דער נייער ציגארעטל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

דער נייער ציגארעטל

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 16, 2008 7:44 pm

עס קורסירט אויף די נעט די לעצטע שטיק צייט א נייער סארט 'באטערי סיגרעט' e-cigarette וואס קוקט אויס גענוי ווי אן עכטע ציגארעטל, נאר אנשטאט פייער ארבעט עס מיט א באטערי וואסמען ריטשארזשט יעדע נאכט, און עס קומט ריפיללס מיט פשוטע ניקאטין בלעטער אן די אלע שעדליכע צוגעהערן. איך האב פרובירט און עס האט ממש די זעלבע טעם און תאוה ווי א מארלבארא לייטס.

עס גייט געהעריג א רויעך, וואס לויט ווי איך פארשטיי איז עס א שטויב אדער פארע פון די ניקאטין ריפילס. קענסט עס רייכערן ווילאנג די ריפיל גייט אויס. ווען דיין רביצין כאפט דיך גיב עס א שמייס אריין אין טאש און פטור אן עסק. אויפן פליגער, אינעם רעסטוראנט, און אין פאבליק ערטער ווייס איך נאכנישט פונקטליך די געזעצן, קען זיין עס וועט מותר ווערן. עס לאזט נישט איבער א גערוך אדער רויעך ווי א געווענליכע 'ליט סיגארעט'.

מען קען עס באקומען אויף איבעי פון האנג קאנג, אין איינע פון די רעפארטן אין די נייעס איז געשטאנען אז זיי האבן שוין פארקויפט 10 מיליאן שטיק.

דא האט איר א לינק צו איבעי, קאסט קנאפע 40 דאלאר פאר צוויי ציגארעטן און 10 ריפילס. די ריפילס דארף מען צוקויפן כסדר.
http://shop.ebay.com/items/__e-cigarett ... Z1QQ_sopZ1

און דא איז א סייט מיט אלע מינים אינפארמאציע איבער דעם אי סיגארעט
http://www.e-cigarette-forum.com/forum/


_________________
ליסען, אדער קוויטסטו סמאקינג אדער סמאקינג קוויט דיך
ויאכלו עשנים וישבעו

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 16, 2008 10:03 pm

פשששי, ס'איז א מורה'דיגע זאך, אינטערסאנט איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אייביג וועט שוועמל אויפקומען מיט עפעס אינטערסאנט. אבער נאכמער ווינדערט מיר אז די האסט עס שוין טועם געווען אויך, קען מען דאס קויפן לאקאל אויך? חיים פארקויפט דאס?..

שוועמל, יישר כח פאר די נייעס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 11:03 am

א יונגערמאן, א העווי סמאוקער זאגט מיר אז ער האט געצאלט דערפאר 100 דאלאר.
גאנץ אסאך לייטישע פרייז פאר אזא נישטיגע זאך ווי קוויטן.

אלס א רייכערער פון לאנגע יארן, ווייס איך אז דאס ציגארעטל איז גאר געשמאק, אבער אלץ אן אויפהערער מיט 10 יאר ערפארונג, ווייס איך אויך אז מ'קען אויפהערן פון זיך אליין - פון איין טאג אויפן אנדערן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג יולי 17, 2008 1:07 pm

איך האלט אז עס קען נישט זיין די זעלבע ווי א ציגארעטל. יא, עס קומט ארויס רויעך, און ניקאטין גייט אריין אין די סיסטעם. אבער עס זענען דא נאך חלקים אין די פסיכילאגישע חלק פון דעם ציגארעטל וואס פעלט דא.

1)מען מוז קענען קוועטשען און בייגן די באט פון די ציגארעטל ווען מען איז נארוועז.
2)מען מוז קענען פליקן די אחש.
3)מען מוז קענען וואטשען ווי דאס ציגארעטל ווערט קלענער און קלענער בשעת'ן אריין ציען.
4)עס פעלט דאס אויף מאכן די פרישע פעקל (ממש א מחי') און דאס אראפ קלאפן די טאבאק איידער מען מאכט אויף די פעקל.
5)און עס פעלט דאס אנצונדען די ציגארעטל מיט א לייטער אדער א שוועבעלע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 17, 2008 1:10 pm

6) און עס פעלט די אלע מחלות וואס רויכערן ברענגט.
An article a day keeps the babies away

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג יולי 17, 2008 1:17 pm

מאשקע האט געשריבן:6) און עס פעלט די אלע מחלות וואס רויכערן ברענגט.


