רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:33 am א גאר נאנטע קאמף צווישן עטליכע וואגנעריסטן און עטליכע זעלנער פון די דריטע באטאליאן פון אוקריינע'ס צוויי אין ניינציגסטער מעכאניזירטער בריגאדע שלאגן זיך אויס אין אין א רייע שוץ גרובער איז אפגעכאפט געווארן. (נארמי האט עס שוין דערמאנט היינט)

דער קאמפ איז פארגעקומען נעבן כראמאווע ארום באכמוט. אנהאלטן די ספעציפישע שוץ גריבער איז גאר באדייטנדפול און שטארק וויכטיג פאר די אוקריינער צו אנהאלטן. דאס איז ממש נעבן די 00506 שאסיי וואס פירט ארויס פון באכמוט-כראמאווע צו טשאסיוו-יאר. פון די געציילטע פארבליבענע אקטיווע שאסייען אריין און ארויס פון באכמוט פאר די אוקריינער מיליטער.

ארט פון די שוץ גרובער אנגעצייכנט גרין. די גרויסע דיקע געלע ליניע איז די שאסיי.
20230315_221705.jpg
20230315_221705.jpg (137.81 KiB) געזען 5297 מאל

וואס דא האט זיך אפגעשפילט לויט איינעם אין א כראנאלאגישער סדר
...
דער וואגנער פירער שטייט שוין א טאג צייט אן קיין שוץ ווען אן אוקריינער קויל קען אין א ליאדע סעקונדע אים אוועקלייגן...

דער ציטירטע תגובה פירט צום ערשטע העלפט פאר דער וואס זיכט די גאנצע המשך.

דער גאנצע ווידעא פון די פייערליכע אינצידענט.
https://www.dropbox.com/s/kzzxq8zjge46q ... 7.mp4?dl=0

מיר האלטן ביי סעקונדע 2:06-2:32 ווי וואגנער 5 ווארפט א גראנאט וואס רייסט נישט אויף און שטייט אינדערמיט אן קיין שוץ.

מיר גייען אצינד ווייטער

סעקונדע 3:01

סיטואציע איבער-בליק. וואגנער (פירער) 5 נעמט די וואפן פון דער פארוואונדעטע וואגנער 1 און שיסט א קויל אין ריכטונג פון אוקריינער 6 און 7.

וואגנער 5 באטראכט די וואפן דערנאך. מעגליך צו עס איז פונקציאנירט און איז נישט פעלערהאפטיג.
20230317_132229.jpg
20230317_132229.jpg (171.08 KiB) געזען 5297 מאל

סעקונדע 3:01 - 3:37

וואגנער 5 געבט אינסטרוקציעס פאר זיינע קעמפער. וואגנער 4 זעט אויס צו באטראכטן וואגנער 2 (טויטע זעלנער).

די קערפער שפראך פון וואגנער 5 ווייזט אויפגעברויזטקייט. ווארשיינלעך צוליב די אומפראפעסיאנאלע אויפירונג פון זיינע קאמעראדן. ער געבט מער אינסטרוקציעס.
20230317_132920.jpg
20230317_132920.jpg (189.61 KiB) געזען 5297 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סעקונדע 3:38

וואגנער 1 קריכט צוריק אינעם גרוב צו צפון. וואגנער 5 קוקט זיך אום אויף אים. ווען וואגנער 5 וואקט צו זיין ריכטונג גייט אים ניטאמאל אן אז ער איז נישט באשיצט און אז ער וואקט מיטן ריקן צו אוקריינער קעמפער 6 און 7.
20230317_133543~2.jpg
20230317_133543~2.jpg (84.36 KiB) געזען 5285 מאל

סעקונדע 3:56

וואגנער 5 ווארפט נאך א גראנאט וואס רייסט אויף צווישן אוקריינער 6 און 7. אוקריינער 7 זעט אויס צו זיין פארטיג.
20230317_133741.jpg
20230317_133741.jpg (146.1 KiB) געזען 5285 מאל

סעקונדע 4:16

וואגנער פירער 5 שטיפט מיט זיינע הענט זיין גרופע פאראויס. וואגנער 1 קריכט נאך צוריקוועגס.

וואגנער 6 האלט אן די מערב שוץ גרוב אבער איז מער פאקוסירט צו די דרום גרוב.

