בעל החבית האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:אפשר זענען זיי איינגערעדט אז אסאך מענטשן קומען צוליב די עסן.
יש דברים בגו ! זיי ווייסן באמת נישט אונזערע צרכים, און דאס איז קלאר אז זייערע החלטות וועט נישט קלאפן כל זמן זיי פלאנען און מאכן אויף די אייגענע האנט אן זיך צו שואל עצה זיין מיט פרומע אידן פון אלע קרייזן.
ווען זיי האבן שכל, נעמען זיי עטליכע גרויסע קנאקערס פון גרעסערע חסידישע קהלות, וכמובן אויך פון די קנאי'שע, און "זיי" זאלן אנדרייען א אסיפת הרבנים מיט נציגים פון אלע גרעסערע קרייזן וואס פארנעמען א פלאץ אין מירון, און מיט א שטילע צוזאמענארבייט וועט אלעס פארן און אויסגעפירט ווערן על מי מנוחות.
דאס איז זייער פראבלעם, זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין די היימישע געברויכן, זייט זיי האבן אנגעהויבן קאמאנדעווען אין מירון מיט טרענפערטעשיאן אדער האלטען קאנטראל [אויכעט אין עזרת נשים] טוט זיך איבערקערענישען, נישט דא קיין באסעס, נישט דא קיין סדר,
א משל וואס זיי טוען צו האלטען סדר, זיי שפריצען אריין געז ביי א צעשטיפטע חצר מיט טויזענטער מענטשען, אז צוויי פאר'עקשענ'טע פרויען זאלען ארויס גיין פון עזרת נשים, כדי ס'זאל זיין סדר, די עולם איז ארויסגעלאפען איינער איבער די צווייטע שיעור נישט געוועהן אזא סטעמפיעד ווי דיע יאר, ס'האט געקענט קאסטען טויטע ר"ל
די שוטים זאלען גיין זיך שלאגען מיט די אראבערס אין יפו, און איבערגעגבען מירון פאר היימישע עסקנים
פי. עס. די שוטים גייען מאכען אז באיאנע הדלקה זאל מען קענען
זעהן פון איבעראהל מיט סקרינס, כאילו די טויזענטער מענטשען וואס שטופען זיך אריין דארטען קומען זעהן, מענטשען קומען טאנצען, מ'וויל טאנצען ביי רבי שמעון, זייער קאפ לויפט אויף ספארטס און מאוויס ווי מ'קומט
זעהן, זיי זענען בכלל נישט דא מיט אונז
ביז דערווייל טוען זיי די פונקט די פארקערטע, א הכנה צו אסאך א גרעסערע דיזעסטער השם יצילנו