אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די נעכטיגע אינפלאציע באריכט האט געוויזן א ניין צענטליך פון א פראצענט וואוקס חודש-צו-חודש, מיט 50% העכער ווי די ערווארטעטע 0.6%. אינפלאציע איבער די לעצטע צוועלף חדשים איז געשפרונגען מיט איבער זעקס פראצענט, די גרעסטע העכערונג אין איבער דרייסיג יאר.

קוקנדיג אויף די דעטאלן זעט מען אז ענערגיע (אויל און גאזאלין) האבן אויסגעמאכט די גרעסטע טייל פון די וואוקס, און קארס, נייע און גענוצטע און רענטאל, האבן אויסגעמאכט בערך צוויי צענטליך פון א פראצענט פון די 0.9%.
די שטארקע שטייג אין אויטא פרייזן אין די לעצטע אכצן חדשים איז געקומען צוליב א מאנגל אין סעמיקאנדאקטארס, "טשיפס" (נאכדעם וואס די מעדיצינישע ריזן פייזער, דזשאנסאן ענד דזשאנסאן און מאדערנא האבן אויסגעקויפט אלע עוועיליבל טשיפס דאס איינצופלאנצן אין די וואקסינירטע...) וואס ווערן באנוצט אין די פראדוקציע פון אויטאס און האט צוגעברענגט אז פילע קאר פראדוצירער איבערן וועלט זענען געווען געצוואונגען אפצושטעלן אדער פארשטייטערן פראדוקציע וואס דאס האט צוגעברענגט אז די פרייז פון נייע אויטאס און דערנאך גענוצטע אויטאס זאלן שטייגן מיט דאפלטע ציפערן חודש נאך חודש.

אין די דריי חדשים פון אפריל-יוני האבן קארס אויסגעמאכט איבער האלב פון די גאנצע אינפלאציע וואוקס.

20211110_171611.jpg
20211110_171611.jpg (27.25 KiB) געזען 3487 מאל

נאך דריי חדשים וואס אויטא פרייזן האבן זיך געהאלטן סטאביל, האבן פרייזן געזען נאך א דאבל דזשידזשיט וואוקס פאר אקטאבער, ארויפברענגענדיג די מאנאטליכע אינפלאציע פון 0.7% צו 0.9%.


אין א שטיקל צייכן אז די טשיפ מאנגל הייבט אן נאכצולאזן, האט דזשי עם נעכטן באריכטעט אז אלע זייערע פאבריקן זענען צוריק אין פראדוקציע צום ערשטן מאל אין צען חדשים.

General Motors Co is seeing a better flow of semiconductors, and most of its assembly plants in North America are now back to running regular production, including Mexico, a GM spokesperson told Reuters in emailed comments.

"In fact, the week of November 1 represented the first time since February that none of our North American assembly plants were idled due to the chip shortage," the spokesperson said.

https://www.reuters.com/business/autos- ... 021-11-10/

יעצט ווערט באריכטעט אז אנגעהויבן פון נעקסטע חודש גייען אלע פראדוקציע ליניעס אין טאיאטע'ס פערצן פאבריקן אין יאפאן צוריק גיין צו זייער געווענליכע פראדוקציע שטאפלען. דאס איז מיט אכט הונדערט טויזנט אויטאס א יאר מער ווי אין די לעצטע צוועלף חדשים.

NEWS JUST IN: Toyota to regain 800,000-unit global output in December. All 14 plants & 28 production lines in Japan to operate normally for the first time in 7 months since May; continues to maintain production forecast of 9 million units fiscal year https://t.co/hF7BbY4ymq
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אינטערעסאנט צו ליינען, שכח פאר די דעטאלן.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ממה נפשך האט געשריבן:אינטערעסאנט צו ליינען, שכח פאר די דעטאלן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאכן גרייכן א רעקארד 13.1 מיליאן פעסלעך א טאג אין מערץ 2020, האט אויל פראדוקציע אין די פאראייניגטע שטאטן געכאפט א טראסק פארן יאר, אראפ צו ארום צען אהאלב מיליאן פעסער א טאג אין די דריטע קווארטאל, צוליב אפגעשוואכטע פארלאנג פאר ענערגיע. אין אפריל איז די פרייז פאר א קורצע צייט גאר געווען נעגאטיוו צוליב אן איבערפלוס פון סופליי און שוואכע פארלאנג.