אוקריינער 6 האלט זיין פאזיציע. אוקריינער 7 האצעך דערווייל נאכנישט גערירט.
20230317_134118.jpg
20230317_134118.jpg (92.8 KiB) געזען 5285 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סעקונדע 4:18

וואגנער 5 שטיפט וואגנער 3 פאראויס. אוקריינער 6 עפענט פייער די סעקונדע ער זעט עפעס (וואגנער 4)

וואגנער 3 און 4 פאלן אויף צוריק נעבן דער טויטער וואגנער 2.
20230317_134546.jpg
20230317_134546.jpg (89.82 KiB) געזען 5281 מאל

סעקונדע 4:25

וואגנער 3 הייבט אן צו אנטלויפן. ער גייט צוריק אינעם צפון גרוב און אנטלויפט פונעם צענע.

וואגנער פירער 5 גייט אים נאך אבער דרייט זיך צוריק ווען ער זעט אים מער נישט.

וואגנער 4 און 6 נעמען שוץ אינעם מערב גרוב. וואגנער 5 זעט אויס צו געבן אינסטרוקציעס פאר וואגנער 4 און 6.
20230317_134850~2.jpg
20230317_134850~2.jpg (105.94 KiB) געזען 5281 מאל

סעקונדע 4:53

וואגנער פירער 5 זעט אויס האט געהאט געניג און שפאנצירט אוועק פונעם שלאכט.

ער לאזט איבער דער פארוואונדעטע וואגנער 1 אונטער זיך.

אוקריינער 4 ווארפט א גראנאט צום אינטערסעקשען (סעקונדע 5:03) אבער עס רייסט אויף העכער די גרוב נעבן זיין קאמעראד אוקריינער 6.
20230317_135351~2.jpg
20230317_135351~2.jpg (95.19 KiB) געזען 5281 מאל
ביי 5:13 זע איך נאך אן אויפרייס. זעט אויס צו זיין טיף אריין אין צפון גרוב ווי די וואגנעריסטן האבן קאנטראל. זעט נישט אויס איינער זאל דארט זיין אינעם שטח.
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום פרייטאג מארטש 17, 2023 2:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סעקונדע 5:22

(פרישע זעלנער) אוקריינער 10 און 11 שפאנען נאנטער צו אוקריינער 6 און 7.

פארוואונדעטע וואגנער 1 זעט אויס צו זיין צוריק צוזאמען מיט וואגנער 4 און 6. איינער פון זיי שטייט מיטן פנים צום שיידוועג אבער צילט נישט מיט זיין וואפן.
20230317_135813.jpg
20230317_135813.jpg (97.39 KiB) געזען 5273 מאל

סעקונדע 5:32

וואגנער 2 זעט אויס צו ליגן א טויטער. פארוואונדעטע וואגנער 1 מיט 4 און 6 זענען אויפן זעלבע ארט ארום די ערשטע אינטערסעקשען.

אוקריינער 10 און 11 וואקן אוועק פון אוקריינער 6 און 7. אוקריינער 6 האצעך אביסל צוריק געריקט. אוקריינער 7 רירט זיך נישט. ווארשיינלעך טויט.
20230317_140632.jpg
20230317_140632.jpg (111.75 KiB) געזען 5273 מאל

סעקונדע 5:37

אוקריינער 10 וואס איז צוריק צו אוקריינער 11 (און פרישע) אוקריינער 12 און 13, פאר באראטונג ווארשיינלעך, קערט זיך צוריק אין ריכטונג צום אינטערסעקשען אין ריכטונג פון וואגנער 4.

געבויט אויף די פוטעדזש, די רואיגע מאנעוורעס, דאס נישט אנעמען פייער פאזיציעס זעט אויס אז עס קומט פאר א דיאלאג און פארהאנדלונגען איבער צוריק נעמען די פארוואונדעטע/טויטע.
20230317_140932.jpg
20230317_140932.jpg (125 KiB) געזען 5273 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

געבויט אויף די ארעמעס באוועגונגען, זיך זעהן איינע קעגן די אנדערע זעט זיך שטארק אויס ווי אוקריינער 10 מיט וואגנעריסט 4 פארהאנדלען.

