בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איכאדאמרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איכאדאמרי »

לייבל שטילער האט געשריבן:עפ''י תורה איז מען אויך נישט בעה''ב אויפן קינד, נאר פארקערט, אפילו די עלטערן ווילן יא טאר מען נישט אראפנעמען פון לייף סאפארט.

עפ"י תורה טאר מען זיכער נישט אראפנעמען, דע שאלה איז נאר צו עפ"י תורה איז מען מחוייב (אדער צו מען מעג עס ארויפלייגן )ביי איינעם וואס דע דאקטוירעם זאגען אז ס'גייט גארנישט אויסהיילן, אין אגרות משה איז דא פארשידענע שו"ת אין דעם עניין, ס'איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: בריטישע מערדער פלאגן אויס אלטא פיקסלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פרידן האט געשריבן:אין אמעריקא האט מען שוין טאקע אויסגעפלאגט אבער ווען יענער וויל אוועק פירן דאס קינד צו א צווייטע לאנד צווייטע שפיטאל אדער נעמען אינדערהיים אויף די אייגענע קאסט קען מען יא אין אמעריקא

שוין לאנג דא אין אמעריקא. ביודעי ובמכירי קאמינא
געשטימט פאר ראשעק הול
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אינטערסאנטע איד האט געשריבן:עס איז עפ"י הלכה דא א חיוב צו טוהן וואס א יוד קען צו האלטן א מענטש ביים לעבן, די תורה האט דאס מחייב געווען און דאס האט מען געטוהן, לפי קט שכלי איז ליידער נישטא וואס צו טוהן, אויסער מיטוויינען און זיך משתתף זיין אין די צער פון די צובראכענע עלטערן.
אבער פארלוירן ווערן דאס טאר א אידיש קינד אויך נישט, מיר גלייבן און ווייסן אז וואס דער אויבערשטער טוט איז נאך בעסער ווי מיר קענען פארשטיין, דאס מיינט נישט אז מיר דארפן זיך בארואיגן און זאגן אקעי מען דארף נישט זיין צובראכן, עס איז גוט און אזוי דארף זיין, די זעלבע חיוב פון מקבל זיין באהבה און פון גלייבן אז די רבונו של עולם פארשטייט וואס איז ריכטיג, איז אויך דא צו מתאבל זיין פאר די גאר נאנטע קרובים, און ווי אויך זיך משתתף זיין אין די צער פון א צווייטן איד, דאס איז א חיוב אלס ואהבת לרעך כמוך, דאס איז וואס מיר דארפן אין אזא זמן האלטן פאר די אויגן, צו קענען בלייבן ביים קלארן דעת און נישט פארלוירן ווערן.
מיט די אלע קינדערישע זאכן פון מען טאר נישט שווייגן מיר דארפן זיי ווייזן וכדו', פארשטייט זיך אויב מיר קענען עפעס טוהן צו מונע זיין אזא זאך אין די עתיד זענען מיר אוודאי מחוייב דאס צו טוהן, אבער גארנישט מער פון דעם.

סאיז יא דא א ענין צו האפן און דאווענען אויף נקמה.
אשרי שיאחז וניפץ עולליך אל הסלע.
ווארטן אויף נקמה אין די גוים איז א יידישע געפיל און נישט קיין תאוה ככל התאוות.

האפן פאר נקמה פון דעם האב איך נישט גערעדט, דאס אודאי יא, אבער מער פון דעם ווי אדערע האבן געשריבן מיר דארפן טוהן דאס און יענס וכו' וכו', דאס איז נישט אונזער תפקיד, מיר דארפן נאר טוהן פעולות וואס וועט מונע זיין אזא זאך אדער ענליכס צו דעם, עס זאל ח"ו נישט פאסירן בעתיד,
אוועטאר
כלהכבוד
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 3:45 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלהכבוד »

מים חיים האט געשריבן:
מחשבהטובה האט געשריבן:ולאחינו תושבי אנגליה, מה לכם פה ומי לכם פה? אנטיסעמיטיזם, קאראנערס רשעות וואס איז בל יתואר, א מעדיקאל סיסטעם וואס האט געהרגט אזוי פיל יודען די לעצטע יאהר אליין, חינוך, האוזינ"ג קריזיס, ועוד ועוד, פיצט אפ פון די "מלכות הרשעה" איינגעוויקעלט אין א פעלץ פון צדקות און פרייהייט

ליידער זענען דא די זעלבע פראבלעמען איבער די גאנצע וועלט וויפיל זיי קענען, מען דארף בעטן פאר משיח

we want משיח now

אונז דארפן משיח'ן און און אפ פיצן קיין ירושלים עיה"ק
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אויב איינער קען אין קורצן מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט, וואס זענען די טריקענע ווערטער פונעם געזעץ? אויף וואס ארויף האט מען איר נישט ארויסגעלאזט קיין מדינת ישראל?
(--ווערטערלאז--)
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

