בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

ער זאגט אז קיינער אין א״י האט אים נישט גערופן די לעצטע פאהר וואכן זאגן אז מען ארבעט אויף זיין קעיס

ער זאגט אז סענעטער שומער איז זייער ווארים פאר די צוועק און וויל אים שטארק העלפן ( לכאורה צו פארדאנקן די היימישע עסקנים אים ניו יורק)
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

סענאט מאיאריטעט פירער שומער אין עפענטליכע רוף צו ענגלאנד ארויסצולאזן הילדה אלטא פיקסלער לרפו"ש

סענאַטאָר מאַיאָריטעט פירער טשאַרלס שומער פון ניו יאָרק האָט עפענטליך גערופן ענגלאַנד צו לאָזן דאָס מיידל אַלטא פיקסלער שתחי' לרפו"ש אַרויספאָרן צו ווערן באַהאַנדעלט אין די פאַראייניגטע שטאַטן.

דעם מאכטפולן סענאטאר'ס ארויסטריט פאָלגט נאָך כסדר'דיגע קאָנטאַקטן מיט הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאַן הי"ו, יו.דזשעי.אָ. עקזעקוטיוו דירעקטאָר, וועלכער האָט געאַרבעט מיט'ן סענאַטאָר פּערזענליך, אויפ'ן רוף פון ארטיגע עסקנים און די משפחה, צו באַקומען אַן אַמעריקאַנער וויזע פאַר אַלטא, זי זאל קענען קומען קיין אמעריקע פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען.

דער סענאַטאָר האָט במשך די לעצטע וואָכן געהאַט טעלעפאָנישע געשפּרעכן מיט ר' משה דוד ווי אַזוי מ'קען העכערן די אויפמערקזאַמקייט צו די קעיס, כדי די שפּיטאָל זאָל שפּורן דרוק נישט חלילה אַראָפּצונעמען אַלטא פון לייף סופּאָרט. נאָך דיסקוסיעס און אויף די ראַט פון די עסקנים וועלכע אַרבעטן אויף די קעיס אין ענגלאַנד, האָט ר' משה דוד געבעטן דעם סענאַטאָר צו שיינען די ליכט דערויף דורך די פרעסע. אַלס רעזולטאַט, האָט דער סענאַטאָר ביי זיין וועכנטליכע פּרעסע קאָנפערענץ דעם זונטאג אַרויסגערעדט וועגן די קעיס.

"איך וויל אויך דערמאַנען וואָס גייט פאר מיט אַלטא פיקסלער. מיין האַרץ ווערט צובראכן פאַר די פיקסלער משפחה. ווי איר ווייסט, האָבן מיר זיי פארשאפט די אַמעריקאַנער וויזע, כדי זי זאָל קענען אַהערקומען. אָבער פאַר א געוויסע סיבה לאָזט איר ענגלאַנד נאָך אַלץ נישט ארויספארן, ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס. איך האָב געשריבן צו די ענגלישע אַמבאַסאַדאָר און געפרעגט פאַרוואס זי קען נישט קומען – איר טאַטע איז אַן אַמעריקאַנער בירגער, און מיר וועלן ווייטער קעמפן ביז ווען מ'לאזט איר קומען. איר לעבן איז אויפ'ן וואָגשאָל, און זי איז אַ זיסע צוויי יעריגע קליין מיידל."

"איך זאג איבער נאכאמאל. איך רוף מ'זאל איר לאזן זיכערערהייט פארלאזן דאס לאנד מיט אירע עלטערן און קומען צו די פאַראייניגטע שטאַטן, וואו עס זענען דאָ שפּיטעלער וועלכע זענען וויליג איר צו געבן די סאָרט הילף וואָס זי דאַרף צו קענען פירן אַ פרייליכע און פּראדוקטיווע לעבן," האָט שומער אויסגעפירט.

דער ניו יאָרקער אידענטום איז דאַנקבאַר פאַר סענאַטאָר שומער פאַר פּערזענליך קעמפן פאַר דאָס מיידל, צו ראַטעווען איר לעבן, אויפ'ן רוף פון עסקנים. ס'איז צום האָפן אַז די בריטישע רעגירונג זאָל זיך רעכענען מיט'ן רוף און זאָלן שוין אַרויסלאָזן אַלטא און חלילה נישט פאַרשניידן איר אינג לעבן ה"י.
דערווייל זענען אידן אומעטום מתפלל פאר די הצלחה פונעם קעיס און פאר דאס קינד אלטא בת חי' לרפואה שלימה.