וואגנער 4 טייטלט און ווייזט אין ריכטונג פונעם מערב גרוב ווי פארוואונדעטע וואגנער 1 און 6 נעמען שוץ.

א פרישע אוקריינער סקוואד איז ארויסגעוואקסן רעכטס אינעם בילד.
20230317_141534.jpg
20230317_141534.jpg (140.58 KiB) געזען 5263 מאל

סעקונדע 6:21

עס זעט אויס ווי ביידע זייטן זענען מסדר זייער פארוואונדעטע.
20230317_141634.jpg
20230317_141634.jpg (46.68 KiB) געזען 5263 מאל

סעקונדע 6:26

בשעת די אוקריינער זענען מסדר זייער פארוואונדעטע גייט וואגנער 4 און ווארפט א גראנאט (אראנדזשער צירקל) אין ריכטונג פון די אוקריינער און הייבט פיס פון שטח צום צפון גרוב.

ער ווערט נאכגעפאלגט דורך וואגנער 4 און 1. בשעת וואגנער 2 בלייבט ליגן פון הינטערוויילאכץ.
20230317_142025.jpg
20230317_142025.jpg (100.28 KiB) געזען 5263 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סעקונדע 6:28

וואגנער 1 לאזט אינטער זיך בשעת'ן לויפן א סך ווייסע זאכן. ווארשיינלעך מעדעצינישע סופלייען.

בשעת זייער ריקצוג ווארפן זיי נאך א גראנאט אין ריכטונג פון די אוקריינער זעלנער.

אוקריינער 6 קריכט אויפן ערד.
20230317_142357.jpg
20230317_142357.jpg (102.52 KiB) געזען 5256 מאל

סעקונדע 6:38

די וואגנעריסטן שטעלן אפ דאס גיין און דרייען זיך אויס אויף ריקווערטס אין פאל די אוקריינער פאלגן זיי נאך.
20230317_142525.jpg
20230317_142525.jpg (152.04 KiB) געזען 5256 מאל

סעקונדע 6:53

די וואגנער גרופע ריקט זיך טיפער אוועק אינעם צפון גרוב. די אוקריינער האלטן זייער פאזיציעס. וואגנער 2 בלייבט ליגן אויפן שטח
20230317_143055.jpg
20230317_143055.jpg (108.43 KiB) געזען 5256 מאל

געבויט אויף די פוטעדזש זעט אויס אז די אוקריינער האבן באוויזן צו אנהאלטן די שוץ גרובער אין די העפטיגע קאמף. דאס שטימט מיט וואס אנטאן געראסטשענקא אן עדווייזער אין די אוקריינער רעגירונג האט געשריבן אז די אוקריינער זעלנער האבן אין די ענדע באוויזן צו אנהאלטן די שוץ גרובער.

ווי געשריבן אין אנהייב, די ארט פון די שוץ גרובער איז גאר קריטיש צו באשיצן די 00506 שאסיי וואס פירט אריין אין ארויס פון באכמוט. פון די לעצט פארבליבענע אקטיווע שאסייען.

די וואגנעריסטן האבן דערשאסן זייער קאמעראד אין פריינטליכע פייער. געבראכן די פייער-אפשטעל און איבערגעלאזט זייער טויטער פריינט אויפן שטח.

ענדע.
חלום חלמתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 2:13 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:04 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 12:19 pm ברעכנדע נייעס: אינטערנאציענאלער קרימינאלער געריכט, די ICC, לייגט ארויס אינטערנאצינאלער ארעסט װאָרענט אנטקעגן רוסישער פירער װלאדימיר פוטין, פאר מלחמה פארברעכנס און קינדער פארכאפונגען.
די ICC זאגט עס איז געברענגט געװארן גענוג באגרינדענדע באװייזן איבער מלחה פארברעכנס אז זיי געבן ארויס דעם ארעס װארענט פארן קרימינאלער פוטענען.

דער הויפט פון די קינדער רעכטן אגענטור אין רוסלאנד איז אויך אונטער ארעסט װארענט פאר קרימינאלע באשילדיגונגען.