צופיל געשריבן אבער כ'קען מיך נישט ברואהיגן.
רבותי קומטס אריין מיט תנחומים........ ס'רייסט
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

וואס קען מען בכלל שרייבן, אין אומר ואין דברים, די הארץ רייסט,
די וואך שטייט די גרויסע ניסיון פין אברהם אבינו, די באשעפער אליין האט געהייסן אברהם זאל הארגענען זיין קינד, מיט דעם אלעמען איז דאס געווען א ניסיון וואס מאמע שרה האט דאס געקענט אדורך טראגן.
ווי איז מעגליך צופארשטיין דאס הארץ פין א מאמע, ווען א קאלטבליטיגע שופט הייסט הארגענען איר קליין קינד אין די ארעם פין אירע עלטערן, די צער אין ווייטאג איז אין לשער.

די באשעפער זאל געבן כח פאר די משפחה דאס צו קענען אדורך טראגן, ומי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

כתמר יפרח האט געשריבן:וואס קען מען בכלל שרייבן, אין אומר ואין דברים, די הארץ רייסט,
די וואך שטייט די גרויסע ניסיון פין אברהם....
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/


אין מילים..............................




:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

איך ווייס נישט וואס גייט פאר און הימל, אבער טרערן רינען טראכטענדיג אז ס׳איז די 3טע משפחה וואס זעצט זיך נעבעך שבעה און ענגלאנד דער וואך נאכן פאלירן א יונג קינד - א קרבן ציבור… עליה השלם כל הקרבנות כולם.

אוי באשעפער. עד מתי…?
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

כהאף אז ס'גייט זיין א לויה וואס גייט שאקלן אמות הסיפים פון איין עק וועלט צום צווייטען!
יהדות אירופא! לאזט נישט דעם ערשיטעדע טאטע און מאמע באגלייטען זייערע טאכטער אליין!
אלפים און רבבות מיזן ווייזען אז מהאט געטשעפעט א יודיש קינד, א טאטע און א מאמע, און דאס איז יידיש בלוט!
כ'האפ אז יודען פון אנטווערפען, לונדון, מאנטשעסטער, פראנקרייך, און שווייץ וועלען שרייען צוזאמען "משפחת פיקסלער כולנו בני איש אחד אנחנו"
מיטן מקיים זיין מצוות הלויי' כדבעיה וועט מען קענען זאגן אזוי ווי מהאט געזאגט ביים עגלא ערופה "ידינו לא שפכה את הדם הזה!
יהדות אירופה, לאמיר זעהן וואס עטס קענטס.
לעצט פארראכטן דורך מחשבהטובה אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 4:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א פינטעלע איד
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:23 am

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פינטעלע איד »

אלטע בת ר' אברהם!

האסט זיכער געהאט א הייליגע הויעכע נשמה וואס האט נאר געדארפט מתקן זיין עפעס א קליינעקייט אויף דעם עולם.

האסט געהאט א זעלטענע זכייה אראפ קומען ווידער אויף די וועלט, מיט אן אופן וואס דו זאלסט נישט קענען קאליע מאכן, נאר פארעככטן. דיינע קערפער האבן נישט עגזיזטירט. ביסט געווען מסובלת ביסורים קשים ומרים, לא נהנית מעולם הזה כלל וכלל.

אסאך נשמות וואס דארפן אראפ קומען אויף די וועלט פארעכטן זייערע מעשים, זענען נישט אייביג זוכה אנקומען צום ציל. זייער אסאך מאל מאכט מען נאך מער קאליע רח"ל. דו, אלטע, האסט זוכה געווען קומען צו דעם עולם בלויז צו מתקן וואס דיר פעלט אויס מתקן צו זיין.

האסט געהאט א זעלטענע זכייה גורם זיין אזא קידוש השם, ווען די גאנצע וועלט זעהט ווי די גאנצע אידישע פאלק איז ווי איין מענטש. כאיש אחד בלב אחד. אלטע, אפשר ווייסטו נישט, אבער גאנץ כלל ישראל בכל ערי מושבותיהם האבן געוויינט און געדאוונט און געזאגט תהלים פאר דיין ישועה, זיי האבן געגעבן צדקה און מקבל געווען קבלות טובות פאר דיין רפואה. מענטשטן וואס קענען נישט דיר און נישט דיינע עלטערן האבן געקלעמט און געלעכצעט הערן בשורות טובות. אה אלטע, אזויפיל זכותים. ווער קען דאס משיג זיין.

