פרעזידענט זעלענסקי: אוקריינא האט שוין באקומען די NASAM עיר דעפענס סיסטעמס פון אמעריקע!
ארום סעפטעמבער 15 איז געווען באריכטעט אז אוקריינא וועט באקומען די NASAMS אין די קומענדיגע 60 טעג, אבער מ'האלט מיר קוים 10 טעג שפעטער און די אוקריינער האבן עס שוין באקומען (קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן אראפגעשאסן אזויפיל עראפלאנען נעכטן)!
די NASAMS זענען פון די סאמע בעסטע עיר דעפענס סיסטעמס, עס ווערט געניצט דורך אסאך נאטא לענדער און אויך צו באשיצן די ווייסע הויז. עס קען אראפשיסן 6 צילן אויף אמאל און פארלאנגט נאר צוויי זעלנער עס צו אפערירן. עס האט די מעגליכקייט אראפצושיסן ממש אלעס פון עראפלאנען, העליקאפטערס, קרוז מיסילס, דראונס, און וואס נישט.
זעלענסקי האט נישט אנגעגעבן וויפיל ער האט באקומען אבער ער האט זיך שטארק באדאנקט פאר די שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן, ספעציפיש פאר די היימארס און די נאסאמס.
פאר מער דעטאלן איבער די פארגעשריטענע NASAMS ווענדן מיר זיך צו אייוועלט מיליטערישע עקספערט הרב נארמי.
- IMG_20220925_132627_866.jpg (159.79 KiB) געזען 14200 מאל