בייגעלייגט איז די אפיציעלע רעקארדירונג פון סענאט מאיאריטעט פירער, ניו יארק סענאטאר שומער, אין זיין שתדלנות לטובת דאס קינד קליקט דא
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

אורח הכבוד האט געשריבן:סענאט מאיאריטעט פירער שומער אין עפענטליכע רוף צו ענגלאנד ארויסצולאזן הילדה אלטא פיקסלער לרפו"ש

סענאַטאָר מאַיאָריטעט פירער טשאַרלס שומער פון ניו יאָרק האָט עפענטליך גערופן ענגלאַנד צו לאָזן דאָס מיידל אַלטא פיקסלער שתחי' לרפו"ש אַרויספאָרן צו ווערן באַהאַנדעלט אין די פאַראייניגטע שטאַטן.

דעם מאכטפולן סענאטאר'ס ארויסטריט פאָלגט נאָך כסדר'דיגע קאָנטאַקטן מיט הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאַן הי"ו, יו.דזשעי.אָ. עקזעקוטיוו דירעקטאָר, וועלכער האָט געאַרבעט מיט'ן סענאַטאָר פּערזענליך, אויפ'ן רוף פון ארטיגע עסקנים און די משפחה, צו באַקומען אַן אַמעריקאַנער וויזע פאַר אַלטא, זי זאל קענען קומען קיין אמעריקע פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען.

דער סענאַטאָר האָט במשך די לעצטע וואָכן געהאַט טעלעפאָנישע געשפּרעכן מיט ר' משה דוד ווי אַזוי מ'קען העכערן די אויפמערקזאַמקייט צו די קעיס, כדי די שפּיטאָל זאָל שפּורן דרוק נישט חלילה אַראָפּצונעמען אַלטא פון לייף סופּאָרט. נאָך דיסקוסיעס און אויף די ראַט פון די עסקנים וועלכע אַרבעטן אויף די קעיס אין ענגלאַנד, האָט ר' משה דוד געבעטן דעם סענאַטאָר צו שיינען די ליכט דערויף דורך די פרעסע. אַלס רעזולטאַט, האָט דער סענאַטאָר ביי זיין וועכנטליכע פּרעסע קאָנפערענץ דעם זונטאג אַרויסגערעדט וועגן די קעיס.

"איך וויל אויך דערמאַנען וואָס גייט פאר מיט אַלטא פיקסלער. מיין האַרץ ווערט צובראכן פאַר די פיקסלער משפחה. ווי איר ווייסט, האָבן מיר זיי פארשאפט די אַמעריקאַנער וויזע, כדי זי זאָל קענען אַהערקומען. אָבער פאַר א געוויסע סיבה לאָזט איר ענגלאַנד נאָך אַלץ נישט ארויספארן, ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס. איך האָב געשריבן צו די ענגלישע אַמבאַסאַדאָר און געפרעגט פאַרוואס זי קען נישט קומען – איר טאַטע איז אַן אַמעריקאַנער בירגער, און מיר וועלן ווייטער קעמפן ביז ווען מ'לאזט איר קומען. איר לעבן איז אויפ'ן וואָגשאָל, און זי איז אַ זיסע צוויי יעריגע קליין מיידל."

"איך זאג איבער נאכאמאל. איך רוף מ'זאל איר לאזן זיכערערהייט פארלאזן דאס לאנד מיט אירע עלטערן און קומען צו די פאַראייניגטע שטאַטן, וואו עס זענען דאָ שפּיטעלער וועלכע זענען וויליג איר צו געבן די סאָרט הילף וואָס זי דאַרף צו קענען פירן אַ פרייליכע און פּראדוקטיווע לעבן," האָט שומער אויסגעפירט.

דער ניו יאָרקער אידענטום איז דאַנקבאַר פאַר סענאַטאָר שומער פאַר פּערזענליך קעמפן פאַר דאָס מיידל, צו ראַטעווען איר לעבן, אויפ'ן רוף פון עסקנים. ס'איז צום האָפן אַז די בריטישע רעגירונג זאָל זיך רעכענען מיט'ן רוף און זאָלן שוין אַרויסלאָזן אַלטא און חלילה נישט פאַרשניידן איר אינג לעבן ה"י.
דערווייל זענען אידן אומעטום מתפלל פאר די הצלחה פונעם קעיס און פאר דאס קינד אלטא בת חי' לרפואה שלימה.

