בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ער שרייבט אז ער פלעגט זיך דרייען אין א ספרים סטאר אין איסטסייד, דארט האט ער געטראפן ר׳ ליפא פר"מ, אזוי איז ער אנגעקומען צום רבי׳ן
איז נישט פראנקפורטער פון עמי זיין איידעם?
זיין בוך איז קודם געווען אין עמי אין פארזעצונגען
איז נישט פראנקפורטער פון עמי זיין איידעם?
זיין בוך איז קודם געווען אין עמי אין פארזעצונגען
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
לייטער האט געשריבן:ביידעלע האט געשריבן:לייטער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן
ביים באגלייטן הרה''ק מסאטמאר תשכ''ה אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שיף קיין ארץ ישראל
דאס איז נישט ר' הירץ פרענקל, דאס איז ר' שמחה בער סאנדער ע"ה (עס איז נישט קיין בענד דאון הוט).
דא האט מען גערעדט דערפון און געקומען צום אויספיר דורך רוב אז סאיז ר'הערץ פרענקל https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p1094589
א שאד אז איך האב נישט מיטגעהאלטן יענעם שמועס אבער אלס איינער וואס האט גיט געקענט ביידע זאג איך מיט א קלארקייט אז דאס איז ר' שמחה בער סאנדער ע"ה.
ר' הירץ פרענקל האט תשכ"ה נישט געהאט קיין פילע בארד, און ער איז אייביג געגאנגען מיט אן אראפ געבויגן היטל.
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
היסטאריקער האט געשריבן:ע
איז נישט פראנקפורטער פון עמי זיין איידעם?
זיין בוך איז קודם געווען אין עמי אין פארזעצונגען
נע ער איז א איידעם ביי לייבל פריעדמאן מראשי קהילה סאטמר מהר''יי
א'מונה ב'טחון ג'עלט
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
Amazing האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:ע
איז נישט פראנקפורטער פון עמי זיין איידעם?
זיין בוך איז קודם געווען אין עמי אין פארזעצונגען
נע ער איז א איידעם ביי לייבל פריעדמאן מראשי קהילה סאטמר מהר''יי
גערעכט, טעיתי
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2410
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ר' יונה לאנדא געט א הערליכע אינטערוויא אויף קול מבשר וועגן ר' הירץ ע"ה
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..
קרעדיט מאניש!
קרעדיט מאניש!
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
Chuchem Atik האט געשריבן:
ייש"כ פארדעם, עס איז אויך דא נאך א באזוך ביי א פרעזידענט (איך געדענק נישט אויב ביי רעיגען אדער אויך ביי בוש 41) און דארט זאגט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א די ברכה. עס איז זיס צו זען דארט ווען ר' הערץ הייבט אן צו טרענסלעטען די ברכה, שלעפט ער אזוי שיין אוועק דעם רבין און ער שטעלט זיך דעם ערשטער נעבן דעם פרעזידענט.
אויב איינער קען עס ביטע ברענגן.
ייש"כ
גא''מ
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
אינטערוויו: "עבד אברהם אנוכי", דברי הערכה נאכן פטירה פון דער לאנגיעריגער סאטמארערע פרינציפעל און אויסערן מיניסטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע הרב הערץ פרענקל ז"ל https://www.yiddish24.com/12/12/48652
וואטעווער....
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
לייטער האט געשריבן:אינטערוויו: "עבד אברהם אנוכי", דברי הערכה נאכן פטירה פון דער לאנגיעריגער סאטמארערע פרינציפעל און אויסערן מיניסטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע הרב הערץ פרענקל ז"ל https://www.yiddish24.com/12/12/48652
אינטערעסאנטע אנאקדאטן
1. געוועהן א בחור ביים ווערן פרינציפאל (נישט ווי אנדערע ווילן טוישן היסטאריע)
2. געוועהן 2 1/2 שעה ענגליש
3. געהאלטן פאר פרויען א דרשה ביי א פארטי
3. ועל כולם, דרעזנער האקט אפ שטיקלעך פונעם אינטערוויו
#בשיטה נישט
Re: ראביי הירץ פרענקעל ע"ה לאנגיעריגע מנהל בית רחל ואיש אמונו פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
קרייסלער האט געשריבן:מסתמא האט געשריבן:ברוך דיין האמת!!