גערעכט, אבער אויף זיך צו היטן פון די אלע מחלות קען מען אינגאנצן אויף הערן. אויב וויל איך שוין רייכערען מיינט עס אז איך פארלאז מיך אויף חסדי השם וועל איך עס שוין טון די ריכטיגע וועג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 17, 2008 1:42 pm

מיין פוינט איז געווען, אז ס'איז דא מענטשן וואס זענען גרייט אוועקצוקוקן אויף די פינף באקוועמליכקייטן, אויב וועט דאס פארבעסערן זייער געזונט.

ב"ה אשר לא נסיתי בכל אלה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 17, 2008 9:36 pm

לעווי,
דיין פערטע פאוינט איז גאר גערעכט! ! ! איי דערמאנסט מיך די גוטע צייטן פון מוצאי שבת אין ישיבה. דאס פריש פעקל אההה!


אלץווייסער,
איך טרעף א חבר נעכטן צופרי מיט די נייע אי סיגארעט. ביינאכט טרעף איך ווידער רויכערן א געהעריגן ציגארעטל.

פרעג איך אים הלמאי גוי אדער איד? זאגט ער מיר 'אלס האב איך א פעקל אין טאש פאר בעק-אפ...'
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג יולי 18, 2008 12:17 am

אם כן, מה הועילו אויבער-חכמים בתקנתם?...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 28187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 1:01 pm

איך האב עס געזעהן יענע וואך, עס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג. איך קען אבער נישט דערגיין פון וואנעט די פארע קומט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 6:26 pm

פאר די וואס ברויכן עס: עס איז דא צובאקומען און וויליאמסבורג (מען דארף נישט קלעטערן ביז האנג קאנג) ביי די נייע פארמעסי 'סאטסייד פארמעסי' דאס איז אויף בעדפארד לעבן סאדסייד גראסערי אין קעגן איבער די מיליכ'גע רעסטעראנט.

פרעג מיך נישט וויפיל עס קאסט, איך האב ב"ה נישט קיין שייכות מיט די אלע זאכן - אבער ווער עס פארייכערט נאך ציגארען איז דאס זייער וויכטיגע אינפארמאציע, ונשמרתם 'מאד' לנפשותכם! דאס איז געזאגט געווארן אפילו מען פילט נישט די געשמאק אין אויסקלאפן די ציגארע'ס... (חוץ דעם אויף דעם באקס'ל פון די לעקטערישע קען מען אויך קלאפן אז מ'וויל ביז די הענט הייבט אן וויי צו טון...)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 9:17 pm

דאס וואס דער פארמאסי פארקויפט איז נישט די זעלבע וואס איז דא אויף איבעי.

עס קוקט אויס מער ווי א פייפ אזא, די ברוינע מינע ציגראטעל. קען זיין ס'יז בעסער אין טעם ווייס איך נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 11:57 am

לאז געמאכט האט געשריבן:פאר די וואס ברויכן עס: עס איז דא צובאקומען און וויליאמסבורג (מען דארף נישט קלעטערן ביז האנג קאנג) ביי די נייע פארמעסי 'סאטסייד פארמעסי'

כ'טענה שוין לאנג אז ווער עס רייכערט איז א סוסיידער... [לפי נוסח קרעטשמע ישן, אז א קמץ איז א "ט", ודו"ק]
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג אוקטובער 19, 2008 2:05 am

יעצט באמערקט דעם שמועס וואס שוועמל האט אפיר געברענגט איבער דעם "ראבאט צוגארעטל", נו אלץ רייכערער ברויך איך דאך אויך זאגן מיינע פאר צענט.

דער נייער צוגארעטל איז א חידוש עצום אין עולם הרייכערן בכמה אנפין.

א) כפשוטו אלץ געזונטהייט, וואס ער איז אסאך מער געזונטער ווי דער געווענטליכער צוגארעטל.

ב) די געשמאקע גרוך וואס די רייכערער האבן ליב וועלן דיינע אלע שכינים-ווייב מער נישט שפירן.