בייגעלייגט איז די אפיציעלע רעקארדירונג פון סענאט מאיאריטעט פירער, ניו יארק סענאטאר שומער, אין זיין שתדלנות לטובת דאס קינד קליקט דא

שכח פארן אהער ברענגען
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

שקויעך אורח, פיינע אודיא!
לאמיר ווייטער זאגן תהלים און ח"ו נישט פלעטשקען נאריש.
אין עוד מלבדו
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:שקויעך אורח, פיינע אודיא!
לאמיר ווייטער זאגן תהלים און ח"ו נישט פלעטשקען נאריש.

ווייטער פאנגסטי אן מיט דיין נאנסענס. STOP
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נאכאמאל איך ווייס באמת נישט וואס ער האט געמיינט, אבער ס'איז דא נייעס, און ס'איז דא נייעס.

ס'איז דא נייעס וואס יעדער האלט מיט, און דערנאך איז פארהאן נייעס וואס נישט יעדער האלט מיט. איך האב פארשטאנען אז אים שטערט יענע סארט נייעס, און מער פון דעם, צומאל צוליב א שמועס קומט ארויס ווערטער וואס קענען צומאל קאליע מאכן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אנגעקומען אין די נייעס
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

איין פאטעיטא, צוויי פאטעיטא, איך גיי נישט אריין אין אזעלכע דעבאטעס. אבער ווי @למעלה משבעים זאגט, ס'איז דא נייעס, און ס'איז דא נייעס.

יארן צוריק האט מיר א חשובער איד געזאגט וועגן שרייבן נייעס אויף אידיש פון ענגלישע מקורות, אז דו קענסט קיינמאל נישט וויסן אויף א שטיקל נייעס אין די מידיע - ספעציעל ווען עס איז נוגע פאר אידן בכלל או בפרט - ווער עס האט אראנדזשירט די שטיקל נייעס און וואו אהין עס צילט. ס'קען זייער מעגליך זיין אז די נייעס איז א שטיקל אויפ'ן שאך ברעטל, א קליינע שטיקל פון א גרויסע פאזל, און דו האסט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך איבער דעם. ממילא, אז דו שרייבסט נאך טרוקן אזא זאך, וועט עס זיין א מאסיווע חוזק פאר די וואס קענען יא די גרעסערע פאזל, און ווער רעדט נאך אויב ס'קען ארויסקומען צער און עגמ"נ פאר אידישע קינדער.

אין דעם ענין פון דאס קינד פיקסלער תחי' לרפו"ש זענען פארמישט די גרעסטע עקספיריענסד אחריות'דיגסטע עסקנים וואס כלל ישראל האט. די "נערעטיוו" אין די פרעסע, און יא, אפילו אויף קול מבשר, איז דורכגעאקערט זייער פארזיכטיג יעדע ווארט, עס זאל שטימען מיט'ן הויפט ציל לטובת דעם קינד. די פאזל רעכנט אריין די בריטישע רעגירונג - עקזעקיוטיוו, געריכט, העלט קעיר, דיפלאמאטיע. עס רעכנט אריין די אמעריקאנער רעגירונג - מאכטפולסטע סענאטארן, אימיגראציע, דיפלאמאטיע. עס רעכנט אריין אמעריקאנער שפיטעלער, פון די גרעסטע און בעסטע. עס רעכנט אריין די מידיע, פון קול מבשר, ביז המודיע, ביז די פאוסט, און נאך אסאך אסאך.

ווארטנדיג אויפ'ן סופרים קאורט אין לאנדאן, נאך אלץ לעבעדיגערהייט בס"ד, איז קלאר אז די פאזל איז גאר סענסיטיוו, און קיינער וויל זיך נישט וואונטשן אז זיינ'ס א ווארט אין פובליק - אפילו אלס "אומשולדיג" און/אדער "טרוקענע נייעס" וואס "יעדער ווייסט ממילא" - זאל האבן געשעדיגט דעם פאזל ח"ו. ווי געזאגט, רעדט מען נישט פון קיין מזיד. מ'רעדט פון דעם אז מ'ווייסט נישט אלץ ווער עס טוט וואס, פארוואס, דורך וועלכע טשענעל, צו האבן אזא אדער אזא רעזולטאט למעשה, און דורך א גרייזיגע מאוו "אומשולדיג" קען מען אנמאכן אומגינסטיגע אינטערפערענץ.