פוטין איז געסקעדזשועלט צו פליען קיין דורבין סאוט אפריקע פאר די בריקס סאמיט אין אוגוסט אבער היות יענע לאנד איז אנגעשלאסן מיט די 118 לענדער װעלכע האבן ראטיפיצירט די רוים סטאטוס פון די ICC מיינט דאס ער דארף ארעסטירט װערן, און איבערגעגעבן װערן פארן געריכט, אויב גייט ער אהין.

פּעסקאװ זאגט, אז רוסלאנד איז נישט אנגעשלאסן אין די ICC דעריבער טראגט דאס נישט קיין לעגאלער װערד, אבער האט גערופן די ארעסט, ״אויפברויזענד און אומאקצעפטירבאר״ ער זאגט מען קען נישט ארעסטירן פוטין אין אנדערע לענדער װייל די גאנצע װאָרענט איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא.

די הויפט פון רוסישער קינדער אגענטור האט רעאגירט סארקאסטיש, אז זי איז שטאלץ, ענדליך טוט די אינטערנאצינאלער געמיינדע אנערקענען אירע װאוילטעטיגע אקטיװיטעטן לטובת די אוקריינע קינדער.

אוקריינער פרעזידענטליכער ראטגעבער יערמיאק זאגט ״דער ארסט װאָרענט איז נאר דער אנהויב״

אוקריינע שטיפט שטארק צו ברענגען א קעיס פון מלחמה פארברעכען קעגן רוסלאנד װייל אזא אורטייל װעט עװענטועל לעגאל מאכן דאס טראנספערירן די ארום פינעף הונדרעט ביליאן געפרוירענע רוסישע רעגירונג נכסים װעלכע די טרעזשערי דעפארטמענטס איבער די װעלט האבן אין באזיץ אז דאס זאל קענען גיין צו אוקריינע לטובת די איבערבוי פון אוקריינע נאכן קריג, װעלכע איז דערװייל נישט לעגאל צו געבן פאר אוקריינע.

דער הויפט פראקוראר װעלכע האט געפירט די װעלט בארימטע סערביע מילאסאװיטש פראצעס שאצט אז אזא קרימינאלע לעיבעל װעט עװענטועל אראָפּשליידערן פוטין פון זיין בענקל

פרעזידענט ביידען׳ס ״װייטער בליק״ פאריגעס יאר אז פוטין איז א מלחמה פארברעכער
געװעזענער פוטין ראטגעבער און רוסישע װארטזאגער סערגי מאקראװ רופט די קרימינאלע באשילדיגונגען ״אומאחריותדיג און נאריש״, װיבאלד די אוקריינע קינדער ־װאס די רוסישע ציל איז געװען זיי צו ראטעװען־ זענען געפירט געװארן פון די שטחים, װאס זענען שוין געװען אנעקסירט צו רוסלאנד, במילא גייט דאס נישט אריין אינעם כלל פון איין לאנד צום צווייטן לאנד קינדער פארכאפן, נאר ענדערש, אינעם כלל פון אריבערפירן קינדער אינערהאלב דעם זעלבן לאנד.

ער זאגט: רוסלאנד ערװארט נאך לעכערליכע מלחמה פארברעכנס באשילדיגונגען פונעם אינטערנאצינאלער קרימינאל געריכט אינעם צוקונפט, אבער דאס איז נישט מער װי די ארבייט פונעם אייראפע פאראיין קאמפיין צו פארשפרייטן פאלשע נייעס אנטקעגן רוסלאנד.
העיקר שכחתי. דער געװעזענער רוסישער װארטזאגער האט אויסגעפירט: אויב די ICC װאלט ריכטיג אויסגעפירט אירע פונקציעס, װאלטן זיי אנגעקלאגט זאלענסקי און זיין קאבינעט פאר זייערע פילע מלחמה פארברעכנס.

לענדער ארום די װעלט, קאנאדא ,פוילן, ענגלאנד, פראנקרייך ועוד, האבן שטארק אויסגעלויבט די שריט פונעם אינטערנאצינאלע קרימינאלע געריכט. אוקריינע אויסערן מיניסטער זאגט די רעדל פון יוסטיץ הייבט זיך יעצט אָן דרייען. זאלענסקי זאגט עס איז א היסטארישער אנהויב.

עס זענען אויך געװען לענדער, װעלכע האבן אויסגעדרוקט צװייפלען און פאָרכט, אז אזעלכע שריט קענען איינצוימען און שטערן די שלום באמיאונגען מיט רוסלאנד.