ג) יעדער וואס רייכערט האט זיך שוין אמאל געטראפן אין דעם גאר ביטערן מצב, מ'קומט צופרי אין ביהמ"ד מיטן קאווע אין די הענט און אפאר נייעסלעך אויפן צינג דער צוגארעטל ליגט שוין צווישן די צוויי פינגערס(יעדער ווי ער האט מקובל מבית אבותיו) און.............! פייער איז נישט דא, א פארסאפעטער לויפט מען ארום זיכן פייער, ביזדערווייל ווערט די קאווע קאלט און מ'ברויך שוין מאכן א פרישע..........בקיצור זייער נישט געשמאק, מיט דעם חברה'מאן ועט דער פראבלעם נישט זיין.

ד) ווי דו גייסט און ווי די שטייסט האסטו דעם צוגארעטל צי דער האנט אן דארפן ארויס גיין אויפן גאס.

די פראבלעמן פון דעם איז, מ'דארף אים אינזין האבן צי טשארזשען, ער האט נישט די אלע געשמאקייטן וואס "לעווי" האט אויסגערעכנט.

אבער ווער עס וויל באמת אויפהערן נאר ער מוז עס פשוט האבן ווייל ער מוז "באמת" איז עס א געוואלדיגע זאך.

מאשקע, דאס וואס דו פרעגסט "אם כן, מה הועילו אויבער-חכמים בתקנתם?...", ענדערש דריי שטיקלעך א טאג ווי איידער א שאכטל א טאג, ווי מיינס א חבר וואס איז אראפ פון א שאכטל א טאג צו א שאכטל א וואך.

און איידער איר באשליסט עס צי קויפן רעדט זיך דורך מיט איינעם וואס האט עס שוין, עס איז דא פארשידענע סארטן יעדער מיט זיינע מעלות און חסרונות, נישט איר זאלט האבן געווארפן 100 רובל אין מיסט קאסטן.

אוועטאר
ידען
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 6:35 pm

תגובהדורך ידען » זונטאג אוקטובער 19, 2008 2:12 am

מיינס א חבר זאגט מיר ער האט ארויסגעדרייוט פון וומס קיין קרית יואל אויף די ערשטע טעג ער האט נישט געדארפט עפענען די פענסטער אין די בני בית איז אויך צופרידן .....
דע מה שתשיב

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג אוקטובער 19, 2008 2:34 am

אגב וועל מיר שוין מעורר זיין א שאלה לגבי יו"ט,

דער נייער צוגארעטל טאר מען נישט רייכערן יו"ט ווייל ער ארבייט מיט א באטערי, מעג מען דעמאלטס יו"ט יא רייכערן דעם אלטן צוגארעטל וואס ארבייט מיט פייער?

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » זונטאג אוקטובער 19, 2008 1:59 pm

מיינס א חבר האט עס געקויפט און געצאלט דערפאר 75 טאלער, און נאך צוויי טאג שוין געוואלט פאטער ווערען דערפון עס קען נישט ריפלעסען א עכטע ציגארעטל, איך האב עס שוין אויך טועם געווען און איך בין צוריק צו מיין באליבטע קעפרי,

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג אוקטובער 19, 2008 4:57 pm

אגב וועל מיר שוין מעורר זיין א שאלה לגבי יו"ט,

קלאר אז נישט ווייל מען מעג נאר אויב עס איז א בחינה פון אוכל נפש אויף דעם איז שוין דא א געטיעכץ אין די פוסקים וויפיל מען דארף רייכענען א וואכן טאג טייל 3 טייל 5 און טייל גאר 7 איז לויט דעם טאר מען עס נישט ניצן יו"ט
אגב זאגט מיר א חבר אז דאס איז איינער פון די סיבות פארן נישט ניצן דאס ווייל עס וועט עם פעלן די עונג יו"ט איז אפשר פארדעם דארף מען זיכן עפעס א היתר עס צו קענען רייכענען יו"ט
אבער דאס לאז איך פאר די רבנים
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג אוקטובער 19, 2008 5:42 pm

ראמני, ווען דו פרעגסט ווען מיר וואלט איך דיר געהייסן אוועק ווארפן דעם קעפרי, לפי דעתי איז ער נישט ווערט קיין צענט.

חוקר, פון וואנעט נעמסטו מיט אזא זיכערקייט אז עס איז אסור?