@קנאפער ידען, איינער וואס לעבט מיט אייוועלט אזא לאנגע תקופה ווייסט שוין בעסער. "פלעינע נייעס" איז אויך בכלל הנ"ל, ווייל פון וואו ווייסט איר פונקטליך "וואס מען טוט"? "אזאנע וואס פרובירן צו שטערן" איז נאר "למשל"? די בריטישע געריכטן און העלט קעיר סיסטעם זאגן דאך קלאר וואס זיי ווילן, איז עס נאר א "משל"? אז איינער וויל נאכזאגן ווארט ביי ווארט וואס שומער זאגט אדער וואס דער קאורט שרייבט, פארוואס דען נישט, אבער "סודות'דיגע זאכן אדער זאכן וואס עט עי פירסט גלענס קענען גענוצט ווערן צו טון סיי וואס אין דעם קעיס!" קענען קאליע מאכן אפילו מיט איין ווארט, און דוקא ווען מען ווייסט אליינס נישט אז ס'איז בכלל דא א פראבלעם.

בקיצור, אזויפיל אידישע קינדער האבן שלאפלאזע נעכט וועגן די מצב מיט דאס קינד. אז אונז שלאפן רואיג, לאמיר כאטש אזויפיל טאן ווי לאזן די ארבייט צו זיי און נישט חלילה קאליע מאכן. מ'קען נישט וויסן, איינהאלטן די צינג קען האבן גרויסע זכותים, אפשר בזכות זה וועט קומען די ישועה און רפואה לטובת אלטא בת חי' לרפו"ש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אנטשולדיגט, עס איז געווען א קוואוט, נישט אייגנס, קוקטס איבער ודו"ק

קנאפער ידען האט געשריבן:מען האט גארנישט דא געשריבן סודות'דיגע זאכן אדער זאכן וואס עט עי פירסט גלענס קענען גענוצט ווערן צו טון סיי וואס אין דעם קעיס! מעג מען טאקע נישט שרייבן וואס דער געריכט אדער וואס שומער זאגן?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

https://www.yiddish24.com/live/172/43343
ערשטע פאר מינוט א שטיקל שמועס איבער דעם קעיס
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

מאנטאג מיטאג איז א קריטישע צייט אויפן לעגאלע פראנט אינעם קעיס פון הילדה אלטא פיקסלער לרפואה שלימה
א' עקב פ״א
אינעם אנגייענדע קאמף ארויסצוברענגן דאס מיידל פון ענגלאנד צו א שפיטאל אין אמעריקע פאר ווייטערדיגע באהאנדלונגען, וועט די ארטיגע העכסטע געריכט באשליסן מארגן מיטאג צו מען נעמט בכלל אן די קעיס. כלל ישראל ווערט גערופן מתפלל צו זיין פאר הילדה אלטע בת אלטע חי', אין די זעלבע צייט אפעלירן די עסקנים פאר נאך פינאנציעלע שטיצע פונעם ציבור, צו קענען באצאלן פאר די גרויסע אדוואקאטן וואס שטייען אין שפיץ פונעם קאמף. מען קען באשטייערן דורך רופן: 518-323-0376 עסטענשן 1462
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/43839
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וואס האט די קארט מחליט געווען מאנטיג?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Bpjcc באדאנקען סענעטער שומער
אטעטשמענטס
3A724863-C221-4A97-87BE-4B6D8002B7D6.png
3A724863-C221-4A97-87BE-4B6D8002B7D6.png (353.39 KiB) געזען 974 מאל
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

איך וואונדער מיך אויפן נאמען אלטע בת אלטע חי'ה.
כ'וואונדער מיך נאכמער אז קיינער באמערקט עס נישט, נישט דא אויפן וועלטל, און אויך אויף ק"מ ביי יעדן אינטערוויו ווארט איך אז דרעזנער זאל עס פרעגן !
ווייסט איינער א תשובה דערויף, אדער פרעג איך א קלאץ קושיא ?!
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

בעל החבית האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויפן נאמען אלטע בת אלטע חי'ה.
כ'וואונדער מיך נאכמער אז קיינער באמערקט עס נישט, נישט דא אויפן וועלטל, און אויך אויף ק"מ ביי יעדן אינטערוויו ווארט איך אז דרעזנער זאל עס פרעגן !
ווייסט איינער א תשובה דערויף, אדער פרעג איך א קלאץ קושיא ?!