פאר מיר מיינט ער זייער אסאך, דאס ערשטע מאל כהאב באקומען א אינטערעסע אינעם רבי'ן זכרונו לברכה (אויב ווייסט איר נישט וועלכע קענט איר קומען אין אישי) איז געווען נאכן דורכליינען זיין בוך
ביז דעמאלטס האט אלעס פונעם רבי'ן געשמעקט פאר מיר זייער זייער פרעמד און עקסטרעם, סאיז געווען אלץ ערוואקסענע בחור ווען כהאב משום איזה סיבה באשלאסן צו ליינען זיין בוך און פאר מיך פערזענליך האט עס געמאכט א גרויסע מהפיכה אין מיין גאנצע וועלט אויסקוק, דאס איז די מעשה פון א יחיד
ער איז פון געווען די סאמע פיאנערן פון אונזער היימישע חינוך, פון די לייבן וועלכע האבן אוועקגעשטעלט אידישקייט דאהי אין אמעריקע, אן איש נאמן, אן איש תמים, א אפגעהיטענע גאטספארכטיגע איד, אלע גדולי ישראל האבן אים געטרויעט, סיי אין עניני חינוך און סיי אין עניני עסקנות
ער האט זוכה געווען אריינציהייבן פונעם רבי'ן טענות און מענות אויף די אגודה וואס ער האט דעמאלטס אנגעהערט צו זיי.. מיט אזא מין ליבשאפט אז ער פלעגט נאך נאכדערציילן דערפון פאר יאארן לאנג..
דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז גלאט-כשר (נישט האבנדיג קיין בארד בימים ההם)
סאיז א נייע דור, א שטיק היסטאריע שוין פון נאכן קריג ווערט פארגעסן צוזאמען מיט די גאנצע מציאות אין וואס מהאט דעמאלטס מיטגעלעבט, ר' שאול קליין זז"ג רעדט לעצטנס מער און מער פון יענע תקופה אז סזאל נישט נשתכח ווערן וואס אונזערע עלטערן שוין נאכן קריג די אודים מוצלים האבן אלץ מקריב געווען פאר אונז און אונזערע דורות ווייטער, פון וואו זיי זענען געקומען, זייערע שווערעקייטן, זייער עהרליכקייט,
סהערט זיך מאדנע אפילו פאר די היינטיגע פערציג יעריגע אידן אבער די נייע דור האט נישט קיין השגה אין די דור וואס מיר רופן אן מלחמה אידן, רוב פרישע יונגעלייט געדענקען שוין נישט זייערע זיידעס פון דעם דור, ווער רעדט נאך פון שמוסן און הערן פון זיי, ר' הערץ פרענקל איז א סימבאל פון יענע דור, פון יענע תקופה, וימת יוסף וכל הדור ההוא, דאס איז נישט דא די מליצה, דאס איז די נייע רעאליטעט
נישטא די ווערטער
יאפס זיין בוך איז א מייסטער ווערק, די אלגעמיינע גאס האט עס אויך אויפגענומען מיט גרויס אינטערעס
עס האט געגעבן א אריינבליק וויאזוי די רועה נאמן האט ווידערגרינדעט אידישקייט אין אמעריקא און מיט וואס פארא שיקול הדעת ער איז צוגעגאנגען צו יעדע ענין
עס גיבט א שטיקל השגה דעם רבינס טיעפער פארשטאנד אין יעדען הינזיכט על כל דבר קטן ממש און זיין שכל הישר און ווייטער בליק
ברוך דיין האמת
פון זיין בוך קוקט אויס ווי דאס איינציגסטע פארבינדונגס-מאן וועמען די רבי האט געהאט כלפי שייכות צום רעגירונג
און שייכות צו די דרויסענדיגע גאס צו זייערע גדולים און פארשידענע פיגורען, איז דער איינציגער מענטש געווען ראביי פרענקל ע"ה
וואס ער האט געהאט א שטארקע שייכות צום דרויסענדיגע גאס.