די רוים סטאטוס איז אינטערגעשריבן געװארן אין 1998 לויט יענע פּאַקט פון 123 לענדער דארף א מלחמה פארברעכער באשילדוגט ביי די ICC אויב טרעט ער איבער ביי איינע פון די 123 לענדער ברויך ער לעגאל אויסגעליפערט װערן צו די האָג געריכט, הגם אין די פארגאנגענהייט זענען געװען לענדער װעלכע האבן פארלעצט דער אפמאך.

דער אמעריקאנער אמבאסאדאר פאר גלאבאלער יוסטיץ איז געפרעגט געװארן אויב זי האלט ס׳דא די מעגליכקייט אז פוטין זאל אויסשטיין א געריכט? איז געװען איר אנטװארט: װען די דיקטאטורן פון טשילע סערביע און טשאד האבן געטון זייערע מלחמה פארברעכנס האבן זיי נישט געחלום זיי װעלן ג׳משפט װערן ביים אינטערנאצינאלער געריכט, יעצט מיט פוטין איז דאס א דראַמאַ װאס האלט אינמיטן אויפגעשפילט װערן, און מ׳װעט זעהן װי דאס װעט פירן.
לעצט פארראכטן דורך חלום חלמתי אום פרייטאג מארטש 17, 2023 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 25645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 10:34 am דער בחור איז צוריק אין די לופט. געווען אויף א קורצע באזוך העכער זיין קאלעגע'ס מקום קבורה און געזאגט א קדיש און דערנאך אפגעיאגט פון שטח אריין קיין ראמעניע.
דאס איז מיט מענטשן, נישט קיין דראון.

הרב פעדראטישיק ווייזט אן מיט רעכט אז דאס איז יא א דראון,האב איך זיך צומישט מיט אן אנדערן פליגער.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג מארטש 19, 2023 4:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

סטעיטמענט פון די ICC

Situation in Ukraine: ICC judges issue arrest warrants against Vladimir Vladimirovich Putin and Maria Alekseyevna Lvova-Belova

Today, 17 March 2023, Pre-Trial Chamber II of the International Criminal Court (“ICC” or “the Court”) issued warrants of arrest for two individuals in the context of the situation in Ukraine: Mr Vladimir Vladimirovich Putin and Ms Maria Alekseyevna Lvova-Belova.

Mr Vladimir Vladimirovich Putin, born on 7 October 1952, President of the Russian Federation, is allegedly responsible for the war crime of unlawful deportation of population (children) and that of unlawful transfer of population (children) from occupied areas of Ukraine to the Russian Federation (under articles 8(2)(a)(vii) and 8(2)(b)(viii) of the Rome Statute). The crimes were allegedly committed in Ukrainian occupied territory at least from 24 February 2022. There are reasonable grounds to believe that Mr Putin bears individual criminal responsibility for the aforementioned crimes, (i) for having committed the acts directly, jointly with others and/or through others (article 25(3)(a) of the Rome Statute), and (ii) for his failure to exercise control properly over civilian and military subordinates who committed the acts, or allowed for their commission, and who were under his effective authority and control, pursuant to superior responsibility (article 28(b) of the Rome Statute).

Ms Maria Alekseyevna Lvova-Belova, born on 25 October 1984, Commissioner for Children’s Rights in the Office of the President of the Russian Federation, is allegedly responsible for the war crime of unlawful deportation of population (children) and that of unlawful transfer of population (children) from occupied areas of Ukraine to the Russian Federation (under articles 8(2)(a)(vii) and 8(2)(b)(viii) of the Rome Statute). The crimes were allegedly committed in Ukrainian occupied territory at least from 24 February 2022. There are reasonable grounds to believe that Ms Lvova-Belova bears individual criminal responsibility for the aforementioned crimes, for having committed the acts directly, jointly with others and/or through others (article 25(3)(a) of the Rome Statute).

Pre-Trial Chamber II considered, based on the Prosecution’s applications of 22 February 2023, that there are reasonable grounds to believe that each suspect bears responsibility for the war crime of unlawful deportation of population and that of unlawful transfer of population from occupied areas of Ukraine to the Russian Federation, in prejudice of Ukrainian children.