מיט די אמעריקאנער און אלוועלטליכן עקאנאמיע צוריק אין פולן שוואונג, יאגן זיך נישט די גרויסע מיטל מזרח אויל פראדוצירער צו העכערן זייער אויל פראדוקציע צו די פאר-קאוויד שטאפלען, ווילנדיג דעקן די לאך אין אויל איינקונפטן פון לעצטע יאר. (זיי טענה'ן אז זיי האבן מורא צו העכערן פראדוקציע צו שנעל אין פאל א פרישע קאוויד כוואליע שוואכט אפ דימענד און פרייזן קראכן נאכאמאל אלס רעזולטאט.)

https://www.reuters.com/business/energy ... 021-10-04/

אין די פאראייניגטע שטאטן איז פראדוקציע ארום 11-11.4 מיליאן פעסלעך א טאג פארן צווייטן האלב פונעם יאר, בערך א מיליאן א האלב פעסלעך ווייניגער ווי די רעקארד פון דרייצן מיליאן אין פרילינג 2020.
Screenshot_20211111-235446.jpg
Screenshot_20211111-235446.jpg (340.07 KiB) געזען 3257 מאל
(מערק די אפגעשוואכטע פראדוקציע אין סעפטעמבער 2020 און 2021 צוליב די האריקעין סעזאן)


די פארשטערקעטע פארלאנג און שטייטע וואוקס אין פראדוקציע האט צוגעברענגט אז גאזאלין פרייזן זאלן ארויפגיין מיט גאנצע פופציג פראצענט פון 2020 (פארשטייט זיך אז דאס איז אויך צו פארדאנקן די גאר שוואכע פרייזן דורכאויס די עפידעמיע) און דאס איז די גרעסטע טייל אין די אינפלאציע ציפער פאר אקטאבער.

c5a8d600-4628-4653-9370-f77330633d11-AAA_National_Gas_Price_Comparison_Chart.jpeg
c5a8d600-4628-4653-9370-f77330633d11-AAA_National_Gas_Price_Comparison_Chart.jpeg (31.63 KiB) געזען 3257 מאל


ענערגיע סעקרעטארשע גראנהאלם זאגט אז די ווייסע הויז קוקט אריין אין די מעגליכקייט פון עפענען די לאנד'ס סטראטעגישע אויל רעזערן צו לינדערן די מאנגל.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

שכח שלמה,

איך געדענק הערן אז די פאראייניגטע שטאטן פראדוצירט גענוג אויל פאר די גאנצע אמעריקאנע באפילקערונג און טוט אפילו עקספאטירן אויל צו אנדערע לענדער. איז עס אמת? און אויב יא האט די ביידען אדמיניסטראציע געשטערט פראדוקציע?
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Bureau of Labor Statistics says it underestimated June-Sept job growth by 626,000 jobs, the largest underestimate in BLS history - https://t.co/NhVL9aGg42
IMG_20211117_113539.jpg
IMG_20211117_113539.jpg (81.16 KiB) געזען 2730 מאל


פון פעברואר ביז אקטאבער האט די עקאנאמיע צוגעזען א דורכשניט פון 580,000 דזשאבס פער חודש. בערך פינף און א פערטל מיליאן דזשאבס אין ניין חדשים.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אויל, און גאזאלין, פרייזן זענען טיף אויפן וועג אראפ אין די לעצטע וואכן.
וועסט טעקסאס אינטערמידיעט (אמעריקאנער אויל מארקעט) הויערט יעצט ביי $76.75 א פעסל, דאס איז מיט דאס איז צען פראצענט אראפ פון די איבער $85 פריער אין חודש.

Screenshot_20211119-094713.jpg
Screenshot_20211119-094713.jpg (110.01 KiB) געזען 2620 מאל


אויל פראדוקציע, אין אמעריקע און אין אויסלאנד, וואס איז פארלוירן געגאנגען דורכאויס די עפידעמיע, קומט צוריק אנליין אדאנק די הויעכע פרייזן. גאזאלין פרייזן וואס מען צאלט ביים פאמפ, וואס איז ענג פארבונדן מיט אויל פרייזן, גייען אויפן זעלבן ריכטונג. פארן חודש זענען גאזאלין פיוטשערס נאציאנאל אראפ מיט 11.5%, שטייענדיג ביי ארום צוויי דאלאר און צוויי און צוואנציג צענט, אראפ פון א הויכפונקט פון ארום $2.55 א גאלאן דריי וואכן צוריק.
Screenshot_20211119-095505.jpg
Screenshot_20211119-095505.jpg (99.65 KiB) געזען 2620 מאל


