פעיק ניוז האט געשריבן:ממש אזוי האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:36 געסט האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נאכאמאל, מיין מיינונג און שאצונג איז נישט געבויט אויף עפעס מער ווי לופטיגע טעאריע געבוירן בעת'ן ליינען ס'אשכול. אבער מיין שאצונג איז אז ער וועט נאך ארעסטירט ווערן - און מעגליך טאקע ריינגעוואשן ווערן צוליב מאנגל אין באווייז, און ער וועט נאך אנקלאגן די רעגירונג פארן פאלש באשולדיגן סתם אלץ שעיר לעזאזל, און געווינען מיליאנען אין אנטשעדיגונגס מיט די פולסטע סימפאטיע פון די מידיע...
און דעיע קרומקייט הייסט גאר דזשוסטיס
אן זיך אריין לאזן דערין, פארוואס דען נישט? דו ביזט איבערצייגט אין זיין שולד צוליב און דורך די מידיע, די מידיע האט א מורא'דיגע מאכט אין די וועג וויאזוי זיי לייגן אראפ די מעשה וואס לויט דעם באשליסט דיין נאז יענעמס שולד אדער אומשולד. ס'איז מעגליך אז א צווייטער האט איר אומגעברענגט, און ער איז אנטלאפן צוליב'ן זען אז מ'זוכט א שעיר לעזאזל - נישט א שולדיגער. עס איז קלאר אז יוסטיץ איז אז א מענטש וואס איז אומשולדיג באשולדיגט געווארן זאל קענען קלאגן און באקומען אנטשעדיגונג. כ'וויל נישט יעצט אריין גיין טיפער
אדער האט ער אומוועלנדיג אומגעברענגט (צי דורכן זיך דעפענדען צי דורך סתם זיין אגרעסיוו אבער נישט מיטן ציל צו טייטן) און ציטערט פאר זיין לעבן.
מעגליך.
כהאב גראדע געקלערט די זעלבע זאך
דא איז בעצם דא צוויי צדדים
צד א', ער איז געוועזן אן אביוזער און נארסעסיסט און ווען די פאליציי איז געקומען האט זי געציטערט פון אים פאר איר לעבן במילה האט זי גענומען די גאנצע שולד אויף זיך, ביי מיניפיולעיטערס איז עס דאך נישט אויסגעשלאסן
צד ב', זי איז געוועזן טאטעלי מעד-אפ גייסטיש, והא ראיה אז זי האט מודה געווען פאר די פאליציי אז זיי האט אים אנגעהויבן צו פראסקענען אין פנים בשעתן דרייוון... און ער האט זיך בסך הכל דיפענדעט, דאס איז געבליבן די טאטאל פון יענע פאליס רעפארט, זי איז אינגאנצן שולדיג
לפי זה, וואס ווייסן מיר וואס איז פארגעגאנגען? אפשר האט ער איר טאקע אומוועלנדיג אומגעברענגט? די מצב איז דאך אינגאנצן נישט נארמאל געוועזן