סטיטשינער האט געשריבן:איך באצי מיך צו דעם תגובה. ממש מסדר געווען אין באבנס באבען? ממש מער ווי טראמפ אלע זיינע יארן?
צל עובר האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס האט מען מסדר געווען כינע אין באבנס באבען, מער ווי טראמפ האט עטשיווט אלע זיינע יארן.
דאס איז - מעגליך - אן איבערגעטריבענע סטעיטמענט, און איך אים עס לאזן אליינס אויסקלארן/פארטיידיגן.
נאר געדענקן טראמפ'ס הויפט פריאריטעטן קעגן כינע:
1 - וואלוטע מאניפולאציע
2 - גערויבטע אינפארמאציע
3 - צוריק ברענגען דשאבס
4 - איינזייטיגע סובסידיעס (מאכן ביליגער דאס פראדוקציע אין כינע)
5 - טרעיד דעפיציט (כינע עקפארטירט מער ווי זי אימפארטירט)
6 - 5 דשי קאמף
7 - פאקוסירן קריטיק אויף כינע
________________________
מיטלען צו שטויסן כינע
- טייוואן
- דרום כינע ים אינזלען (נאך אונטער אבאמע'ס יארן)
- מזרח כינע ים (קריגעריי צווישן יאפאן און כינע)
- האנג קאנג
________________________
וואס האט ער למעשה געטון?
6 - ער האט סוקסעספול בלאקירט וואוועי פון אריין קומען אין די אמעריקאנער, בריטישע, קאנאדישע, יאפאנעזישע, ניו זילאנדישע, (אויך פוילן, טשעכיי, עסטאניע,) מארקעטס
1 - דעזיגנירט כינע אלץ וואלוטע מאניפולירער
- געלייגט סאנקציעס אויף כינע איבער האנג קאנג
- געלייגט סאנקציעס אויף כינע איבער די ווייגער מוסלעמענער
2 - פארמאכט די כינעזע דיפלאמאטישע אפיס אין טעקסאס באשולדיגט אין רויבן אינפארמאציע
דורכפעלער:
אמעריקאנע דשאבס פלאנירן נישט צוריק צו קומען קיין אמעריקא
כינע רויבט ווייטער אינפארמאציע
די כינעזישע סובסידיעס גייען אן
די כינע - אמעריקא טרעיד דעפיציט איז ווייטער הויך
די וואלוטע מאניפולאציע איז אנגייענד
(טיילווייזע) סוקסעס:
וואוועי
געמאכט כינע א הויפט טעמע - א זאך וואס די דעמאקראטן און רעפובליקאנער זענען פאראייניגט - און דאס גייט זיי נאך קאסטן מער
יעצט מאכט א באשלוס - איז נוקלעארע סובמארינס פאר אוסטראליע אזוי ווי טראמפ'ס קאמף איבער וואועי?
כ'מיין אז וואוועי איז געווען א שווערע - און טיילוויז סוקסעספולע קאמפיין (נאר טיילווייז ווייל פראנקרייך [די וואס בלאזט יעצט] און דייטשלאנד האבן אנטזאגט זיי ארויס צו פירן)