון זיי איז נישט געקומען"
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:53 pm
ברעיקינג:

ברוכים הבאים

זעלענסקי ומשפחתו זענען אנגעקומען אין אמעריקא
זעלענסקי ביים לאנדן
20230918_174520~2.jpg
20230918_174520~2.jpg (91.12 KiB) געזען 3489 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

שפראך טרענירונג אויף F-16 פליגער פאר אוקריינער פילאטן איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן אין די נאנטע צוקונפט אין טעקסעס. עס וועט דויערן בערך פינעוו וואכן. דערנאך וועט זיך אנהייבן ספעציעליזירטע טרענירונג.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קליסטשיווקע. איינע פון די באטאליאנען פארמישט אין די באפרייאונג.
20230918_181424_90.jpg
20230918_181424_90.jpg (360.32 KiB) געזען 2823 מאל
20230918_181434_80.jpg
20230918_181434_80.jpg (314.78 KiB) געזען 2823 מאל

דער עלטערער קוקט מיר אויס ווי הויפט קאמאנדיר סורסקי
20230918_181431.jpg
20230918_181431.jpg (161.9 KiB) געזען 2823 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקא האט פאריגער חודש צוגעשטעלט אן אינדוסטריאלע מאס 3-D פרינטער פאר אוקריינע. די פרינטער אין די מאס ווי א טראק קען פרינטן ספעיר-פּאַרטס פאר זייער עקוויפמענט וואס צוברעכט זיך. די אוקריינער האבן געפארטיגט זייער טרענירונג דערויף פאריגער וואך.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ארטילעריע אין רוסלאנד. ווי געשריבן דורכאויס די לעצטע יאר צייט מיטשעט זיך רוסלאנד אויך מיט ארטילעריע. רויטערס ציטירט באאמטע -וואס האבן געוואלט בלייבן אנאנים- אז רוסלאנד וועט ביז צוויי יאר קענען פראדוצירן ארום צוויי מיליאן ארטילעריע רונדעס יערליך. דאס איז מער פון וואס א סך האבן געשאצט אבער נאכאלץ נישט געניג פאר א לאנד וואס פארניצט ריזיגע ציפערן פון ארטילעריע.

לויט דער טיימס איז די ציפער בעפאר די קריג געשטאנען ביי ארום א מיליאן רונדעס יערליך.

די זעלבע מיט טאנקען. רוסלאנד וועט קענען פראדוצירן נאנט צו צוויי הונדערט טאנקען יערליך. טאפלט פון די ארום הונדערט וואס איז געווען אנגענומען בעפאר די קריג. פארט א סך ווייניגער פון וויפיל זיי דארפן נאך חרוב לייגן ריזיגע מספרים טאנקען דורך אינטערסעפטן אוקריינער דראונס, מינעס און אנטי-טאנק מיסילס...
20230918_184413~2.jpg
20230918_184413~2.jpg (65.6 KiB) געזען 2374 מאל
20230918_182449~2.jpg
20230918_182449~2.jpg (84.1 KiB) געזען 2374 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:15 am
וואגנער לאגער אין בעלארוס. די וואגנער לאגער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין בעלארוס אין א וועג זיי צו פארשיקן פון רוסישע און אוקריינער טעריטאריע איז געווען א צייטווייליגע זאך. עס איז געווען פאר פוטין א שטיקל אויסוועג צו צוימען וואגנער מיט מינימאלע שאדנס.

די לאגער האט אנגעהויבן ווערן אויפגעלעזט אנגעהויבן פון די ערשטע טאג אין אוג'. ווען איין געצעלט נאך די צווייטע איז צונימען געווארן. א גרויס טייל פון די זעלנער זענען סתם אזוי פארשיקט געווארן נאך וואס זיי האבן נישט פולשטענדיג קאאפערירט מיט פריגאזינס נייע אקציעס אין אפריקע.
20230824_090646.jpg

נעכטן די טאג פונעם עראפלאן קראך איז צונימען געווארן נאך א ריזיגע טייל פון די לאגער ווען בערך 100 פון די 273 געצעלטן זענען צונימען געווארן.
20230824_090643.jpg

דאס מיינט אז דאס אויפלעזן די לאגער איז נישט דירעקט פארבינדן מיט די געשעעניש פון נעכטן אבער האט זיך פארשנעלערט נאך די נעכטיגע אינצידענט
כמעט אלע געצעלטן אין די וואגנער לאגער אין בעלארוס זענען שוין צונימען.