אלטע, דו גייסט ארויף יעצט אויבן אין הימל לויטער און ריין, מטוהר ומזוכך. שטיי פאר כסא הכבוד און רייס אן פאר דיינע געטרייע טאטע און מאמע וואס האבן איבער געקערט א וועלט פאר דיר! זייער הארץ איז צובראכן און צושאסן כחרס הנשבר. בעט אויבן מ'זאל זיי טרייסטן מיט אלעם גוטן, זאל מקוויים ווערן ביי זיי "שמחנו כימות עיניתנו", מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי.

בעט פאר כלל ישראל מ'זאל שוין אויסגעהיילט ווערן פון אלעם בייזן.

רייס אן לאוקמא שכינתא מעפרא.

אלטע, בלייב נישט שטיל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך בין נייגעריג צי איינער ווייסט צי דיפלאמאטיע האט געקענט שפילן א ראלע, אדער דזשאנסאן האט גארנישט געקענט טון.

ניו יארק סענאטאר שומער - דער מאכטפולער מאיריטעט פירער - האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות אז מען זאל איר לאזן קומען קיין אמעריקע, און ער האט פרעזענליך גערעדט דערוועגן צו באריס דזשאנסאן ביי זיין באזיך אין אמעריקע לעצטע מאנאט, און ער האט ערלעדיגט אז די ביידען אדמינסטראציע זאל איר שענקען א ספעציעלע וויזע צו קענען אריינקומען קיין אמעריקע. באזינדער האט די סטעיט דעפארטמענט מיט סעקרעטערי בלינקען געלייגט דרוק אויף ענגלאנד.

איז מיין פראגע האט דער קאנסערוואטיווער דזשאנסאן זיך פשוט פארמאכט די אויערן, און נישט געוואלט העלפן, אדער מעגליך (לכאורה) איז עס נישט אין זיין האנט געווען צוטון סיי וואס?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

זי איז געווען אן אמעריקאנער סיטיזען, יא? ( איינע פון די עלטערן איז א אמעריקאנער. ) דארף מען ליייגן דרוק אויף די אמעריקאנע רעגירונג, צו אנפאנגען א מארד אויספארשונג אויף א אמעריקאנער סיטיזען, פשוט צו לייגן דרוק און צו אפשרעקן.

איך שרייב שטותים? קען זיין, אבער איך בין מוראדיג אנגעווייטיגט.
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

וואס איז זיי געגאנגען אזוי בנפשם נישט ארויסצולאזן?
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

עכט היימיש האט געשריבן:איך בין נייגעריג צי איינער ווייסט צי דיפלאמאטיע האט געקענט שפילן א ראלע, אדער דזשאנסאן האט גארנישט געקענט טון.

ניו יארק סענאטאר שומער - דער מאכטפולער מאיריטעט פירער - האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות אז מען זאל איר לאזן קומען קיין אמעריקע, און ער האט פרעזענליך גערעדט דערוועגן צו באריס דזשאנסאן ביי זיין באזיך אין אמעריקע לעצטע מאנאט, און ער האט ערלעדיגט אז די ביידען אדמינסטראציע זאל איר שענקען א ספעציעלע וויזיע צו קענען אריינקומען קיין אמעריקע. באזינדער האט די סטעיט דעפארטמענט מיט סעקרעטערי בלינקען געלייגט דרוק אויף ענגלאנד.

איז מיין פראגע האט דער קאנסערוואטיווער דזשאנסאן זיך פשוט פארמאכט די אויערן, און נישט געוואלט העלפן, אדער מעגליך (לכאורה) איז עס נישט אין זיין האנט געווען צוטון סיי וואס?

פארוואס זאל ער זיך ענדירש אינטערגעבן צו דרוק ווי איידער פאלגן זיין אייגענע ריכטער? און זיכער ווען די מידיע רעדט בכלל נישט פון דעם
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

קארן האט געשריבן:זי איז געווען אן אמעריקאנער סיטיזען, יא? ( איינע פון די עלטערן איז א אמעריקאנער. ) דארף מען ליייגן דרוק אויף די אמעריקאנע רעגירונג, צו אנפאנגען א מארד אויספארשונג אויף א אמעריקאנער סיטיזען, פשוט צו לייגן דרוק און צו אפשרעקן.

איך שרייב שטותים? קען זיין, אבער איך בין מוראדיג אנגעווייטיגט.

שווער מסביר זיין דעם היינטיגן 'ליבעראלע' גוי, וואס דער גרויסע עוולה.
וואס יא, ווען אלטע פיקסלער ע"ה וואלט ווען געווען א בעל חי וואלטן זיי עס זיכער נישט געטון.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

הלווית הילדה אלטע פיקסלר ע"ה הערב במנצ'סטר בחצר בית המדרש של חסידות בעלזא. ארונה צפוי להגיע מחר לקבורה בארץ הקודש.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

יקר מציאות האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס גייט פאר און הימל, אבער טרערן רינען טראכטענדיג אז ס׳איז די 3טע משפחה וואס זעצט זיך נעבעך שבעה און ענגלאנד דער וואך נאכן פאלירן א יונג קינד - א קרבן ציבור… עליה השלם כל הקרבנות כולם.