קיין קושיא איז עס נישט ווייל "אפילו מראים בעיניך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין שמע להם".
מפי השמועה האט כ"ק בעלזער רב שליט"א געהיייסען געבן א נאמען 'אלטע', ווען מ'האט אים געזאגט אז דער מאמע הייסט אזוי, האט ער געזאגט 'איז וואס?''.
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויפן נאמען אלטע בת אלטע חי'ה.
כ'וואונדער מיך נאכמער אז קיינער באמערקט עס נישט, נישט דא אויפן וועלטל, און אויך אויף ק"מ ביי יעדן אינטערוויו ווארט איך אז דרעזנער זאל עס פרעגן !
ווייסט איינער א תשובה דערויף, אדער פרעג איך א קלאץ קושיא ?!

קיין קושיא איז עס נישט ווייל "אפילו מראים בעיניך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין שמע להם".
מפי השמועה האט כ"ק בעלזער רב שליט"א געהיייסען געבן א נאמען 'אלטע', ווען מ'האט אים געזאגט אז דער מאמע הייסט אזוי, האט ער געזאגט 'איז וואס?''.

פששש.... נו הער איך שוין !
(אבער נאכאלץ שווער פארוואס קיינער פרעגט דאס נישט.)
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גענומען פון המודיע.קאם
גענומען פון המודיע.קאם
State-Dept-Letter.png (78.47 KiB) געזען 2091 מאל
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

וואס עפעס? האט געשריבן:וואס האט די קארט מחליט געווען מאנטיג?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דער איד דעילי האט געשריבן:יו-קעי הויפּט געריכט אורטיילט קעגן פיקסלער משפחה

די בריטישע הויפּט געריכט האט אפּגעווארפן דעם אפּיל פון די משפחה פון אלטע פיקסלער שתחי’ ולרפו”ש און דעריבער וועט די משפחה אפּעלירן די קעיס צו אייראפּע’ס מענטשן-רעכט געריכט. דאס הויכע געריכט פון ענגלאנד האט געאורטיילט אז מען זאל נישט ממשיך זיין די טריטמענט וואס דערהאלט דאס קינד ביים לעבן. דער ריכטער האט לעכערליך געזאגט אז דאס קינד איז נאכנישט קיין אידישע ווייל עס האט קיינמאל נישט געהאט א שאנס צו פּראקטיצירן איר רעליגיע! די פאמיליע זוכט געלט צו העלפן דעקן די גרויסע לעגאלע קאסטן בפרט זינט זיי קענען נישט גיין ארבעטן צוליב די אומשטענדן. די עלטערן געפינען זיך ביים קינד’ס בעט בייטאג און ביינאכט און לויט ווי די דאקטוירים זאגן זעט מען אויסטערלישע סייעתא דשמיא חוץ לדרך הטבע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Screenshot 2021-08-03 213349.png
Screenshot 2021-08-03 213349.png (250.21 KiB) געזען 1697 מאל
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

ה ישמרנו
וואס קען נאך געטוהן ווערן ?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

Alta Fixsler’s Appeal Request Denied by European Court of Human Rights

By S. Marcus and R. Borchardt

Hamodia

Tuesday, August 3, 2021 at 12:25 pm | כ"ה אב תשפ"א
Updated Wednesday, August 4, 2021 at 3:49 pm

https://hamodia.com/2021/08/03/alta-fix ... eme-court/
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

האט ארץ ישראל געזאגט אז זיי זענען רעדי צי נעמען דעס קינד?
איך גלייב אז מען האט שוין גערעט דער פין באט איך גיי נישט / קען נישט ליינען יעצט אלע פעדשעס.
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: גוים ווילן הארגענען א אידיש קינד...ראטעוועט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

וואס עפעס? האט געשריבן:ה ישמרנו
וואס קען נאך געטוהן ווערן ?

תפלה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”