און ער איז געווען פארטרויעט פון רבי'ן צו פארהאנדלען מיט די אגודה און אירע גדולים.
ווי איז דא צו באקומען זיין ענגלישער בוך ?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
נו שוין האט געשריבן:לייטער האט געשריבן:אינטערוויו: "עבד אברהם אנוכי", דברי הערכה נאכן פטירה פון דער לאנגיעריגער סאטמארערע פרינציפעל און אויסערן מיניסטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע הרב הערץ פרענקל ז"ל https://www.yiddish24.com/12/12/48652
אינטערעסאנטע אנאקדאטן
1. געוועהן א בחור ביים ווערן פרינציפאל (נישט ווי אנדערע ווילן טוישן היסטאריע)
2. געוועהן 2 1/2 שעה ענגליש
3. געהאלטן פאר פרויען א דרשה ביי א פארטי
3. ועל כולם, דרעזנער האקט אפ שטיקלעך פונעם אינטערוויו
ר' יונה פארציילט אז ווען ער האט ארויסגעגעבן זיינע מעמוארן אין די סעריע פון זכרון בספר ווי ער האט באשריבן די בראשית יארן פון סאטמאר אין אמעריקא, האבן מאנכע פארפירט אז ער זאל נישט ארויסהייבן די ראלע פון הרב הערץ פרענקל אלץ א פירענדע פיאנער, איז ער געגאנגען פרעגן ר' נתן יוסף, ר' יודל ראזענבערג און ר' עזריאל און זיי האבן פה אחד גערעדט בשבחו פון ר' הערץ און ווי שטארק די רבי האט אים מעריץ געווען, און אים מעודד געווען אים צו באשרייבן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
Some people would be surprised today, but whenever there was a ladies auxiliary affair, I would come and speak for them. I spoke without a mechitzah. The rabbe approved and it was never an issue.
When the rabbe said something his decisions were never questioned. After he passed away, there was no longer the same.. And many felt the need to be even more rigid and stringent than before.
page 58
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ריקארדינג פון די לוי׳?
- געשמאקע קוקיס
- שר האלף
- תגובות: 1050
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3816
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
די לויה איז היינט צוועלעף אזייגער מיטאג (אר"י זייגער) פון שמגר צו הר המנוחות
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3816
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
עמעראצעס?
ביים אויסרופן די לויה איןירושלים זאגט מען 'מנהל מוסדות *דרכי* רחל סאטמאר'
אויך זאגט מען אז די לוי' וועט ארויסגיין האלב פאר איינס
ביים אויסרופן די לויה איןירושלים זאגט מען 'מנהל מוסדות *דרכי* רחל סאטמאר'
אויך זאגט מען אז די לוי' וועט ארויסגיין האלב פאר איינס
- היטשינער
- שר חמש מאות
- תגובות: 763
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
- לאקאציע: שעפעלע בארג
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
אויך אויף די גאסן צעטלעך שטייט מנהל מוסדות דרכי רחל......
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
געשמאקע קוקיס האט געשריבן:
אינטערוויו: "הביאנו עבד המלך חדריו", צום פטירה פון הרב הערץ פרענקל, אויסערן מיניסטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און לאנגיעריגער מנהל פון בית רחל, ווערט פארעפענטליכט רעקארדירונג פון אן אינטערוויו וואס ר' הערץ האט געגעבן מיט באלד צוויי צענדליגע יאר צוריק אפצייכענענדיג 50 יאר פון זיין אמט, מיט אן אריינפיר מיט זיין שכן טוב הרב אביש בראד "בור סיד שאינו מאבד טיפה"
א' וירא פ״ב
שכן הרב אביש בראד, נאכגעפאלגט מיט ארגינעלע שמועס מיט הרב הערץ פרענקל
https://www.yiddish24.com/interviews/12/48674
א גאר רייכע אינטערוויו און א מאסט צו הערן פאר די וואס אינטערסירט היסטאריע פון בראשית יארן אין אמעריקע און פאר סאטמארער חסידים, גאר רייכע און היסטארישע טאפיקס
וואטעווער....