אוי באשעפער. עד מתי…?

א איד איז אמאל געזיצן שבעה נאך א קינד ל"ע, איז געקומען חד מגדולי ירושלים מנחם אבל זיין (דאכצעך בריסקער רב הגרי"ז זצ"ל).
האט ער אים געוואלט מחזק זיין, פרעגנדיג: אויב וואלט דער אויבערשטער טאקע געהייסן אברהם אבינו אויף למעשה שחט'ן יצחק, וואלט ער געדארפט זיצן שבעה נאך אים?
אודאי אז יא.
האט ער אים געזאגט, די זעלבע באשעפער וואס האט געהייסן שחט'ן יצחק, ער האט אוועקגענומען דאס קינד.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די נאצישע מערדער האבן אויך נאר געפאלגט באפעלן. אין קריגס געריכט האט די ענטפער נישט געטראגן וואג.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אוי וועט מען היינט האלצן די קינדער ווען טאטי קומט אהיים פון ארבעט...
געפילן רוישן...
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: בריטישע מערדער פלאגן אויס אלטא פיקסלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:אינטערוויו: "על כל נשימה ונשימה שאדם נושם צריך לקלס לבוראו, כל הנשמה תהלל קה"', דאס קינד אלטע בת אלטע חי' פיקסלער לרפו"ש ראנגעלט זיך פארן לעבן אטעם ביי אטעם נאכן זיין שוין עטליכע שעות אויסגעשאלטערט פון די מאשינען - צום שלוס: "ברוך דיין האמת"
ב' וירא פ״ב

הרב יונתן שווארץ

https://www.yiddish24.com/interviews/12/48728

WOW איז דאס אן אינטערוואיו
אינמיטן די אינטערוואיו באקומט יונתן א מעסעדש אז בד"ה

יצחק שלמה געבט א קרעכץ אויס מנהמת לבו "יונתן" כאילו יונתן איז דא עפעס שילדיג, עס איז אייזן

דערנאך ספאנטאניש געבט יצחק שלמה א זאג פאר יונתן צו זי זינגען "מענטשעל מענטשעלע"

און יונתן קומט אריין אזוי קלאהר, דאס קאסט טרערן.......

יצחק שלמה דילווערט דא אן אינטערוויו ווי נעבער ביפאר
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

קארן האט געשריבן:זי איז געווען אן אמעריקאנער סיטיזען, יא? ( איינע פון די עלטערן איז א אמעריקאנער. ) דארף מען ליייגן דרוק אויף די אמעריקאנע רעגירונג, צו אנפאנגען א מארד אויספארשונג אויף א אמעריקאנער סיטיזען, פשוט צו לייגן דרוק און צו אפשרעקן.

איך שרייב שטותים? קען זיין, אבער איך בין מוראדיג אנגעווייטיגט.


אין אמעריקא פלאגט מען אויך מאשינען רעכטס און לינקס סוי זיי האלטן עס נישט פאר מארד, נאר אין אמעריקא איז מען מער בויגזאם פאר משפחה'ס ווילן און רעליגיע.
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קארן האט געשריבן:זי איז געווען אן אמעריקאנער סיטיזען, יא? ( איינע פון די עלטערן איז א אמעריקאנער. ) דארף מען ליייגן דרוק אויף די אמעריקאנע רעגירונג, צו אנפאנגען א מארד אויספארשונג אויף א אמעריקאנער סיטיזען, פשוט צו לייגן דרוק און צו אפשרעקן.

איך שרייב שטותים? קען זיין, אבער איך בין מוראדיג אנגעווייטיגט.



שרייבן אזעלכע בריווען קען אפשר זיין אן אויפטו אז כאטשיג זאל זיך עס נישט איבערשפילען דא.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

קארן האט געשריבן:זי איז געווען אן אמעריקאנער סיטיזען, יא? ( איינע פון די עלטערן איז א אמעריקאנער. ) דארף מען ליייגן דרוק אויף די אמעריקאנע רעגירונג, צו אנפאנגען א מארד אויספארשונג אויף א אמעריקאנער סיטיזען, פשוט צו לייגן דרוק און צו אפשרעקן.

איך שרייב שטותים? קען זיין, אבער איך בין מוראדיג אנגעווייטיגט.


משל למה הדבר דומה. ענגלאנד זאל עפענען א מארד אויספארשונג יעדעס מאל אן ענגלישע אמעריקאנע ווערט פאראורטיילט צום טויט אין אמעריקא.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”