איך בין נישט זיכער וויפיל די פלענער פון די ביידען אדמיניסטראציע ארויסצולאזן עטליכע מיליאן פעסלעך פון די נאציאנאלע סטראטעגישע אויל רעזערוו און די פרעזידענט'ס שטרענגע בריוו איבער צו הויכע גאזאלין פרייזן ביים פאמפ האבן געהאלפן, אבער פון די אדמיניסטראציע'ס שטאנדפונקט שאדט זיכער נישט צו מאכן א גרויסע שטינק איבער שריט וואס די אדמיניסטראציע פלאנט צו נעמען איינצוצוימען די טייערע פרייזן ווען די אויל און גאזאלין פיוטשערס זענען שוין ערנסט אויפן וועג אראפ סיי ווי...
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

1630.jpeg
1630.jpeg (67.86 KiB) געזען 2482 מאל
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
1630.jpeg



הא הא נאך פין די זעלבע שרייבער אויך,
אבער סאיז נישט קיין קשיא אויף סננ די אימאפיציעלע פליגל פין די ביידען אדמין,
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20211121_102051.jpg
IMG_20211121_102051.jpg (57.15 KiB) געזען 2279 מאל
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20211121_102051.jpg

אין אנדערע ווערטער, ריכטיגע דיסקרימינאציע פון די סטארס און שיפינג קאמפעניס קעגן רעפאבליקאנער וויילערס…
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

הר גריזים האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20211121_102051.jpg

אין אנדערע ווערטער, ריכטיגע דיסקרימינאציע פון די סטארס און שיפינג קאמפעניס קעגן רעפאבליקאנער וויילערס…

אדער אין אנדערע ווערטער, ריכטיגע בלינדע אויגן פון דעמאקראטישע וויילער...
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20211121_105421.jpg
IMG_20211121_105421.jpg (75.59 KiB) געזען 2198 מאל
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:יעצט ווערט באריכטעט אז אנגעהויבן פון נעקסטע חודש גייען אלע פראדוקציע ליניעס אין טאיאטע'ס פערצן פאבריקן אין יאפאן צוריק גיין צו זייער געווענליכע פראדוקציע שטאפלען. דאס איז מיט אכט הונדערט טויזנט אויטאס א יאר מער ווי אין די לעצטע צוועלף חדשים.

NEWS JUST IN: Toyota to regain 800,000-unit global output in December. All 14 plants & 28 production lines in Japan to operate normally for the first time in 7 months since May; continues to maintain production forecast of 9 million units fiscal year https://t.co/hF7BbY4ymq

נעכטן גערעדט צו א קאר דילער,זאגט ער מיר אז די מארקעט איז שארט מיט 3 מיליאן קארס!

א פעסיפיקע ליעס צאלט מען היינט (אויב מ'טרעפט א דילער וואס האט נאך) $660 א חודש, אנשטאט $435...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

עקספערטן ווארענען אז פראבלעם פון סופליי טשעין קריזיס וועט אנהאלטן לאנגע יארן אויב נישט ערנסטע לעזונג‎‎
מוצ״ש וישלח פ״ב
פילע באַשולדיגן אַז די קאָוויד מגיפה האָט צוגעברענגט צו די פּראָבלעמען צוליב פאַרשטארקערטע פאַרלאַנג פאַר פּראָדוקטן און אָפּגעשוואַכטע פּראָדוקציע אין פאַבריקן. אָבער אינדוסטריע עקספּערטן זאָגן אַז אויסער אויב ווערן געמאַכט גרויסע טוישונגען אין די אימפּאָרט עקספּאָרט סיסטעם און אויך אין דעליווערי סיסטעמען, וועלן די פּראָבלעמען אָנהאַלטן לאַנגע יאָרן.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/50793
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איז דען אמעריקע אנדערש מיט די סופליי אישו ווי אנדערע לענדער? א מגיפה וואס הרגעט אזויפיל מילאנען לאזט איבער נאכווייען אויך אויף אנדערע סארט וועגן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אויל פרייזן פארן חודש
אטעטשמענטס
Screenshot_20211121-210517_Chrome.jpg
Screenshot_20211121-210517_Chrome.jpg (240.78 KiB) געזען 1599 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ברעיקינג:

בלומבערג ניוז
President Joe Biden is preparing to announce a release of oil from the nation’s Strategic Petroleum Reserve in concert with several other countries as soon as Tuesday, according to people familiar with the plan, Bloomberg News reports.