- Chuchem Atik
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
להודיע האט געשריבן:Some people would be surprised today, but whenever there was a ladies auxiliary affair, I would come and speak for them. I spoke without a mechitzah. The rabbe approved and it was never an issue.
When the rabbe said something his decisions were never questioned. After he passed away, there was no longer the same.. And many felt the need to be even more rigid and stringent than before.
page 58
אגב, בנוגע די מנהל זאל רעדן צו די תלמידות אנע מחיצה איז א קלארע הוראה פונעם רבין זי"ע (איך ווייס אז ער רעדט פון א פארטי פאר פארהייראטע פרויען, איך רעד אבער וועגן מיידלעך אין שולע) וואס לפי ידיעתי גייט נאך אן עד היום אין אלע סאטמארע מיידל סקולס. מאנכע האבן בשעתו פארפירט אז דאס איז קעגן גדרי הצניעות אז א מאנס פערזאן (און נאכדעצו א חסידישע) זאל רעדן פאר פרויען.
קליגער ווי די גאנצע וועלט!!!
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
בילדער פון דע לויה האט איינער?
-
- שר העשר
- תגובות: 23
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:26 pm
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ביי א באזוך און מוסדות סאטמאר לעקוואד כ"א כסליו תש"פ מיט זיין זון ר' מנשה
https://www.dropbox.com/s/widuxz0idjijw ... 1.mp4?dl=0
https://www.dropbox.com/s/widuxz0idjijw ... 1.mp4?dl=0
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3816
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
להודיע האט געשריבן:Some people would be surprised today, but whenever there was a ladies auxiliary affair, I would come and speak for them. I spoke without a mechitzah. The rabbe approved and it was never an issue.
page 58
ס'א חידוש אז מענטשן זאלן זיך דערויף ווינדערן
ס'היינט אין אלע סאטמארע קרייזן אזוי ביי די מנהלים אין בית רחל אז זיי רעדן פארנט פון די פרויען.
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
[
מורא'דיג הנאה געהאט. א גרויסען דאנק ר' יצחק שלמה.
דעליווערט א געוואלדיגע אוצר פאר כלל ישרא'.
לייטער האט געשריבן:געשמאקע קוקיס האט געשריבן:
אינטערוויו: "הביאנו עבד המלך חדריו", צום פטירה פון הרב הערץ פרענקל, אויסערן מיניסטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און לאנגיעריגער מנהל פון בית רחל, ווערט פארעפענטליכט רעקארדירונג פון אן אינטערוויו וואס ר' הערץ האט געגעבן מיט באלד צוויי צענדליגע יאר צוריק אפצייכענענדיג 50 יאר פון זיין אמט, מיט אן אריינפיר מיט זיין שכן טוב הרב אביש בראד "בור סיד שאינו מאבד טיפה"
א' וירא פ״ב
שכן הרב אביש בראד, נאכגעפאלגט מיט ארגינעלע שמועס מיט הרב הערץ פרענקל
https://www.yiddish24.com/interviews/12/48674
א גאר רייכע אינטערוויו און א מאסט צו הערן פאר די וואס אינטערסירט היסטאריע פון בראשית יארן אין אמעריקע און פאר סאטמארער חסידים, גאר רייכע און היסטארישע טאפיקס
מורא'דיג הנאה געהאט. א גרויסען דאנק ר' יצחק שלמה.
דעליווערט א געוואלדיגע אוצר פאר כלל ישרא'.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:
When the rabbe said something his decisions were never questioned. After he passed away, there was no longer the same.. And many felt the need to be even more rigid and stringent than before.
page 58
שטארק!
כאן יש לקרות הנייר החלק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]