The Chamber considered that the warrants are secret in order to protect victims and witnesses and also to safeguard the investigation. Nevertheless, mindful that the conduct addressed in the present situation is allegedly ongoing, and that the public awareness of the warrants may contribute to the prevention of the further commission of crimes, the Chamber considered that it is in the interests of justice to authorise the Registry to publicly disclose the existence of the warrants, the name of the suspects, the crimes for which the warrants are issued, and the modes of liability as established by the Chamber.

The abovementioned warrants of arrests were issued pursuant to the applications submitted by the Prosecution on 22 February 2023.
א גריס פונעם לויתן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

(באריכטן אז בילדער דזשורנאליסטן זענען אוועק געפירט געווארן ארויס פון באכמוט צו טשאסיוו-יאר דורך די אוקריינער מיליטער. די סיבה דערצי איז דערווייל אומקלאר)
חלום חלמתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

אנהענגער פון רוסישע אפאזיציע פירער אלעקסי נעװאלני רופן אויף סאציאלע מידיע אז עס איז די פליכט פון רוסישע בירגער ארויסצושטויסן פוטין, ער זאל אנקומען צו די האָג, געמשפט צו װערן.
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
חלום חלמתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

געװעזענער פרעזידענט פון די ICC דר. טשילע אבא אסאדזשי זאגט אז ער איז קאנפעדענס פוטין װעט למעשה אנקומען צו א משפט ביים געריכט, ער זאגט אין די פארגאנגענהייט איז ״יעדע״ פירער װאס האט באקומען א ארעסט װאָרענט, איז למעשה ביים ענדע געברענגט געװארן צום משפט אין האָג, ביים אינטערנאצינאלער געריכט, סיי די פירער פון סערביע, רעװאנדא מזרח אפריקע, און ליבעריע. סקען טאקע געדויערן צייט, אפילו יארן, אבער ער איז זיכער ביים סוף װעט ער אנקומען אהין

געװעזענער ICC פרעזידענט דר. אבא אסודזשי ביים געבן זיין שאצונג אז פוטין װעט אנקומען צו די האָג
אטעטשמענטס
833577D3-D88A-4AD1-91F3-52AEE4F97724.jpeg
833577D3-D88A-4AD1-91F3-52AEE4F97724.jpeg (43.94 KiB) געזען 3665 מאל
לעצט פארראכטן דורך חלום חלמתי אום פרייטאג מארטש 17, 2023 5:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
צוויי גילדען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

די רוסן האבן יעצט ביינאכט באשאסן פילע געגענטער אין אוקריינא מיט איראנע קאמאקאזי דראונס.
אין קיעוו איז געווען מאסיווע אויפרייסן מסתמא פון עיר דעפענס.
אין דניפראפעטראווסק זענען געווען מאסיווע אויפרייסן ביי די ארטיגע אויל סטארעדזש
חלום חלמתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

די ערשטע שפיאנאזש דראון מיסיע -זינט דער דראון אינצידענט- איז היינט אויסגעפירט געװארן דורך אמעריקע העכערן שװארצן ים װען א אמעריקאנער RQ-4 Global Hawk דראון האט געטון א מיסיע ביים שװארצן ים,
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 15472
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 5:51 pm די רוסן האבן יעצט ביינאכט באשאסן פילע געגענטער אין אוקריינא מיט איראנע קאמאקאזי דראונס.
אין קיעוו איז געווען מאסיווע אויפרייסן מסתמא פון עיר דעפענס.
אין דניפראפעטראווסק זענען געווען מאסיווע אויפרייסן ביי די ארטיגע אויל סטארעדזש
Frcn5nEWwAoru4W.jpeg
Frcn5nEWwAoru4W.jpeg (31.1 KiB) געזען 3572 מאל
Frcn5nIWwAQtyOV.jpeg
Frcn5nIWwAQtyOV.jpeg (105.58 KiB) געזען 3572 מאל
ארטיקלען און אנאליזן וועלן צוביסלעך ארויפקומען...

בלאג פעידזש
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 15472
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Frc45TFXgAMrhS-.jpeg
Frc45TFXgAMrhS-.jpeg (118.96 KiB) געזען 3504 מאל
ארטיקלען און אנאליזן וועלן צוביסלעך ארויפקומען...