די געצעלטן האבן אנגעהויבן ווערן צונימען עטליכע וואכן בעפאר פריגאזין האט עקספייערט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 14133
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די באפרייטע שטעטל אנדריווקע נאך פיר חדשים שלאכטן.
20230915_170339.jpg
20230915_170339.jpg (188.84 KiB) געזען 1931 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 20676
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

רוסלאנד האט אריבערגערופן דעם פראנצויזישן אמבאסאדאר, זאגנדיג אז פראנצויזישע באאמטע ביי די G20 סאמיט אין ניו דעלהי, אינדיע האבן צוריקגעהאלטן צוטריט צו רוסישע זשורנאליסטן פון "ריא נאוואסטי" און "רוסלאנד-נאוואסטי" בעת פרעזידענט מאקראן האט אפגעהאלטן א פרעסע זיצונג. מאסקווע טענה'ט אויך אז די באאמטע האבן פרובירט צו פארכאפן זייערע טעלעפאנען.

דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט אויפגעפאדערט פון פראנקרייך צו באהאנדלען די רוסישע מידיע אזוי ווי זי באהאנדלט פראנצויזישע זשורנאליסטן אין רוסלאנד. א פראנצויזישער מקור האט געלייקנט דעם רוסישן באריכט און געזאגט אז ארום 30 זשורנאליסטן זענען נישט ערלויבט געווארן אריינצוקומען צוליב מאנגל אין פלאץ. א זשורנאליסט פאר די פראנצויזישע AFP נייעס אגענטור האט באשטעטיגט אז די זאל איז געווען גענצליך פיל.
אטעטשמענטס
20230918_191241.jpg
20230918_191241.jpg (121.53 KiB) געזען 1919 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 20676
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דזשאן קירבי פון די אמעריקאנער נאציאנאלע זיכערהייטס קאונסיל ווידערהוילט אז וואשינגטאן האט קלאר געמאכט אז זי וויל נישט אז די וואפן וואס די פאראייניגטע שטאטן האט צוגעשטעלט פאר אוקריינע זאלן באטרעפן די רוסישע טעריטאריע.
אטעטשמענטס
20230918_192612.jpg
20230918_192612.jpg (32.48 KiB) געזען 1840 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 20676
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

א סטאטוע פון א אדלער מיטן ווייסן קאפ אין קורסק, רוסלאנד איז איבערגעפארבט געווארן נאכדעם וואס די לאקאלע בירגער האבן זיך אפגערעדט אז עס איז זייער ענליך צו די נאציאנאלע סימבאל פון די יונייטעד סטעיטס.
אטעטשמענטס
20230918_193732.jpg
20230918_193732.jpg (258.27 KiB) געזען 1809 מאל
20230918_193734.jpg
20230918_193734.jpg (121.48 KiB) געזען 1809 מאל
אוועטאר
מלך החכמים
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע: 🌎

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

ווי א ליבליכער פירער, גייט ער וויזיטען די וואוילזיין פין די געפאלענע, ביפארן ארומלויפן האלזן וועלט פירער!

׳איך וועל וויינען מיט מיינע ביפאר איך לאך מיט אנדערע׳.

https://www.dropbox.com/scl/fi/gpcpyc8p ... 7p20g&dl=0

איין טאג וועט זיין א סטאטוה פין איהם ביי יעדע ווינקל איבער יוקרעין!
א סאך לייקס מיינט אז נאך א תגובה וועט נאכפאלגן!
ידיד כל חי
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

ISW
Sep 18
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”