צוויי גילדען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 10:28 am
צוויי גילדען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:53 am
צוויי גילדען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:17 am
די סאבאטאזשירער זענען פון פריש אריין קיין בעלגאראד העכער חארקוב קיין novaya tavolzhanka
צו קלאר מאכן.
די באריכט איז שוין פון באלד 9 שעה צוריק, די רוסן באריכטן אז זיי האבן שוין פארשיקט די קינדערלעך.
די גאווערנער פון בעלגאראד האט יעצט קאנפירמד אז די סאבאטאזשירער זענען יעצט אין novaya tavolzhanka בעלגאראד און די רוסן פרובירן זיי צו פארשיקן, העפטיגע שלאכטן קומט דארט פאר.
(אין ליכט פון די סוקסעס פון גענעראל לאפין אין פערזענליך דערעקטירן די רוסישע ארמיי מיט קולי קולות אינעם בעלגאראד ראיאן ווי די טאנקן זאלן פארן און ווי צו לויפן מיט ביקסן, פארגאנגענע וואך און אזוי פארטריבן די סאבאטאזשירער.)
ווערט היינט געמאלדן אז גענעראל גאראסימאוו איז פערזענליך געווען ביי די דאנעטצק זאפארעישא פראנט דארט ווי די אוקריינאר האבן היינט אנגעהויבן די קאנטער אטאקע, און אזוי געקענט ארויסהעלפן פון די נאנט די רוסישע ארמיי און געהייסן וואס צו טון.
(אפשר אזוי וועט די מאד צוריקבאקומען צוטרוי פונעם ציבור..)
נקדימון האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 8:46 pm
די אוקריינער האבן פארלוירן בערך צען געפאנצערטע טרעקלעך אין א דורכגעפאלענע פרואוו צו גרייכן צפון מזרח זייט ארום ראוונאפאל אין דאנעצק אבלעסט.20230604_204607~2.jpg
די רוסישע DOD זאגט אז די אוקריינער האבן פארלוירן 250 סאלדאטן 16 טאנקן און איבער 20 אנדערע עקוויפמענט.... סוא כווייס נישט פון וואס די רעדסט נאר 10.
לויט ווי כפארשטיי איז עס געווען נאך א ריקאן אקציע ווי זיי האבן שוין דורכגעפירט ביי אנדערע פלעצער אויף יענע פראנט, לויט די רוסן איז עס שוין די דריטע מאל וואס די אוקריינער הייבן אן זייער אפענסיווע וויבאלד לויט די רוסישע כללים איז נישטא קיין ריקאן אקציעס פארן דורכפירן א סוקסעספולע אפענסיוו אפאראציע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
א לעצט מינוטיגע מעמד לחיים אויף די רוסישע TV צום גרויסן קאנטעראפענסיוו דורך די אוקריינער........ די רבי געבט לחיים מיט ביידע הענט פאר די טויזענטער באטייליגטע....
רוסישע קוועלער באריכטן אז די אוקריינישע ארמיי האט דורכגעבראכן די רוסישע פארטיידיגונג ליניעס און פארכאפט עטלעכע דערפער אין די געגנטער פון דאניעצק און זאפאריזשיא.
אין דער זעלבער צייט, טענה'ט די רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום, אז עס איז געלונגען צו באשיסן און אוועקטרייבן די רעבעלן קראפטן אינעם בעלגאראד ראיאן פון רוסלאנד.
טראץ וואס אויך אין די צײט הערט זיך נאך אוקריינישע ארטילעריע באמבארדירונג. [ווייסעך נישט וואו? אין בעלגאראד?]
אלעקסי דענילאוו, דער פארזיצער פון די אוקריינער נאציאנאלע סעקיוריטי און דעפענס קאונסיל, זאגט אין א אינטערוויא אז די רוסן האבן כמעט 23,000 טויטע סאלדאטן פון די קאמף פאר באכמוט, און די אוקריינער האבן 7.5 מאל ווייניגער טויטע
לויטן חשבון מיינט דאס אז די אוקריינער האבן בערך 3000 טויטע פון די באכמוט פייט
איז עס איז די ערשטע מאל א הויכער אוקריינער אפישעל זאל ארויסגעבן אזעלכע נומבערס פון טויטע?
ערענסטע פאניק פון די רוסן היינט.
פריגאזין זאגט אז די אוקריינער האבן צוריקגענומען א חלק פון בערכיווקא נעבן באכמוט.
אויף דרום איז דא גרידער פון א אוקראינישע דורכברוך נעבן אוגלעדאר.