בלאג פעידזש
חלום חלמתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

אוקריינע עיר פארס װארטזאגער יאָרי אינהאט זאגט: די מערב לענדער פארשטייען אז כדי צו געװינען אנטקעגן רוסלאנד איז װייט נישט גענוג די אלטמאדישע מיגס, אונז ערװארטן צו ערהאלטן די פארגעשריטענע מערב סארט מלחמה פליגער.

אז מען געבט א האנט בעט מען צװיי..
יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
ידיד כל חי
שר האלף
תגובות: 1982
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

March 18
אטעטשמענטס
3 18 23 1.png
3 18 23 1.png (44.23 KiB) געזען 3076 מאל
3 18 23 2.png
3 18 23 2.png (84.3 KiB) געזען 3076 מאל
ידיד כל חי
שר האלף
תגובות: 1982
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - March 18
אטעטשמענטס
British Update - March 18.jpg
British Update - March 18.jpg (77.13 KiB) געזען 3082 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 15472
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

- רוסישע MI-35 האט אראפגעקראכט.

- א גרויסע פייער האט אויסגעבראכן אין א קעמיקל פעקטארי נעבן מאסקווע.

- רוסלאנד האט אנגעהויבן אריינצוברענגן גאר אסאך כוחות קיין Mariupol זיך גרייטנדיג פאר א אוקריינישע אפענסיוו אפאראציע (זיי האבן שוין אויסגעטשעקט די פראנט ליינס פאריגע וואך).

- ערשטע מאל באשטעטיגט געווארן אז אוקריינע ניצט איר נייע פארגעשריטענע RAM II קאמעקאזי דראון.

- קראסנע-רבקה איז שוין א חלק אינטער די רוסן.

- קאנאדא האט שוין אפגעשיקט די איבריגע 4 לעמפערט 2 טאנקן.

- רוסישע גראד שיסער האט געשאסן א צווייטע שיסער (MLRS טראק).

- רוסישע מידיע חברה פארלאנגן אז רוסלאנד זאל איבערנעמען איסטאנבולץ

- רוסלאנד קען שוין באשטיין אויסצוהערן מערב וועלט לענדער דיפלאמאטישע שלום פלאן (פארשטייט זיך נאר אויב מנעמט אוועק אלע סאנקציעס {וואס העלפן סייווי נישט🤨} און אלע קלאגעס קעגן זיי).

- די אוקריינער האבן אביסל צוריקגעשטיפט די רוסן נעבן די געוועזענע מיג 17.
ארטיקלען און אנאליזן וועלן צוביסלעך ארויפקומען...

בלאג פעידזש
אוועטאר
גאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2022 4:22 pm
לאקאציע: שבת ביים קידוש

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלע »

פוטין האט באזיכט קריימיע, אפצייכענענדיג 9 יאר זייט איר פארכאפונג.

ער האט באזיכט א שולע און א קינדער צענטער פאר הוסטאריע.
ידיד כל חי
שר האלף
תגובות: 1982
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 25645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 3:55 pm
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 10:34 am דער בחור איז צוריק אין די לופט. געווען אויף א קורצע באזוך העכער זיין קאלעגע'ס מקום קבורה און געזאגט א קדיש און דערנאך אפגעיאגט פון שטח אריין קיין ראמעניע.
דאס איז מיט מענטשן, נישט קיין דראון.

הרב פעדראטישיק ווייזט אן מיט רעכט אז דאס איז יא א דראון,האב איך זיך צומישט מיט אן אנדערן פליגער.
זעה איך באריכטעט פון קולמע אז למעשה פליען דראונס אויך ווייטער געהעריג.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג מארטש 19, 2023 4:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די קרעמלין טענה'ט אז פרעזידענט פוטין האט באזיכט די שטאט מאריאפאל אין אוקריינע. פוטין איז אנגעבליך אנגעקומען מיט א העליקאפטער און איז דערנאך ארום געפארן די גאסן מיט א קאר...

20230319_010159.jpg
20230319_010159.jpg (100.05 KiB) געזען 3303 מאל

קיין פוטעדזש האבן זיי (דערווייל) נישט צוגעשטעלט וואס באשטעטיגט אזא רייזע...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”