The move, likely in conjunction with India, Japan and South Korea, would be an unprecedented effort by major oil consumers to tame prices after OPEC+ countries rebuffed U.S. calls to significantly boost production. China said it’s working to release some oil from its strategic reserves, days after the U.S. invited it to participate in a joint sale.

The situation remains in flux and the plans could change but the U.S. is considering a release of more than 35 million barrels over time, according to one of the people. The pending announcement was described by people who requested anonymity prior to official statements.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג:

בלומבערג ניוז
President Joe Biden is preparing to announce a release of oil from the nation’s Strategic Petroleum Reserve in concert with several other countries as soon as Tuesday, according to people familiar with the plan, Bloomberg News reports.

The move, likely in conjunction with India, Japan and South Korea, would be an unprecedented effort by major oil consumers to tame prices after OPEC+ countries rebuffed U.S. calls to significantly boost production. China said it’s working to release some oil from its strategic reserves, days after the U.S. invited it to participate in a joint sale.

The situation remains in flux and the plans could change but the U.S. is considering a release of more than 35 million barrels over time, according to one of the people. The pending announcement was described by people who requested anonymity prior to official statements.

וואס שטייט דא און קורצן?
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג:

בלומבערג ניוז
...

וואס שטייט דא און קורצן?

די ביידען אדמיניסטראציע אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע רעגירונגען ארום די וועלט וועלן מארגן מעלדן פאראייניגטע שריט אריינצוגיסן צענדליגע מיליאנען פעסלעך רויע אויל אין די אלוועלטליכע אויל מארקעט פון די סטראטעגישע אויל זאפאסן אין די לענדער.
דאס ווערט געזען אלס א פרעצעדענטלאזע פרואוו אפצוקילן די אויל מארקעט נאך וואס אָפעק יאגט זיך נישט צו העכערן די קארטעל'ס אויל פראדוקציע צו אקאמאדירן די אלוועלטליכע עקאנאמיע וואס קריכט ארויס פון די פאנדעמיק.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אין איינקלאנג מיט די נעכטיגע באריכטן האט פרעזידענט ביידען פריער אונטערגעשריבן די באפעל צו באפרייען פופציג מיליאן פעסער אויל פון די אמעריקאנער רעזערווען

פון אינדיע קומט די נייעס אז די ארטיגע רעגירונג וועט באפרייען באזונדערע פינף מיליאן פעסלעך פון אירע אייגענע רעזערוועןַ, אלץ א חלק פון דאס ווייסע הויז קארדאנירטע אונטערנעמונג.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

יש ברירה האט געשריבן:אין איינקלאנג מיט די נעכטיגע באריכטן האט פרעזידענט ביידען פריער אונטערגעשריבן די באפעל צו באפרייען פופציג מיליאן פעסער אויל פון די אמעריקאנער רעזערווען


IMG_20211123_080436.jpg
IMG_20211123_080436.jpg (149.05 KiB) געזען 944 מאל
הירש בן משה
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 8:10 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירש בן משה »

https://www.eia.gov/tools/faqs/faq.php?id=33&t=6

The release is not enough to change market prices. 50MM barrels is the equivalent of less than 3 day

In 2020, the United States consumed an average of about 18.19 million barrels of petroleum per day
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

WTI איז ארויף פארן טאג מיט כמעט צוויי דאלער, איבער צוויי פראצענט נאך די אפיציעלע מעלדונג איבער די אפמאך...
אטעטשמענטס
Screenshot_20211123-173723.jpg
Screenshot_20211123-173723.jpg (96.71 KiB) געזען 811 מאל
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אינפלאציע, סופליי טשעין שוועריקייטן, דזשאבס און עקאנאמישע וואוקס אין די נאך-קאוויד עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די ביידען-לאזט-ארויס-אויל-פון-די-סטראטעגישע-זאפאס ראלי אין אויל פרייזן הייבט אן נאכצולאזן...
אטעטשמענטס
Screenshot_20211124-120455.jpg
Screenshot_20211124-120455.jpg (99.73 KiB) געזען 693 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”