איך בין נישט קיין דיין, און איך האב אויך נישט אדורך געלערנט די יסודות פון אוכל נפש, אבער ווי מיר קוקט עס אויס איז עס פאר אים א אוכל נפש, ווייל א גאנץ יאר רייכערט ער נאר גראדע א אנדערע סארט אבער בעצם רייכערען איז פאר אים א אוכל נפש.

לדוגמא ווען איינער רייכערט א גאנץ יאר מארלבארא און פסח פארלימענט טאר ער שוין נישט רייכערן יו"ט פארלימענט? אוודאי אז יא, ווייל רייכערן מיסודו איז פאר אים א צורך אוכל נפש ליו"ט.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג אוקטובער 20, 2008 1:41 pm

זאנוויל האט געשריבן:ראמני, ווען דו פרעגסט ווען מיר וואלט איך דיר געהייסן אוועק ווארפן דעם קעפרי, לפי דעתי איז ער נישט ווערט קיין צענט.


גראדע איז קעפרי מורעדיג,פרעג דיך נאך, אויך איז עס מער קלאסיש און אריסטאקראטיש פון מארלבארא,

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 20, 2008 1:53 pm

בעבור כבוד...
על טעם וריח, אין להתווכח.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מיטוואך אוקטובער 22, 2008 10:18 pm

יאך האב שוין דעם קעפרי טועם געווען מער ווי איינמאל, און דאך בלייב איך מיט מיין ליבלינג פארלימענט, און לגבי "קלאסיש און אריסטאקראטיש" ביזדערווייל רייכער איך נישט צוליב די סיבות.

והעיקר ווי שוועמל האט שוין געשריבן על טעם.....

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מיטוואך אוקטובער 22, 2008 11:58 pm

זאנוויל שרייבט
חוקר, פון וואנעט נעמסטו מיט אזא זיכערקייט אז עס איז אסור?

איך בין נישט קיין דיין, און איך האב אויך נישט אדורך געלערנט די יסודות פון אוכל נפש, אבער ווי מיר קוקט עס אויס איז עס פאר אים א אוכל נפש, ווייל א גאנץ יאר רייכערט ער נאר גראדע א אנדערע סארט אבער בעצם רייכערען איז פאר אים א אוכל נפש.

לדוגמא ווען איינער רייכערט א גאנץ יאר מארלבארא און פסח פארלימענט טאר ער שוין נישט רייכערן יו"ט פארלימענט? אוודאי אז יא, ווייל רייכערן מיסודו איז פאר אים א צורך אוכל נפש ליו"ט.

איך בין אויך נישט קיין דיין אבער דאס איז נישט רייכענען נאר עפעס ענדליך קען זיין אז די ביסט גערעכט איך זאג נאר מיין סברה וצ"ע(ווי צדיקם פלעגן זאגן אז דאס מאכט וצריך עישן)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:10 pm

נאך א פראבלעים וואס דאס האט, א חבר מיינער האט גע'שילמ'ט א מאה'לע פאר א ציגאר, און ... ער האט עס פארלארען!

מילא מען פארלירט סתם א ציגער, איז עס נאר א קוואדער, דא האט ער אבער פארלוירען א מאה'לע, און דאס רירט שוין אן אינעם דעה'לע.

אבער ער זאגט אז עס איז זייער גוט, און ער גייט שוין קויפן נאך איינס.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 28187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 5:00 pm

איך האב עס פראבירט, רבותי, עס שפירט זיך ווי א איינער וואס רייכערט די קלאסישע און אריסטאקראטישע מארבאלא אדער פארלעמענט, זאל בטעות אריינפאלן מיט די קראצעדיגע קפריסין. עס האט עפעס א שווערער צו-טעם, עס האט נישט דעם טאבאק, וואס דאס איז די סיבה פון 'מיין' רויכערן. כ'דארף בכלל נישט די ניקאטין, איך דארף די טאבאקע.

אין המספיק גאזעט איז געווען א שארפע ארטיקל דערגעגן פון די געזונטהייט קאמיטיען אין אמעריקא. רבותי חדש אסור מן התורה....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: choc, DotBot, machal, Working, אור, ארויף, בעריש'ל, יאנקל, מצליח, קוק אויף דיך אליינס, ר' יום טוב, שדה ורוד און 91 געסט