חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 17, 2023 2:13 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 17, 2023 1:04 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 17, 2023 12:19 pm
ברעכנדע נייעס: אינטערנאציענאלער קרימינאלער געריכט, די ICC, לייגט ארויס אינטערנאצינאלער ארעסט װאָרענט אנטקעגן רוסישער פירער װלאדימיר פוטין, פאר מלחמה פארברעכנס און קינדער פארכאפונגען.
די ICC זאגט עס איז געברענגט געװארן גענוג באגרינדענדע באװייזן איבער מלחה פארברעכנס אז זיי געבן ארויס דעם ארעס װארענט פארן קרימינאלער פוטענען.
דער הויפט פון די קינדער רעכטן אגענטור אין רוסלאנד איז אויך אונטער ארעסט װארענט פאר קרימינאלע באשילדיגונגען.
פוטין איז געסקעדזשועלט צו פליען קיין דורבין סאוט אפריקע פאר די בריקס סאמיט אין אוגוסט אבער היות יענע לאנד איז אנגעשלאסן מיט די 118 לענדער װעלכע האבן ראטיפיצירט די רוים סטאטוס פון די ICC מיינט דאס ער דארף ארעסטירט װערן, און איבערגעגעבן װערן פארן געריכט, אויב גייט ער אהין.
פּעסקאװ זאגט, אז רוסלאנד איז נישט אנגעשלאסן אין די ICC דעריבער טראגט דאס נישט קיין לעגאלער װערד, אבער האט גערופן די ארעסט, ״אויפברויזענד און אומאקצעפטירבאר״ ער זאגט מען קען נישט ארעסטירן פוטין אין אנדערע לענדער װייל די גאנצע װאָרענט איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא.
די הויפט פון רוסישער קינדער אגענטור האט רעאגירט סארקאסטיש, אז זי איז שטאלץ, ענדליך טוט די אינטערנאצינאלער געמיינדע אנערקענען אירע װאוילטעטיגע אקטיװיטעטן לטובת די אוקריינע קינדער.
אוקריינער פרעזידענטליכער ראטגעבער יערמיאק זאגט ״דער ארסט װאָרענט איז נאר דער אנהויב״
אוקריינע שטיפט שטארק צו ברענגען א קעיס פון מלחמה פארברעכען קעגן רוסלאנד װייל אזא אורטייל װעט עװענטועל לעגאל מאכן דאס טראנספערירן די ארום פינעף הונדרעט ביליאן געפרוירענע רוסישע רעגירונג נכסים װעלכע די טרעזשערי דעפארטמענטס איבער די װעלט האבן אין באזיץ אז דאס זאל קענען גיין צו אוקריינע לטובת די איבערבוי פון אוקריינע נאכן קריג, װעלכע איז דערװייל נישט לעגאל צו געבן פאר אוקריינע.
דער הויפט פראקוראר װעלכע האט געפירט די װעלט בארימטע סערביע מילאסאװיטש פראצעס שאצט אז אזא קרימינאלע לעיבעל װעט עװענטועל אראָפּשליידערן פוטין פון זיין בענקל
פרעזידענט ביידען׳ס ״װייטער בליק״ פאריגעס יאר אז פוטין איז א מלחמה פארברעכער
געװעזענער פוטין ראטגעבער און רוסישע װארטזאגער סערגי מאקראװ רופט די קרימינאלע באשילדיגונגען ״אומאחריותדיג און נאריש״, װיבאלד די אוקריינע קינדער ־װאס די רוסישע ציל איז געװען זיי צו ראטעװען־ זענען געפירט געװארן פון די שטחים, װאס זענען שוין געװען אנעקסירט צו רוסלאנד, במילא גייט דאס נישט אריין אינעם כלל פון איין לאנד צום צווייטן לאנד קינדער פארכאפן, נאר ענדערש, אינעם כלל פון אריבערפירן קינדער אינערהאלב דעם זעלבן לאנד.
ער זאגט: רוסלאנד ערװארט נאך לעכערליכע מלחמה פארברעכנס באשילדיגונגען פונעם אינטערנאצינאלער קרימינאל געריכט אינעם צוקונפט, אבער דאס איז נישט מער װי די ארבייט פונעם אייראפע פאראיין קאמפיין צו פארשפרייטן פאלשע נייעס אנטקעגן רוסלאנד.
העיקר שכחתי. דער געװעזענער רוסישער װארטזאגער האט אויסגעפירט: אויב די ICC װאלט ריכטיג אויסגעפירט אירע פונקציעס, װאלטן זיי אנגעקלאגט זאלענסקי און זיין קאבינעט פאר זייערע פילע מלחמה פארברעכנס.
לענדער ארום די װעלט, קאנאדא ,פוילן, ענגלאנד, פראנקרייך ועוד, האבן שטארק אויסגעלויבט די שריט פונעם אינטערנאצינאלע קרימינאלע געריכט. אוקריינע אויסערן מיניסטער זאגט די רעדל פון יוסטיץ הייבט זיך יעצט אָן דרייען. זאלענסקי זאגט עס איז א היסטארישער אנהויב.
עס זענען אויך געװען לענדער, װעלכע האבן אויסגעדרוקט צװייפלען און פאָרכט, אז אזעלכע שריט קענען איינצוימען און שטערן די שלום באמיאונגען מיט רוסלאנד.
די רוים סטאטוס איז אינטערגעשריבן געװארן אין 1998 לויט יענע פּאַקט פון 123 לענדער דארף א מלחמה פארברעכער באשילדוגט ביי די ICC אויב טרעט ער איבער ביי איינע פון די 123 לענדער ברויך ער לעגאל אויסגעליפערט װערן צו די האָג געריכט, הגם אין די פארגאנגענהייט זענען געװען לענדער װעלכע האבן פארלעצט דער אפמאך.
דער אמעריקאנער אמבאסאדאר פאר גלאבאלער יוסטיץ איז געפרעגט געװארן אויב זי האלט ס׳דא די מעגליכקייט אז פוטין זאל אויסשטיין א געריכט? איז געװען איר אנטװארט: װען די דיקטאטורן פון טשילע סערביע און טשאד האבן געטון זייערע מלחמה פארברעכנס האבן זיי נישט געחלום זיי װעלן ג׳משפט װערן ביים אינטערנאצינאלער געריכט, יעצט מיט פוטין איז דאס א דראַמאַ װאס האלט אינמיטן אויפגעשפילט װערן, און מ׳װעט זעהן װי דאס װעט פירן.
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור