רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זילבערווערק האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:שרעקעדיג!
ס'פארט ארום א רעקארדונג פון ר' מאיר קארליבאך - הכנסת אורחים רשב"י מירון רעדט ביי די 'ועדת חקירה', און זאגט נאך א שטיקל פון ספר 'עדן ציון' אז ווער ס'האט זיך געטשעפעט מיטן אתרא קדישא מירון און פרובירט צו שטערן די הילולא, האט נישט מוציא שנתו געווען...

קוק דא פאר נאך מקורות.

מיר ליגט אין זיכרון אז יש חולקים אז ס'איז ספרד'ישע דמיונות. דער עדן ציון זאגט נאר 'וכמדומה לי' און די אנדערע מעשה איז נאר בימי עלומיו נישט אין די יאר.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

תגובה דורך זילבערווערק »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

וואס איז ווארשיינליך קלאר, אז דו/איך/אנדערע וועלן פארציילן פאר די קינדער און אייניקלעך א מעשה פון א ריכטערין וואס האט ארויסגעגעבן רעקאמענדאציעס צו איינצוימען די הילולא דרשב"י און זי איז איין טאג נישט אויפגעשטאנען...

אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך ירקרקות »

זילבערווערק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:שרעקעדיג!
ס'פארט ארום א רעקארדונג פון ר' מאיר קארליבאך - הכנסת אורחים רשב"י מירון רעדט ביי די 'ועדת חקירה', און זאגט נאך א שטיקל פון ספר 'עדן ציון' אז ווער ס'האט זיך געטשעפעט מיטן אתרא קדישא מירון און פרובירט צו שטערן די הילולא, האט נישט מוציא שנתו געווען...

קוק דא פאר נאך מקורות.

מיר ליגט אין זיכרון אז יש חולקים אז ס'איז ספרד'ישע דמיונות. דער עדן ציון זאגט נאר 'וכמדומה לי' און די אנדערע מעשה איז נאר בימי עלומיו נישט אין די יאר.

וואס איז ווארשיינליך קלאר, אז דו/איך/אנדערע וועלן פארציילן פאר די קינדער און אייניקלעך א מעשה פון א ריכטערין וואס האט ארויסגעגעבן רעקאמענדאציעס צו איינצוימען די הילולא דרשב"י און זי איז איין טאג נישט אויפגעשטאנען...

יעדע שופט/ת אין די מדינה'ס יורידישער סיסטעם איז א מרימ/ה יד בתורת משה אויף א טעגליכן פארנעם. דאס איז אויסער וואס אין פריוואטן לעבן האט זי ווארשיינליך אויך עובר געווען אויף כמה איסורי כריתות ומיתות בית דין.

פייערן איר טויט צוליב וואס זי וויל ענגער מאכן די רעגולאציעס אין מירון, איז א קלאסישער 'על כבודי לא מחיתם ועל כבוד בשר ודם מחיתם', און איז ווארשיינליך די ערשטע און איינציגסטע אויסגעהאלטענע זאך על פי תורה איבער וואס זי האט פארפיגט זיצנדיג אויפ'ן ריכטער שטול.
(דיסקלעימער: איך ווייס נישט וואס אירע כוונות זענען געווען)
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אויפן כבוד פון הייליגן רשב"י רופסטו כבוד בשר ודם?!?!!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך ירקרקות »

יצחק אייזיק האט געשריבן:אויפן כבוד פון הייליגן רשב"י רופסטו כבוד בשר ודם?!?!!!

יא. די גמרא נדרים לט: רופט אזוי אן די כבוד פון משה רבינו.

חוץ מזה מאכן דאס פלאץ אויס מקום סכנה איז א זלזול בכבודו של ר' שמעון? כ'מיין אז דער פארגאנגענער ל"ג בעומר איז געווען א גרעסערער זלזול.
עס איז א זלזול בכבודן של בשרים ודמים מיט אינטערעסן.

וואס יא, דער עצם עקזיסטענץ פון א יורידישן סיסטעם געגרינדעט דורך זרע ישראל און פארמאגט נישט קיין שעבוד צו דת תוה"ק איז שרעקליכער עלבון התורה וחילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו.
אבער עס זעט נישט אויס אז דאס זאל איינעם באדערן. עס איז נאר 'וואס' זי טוט. האבעך געשריבן אז יעצט איינמאל טוט זי גאנץ גוט, די ווייטאג איז נאר די אינסטיטוציע וואס גיבט איר דעם כח.
לעצט פארראכטן דורך ירקרקות אום דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ירקרקות האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אויפן כבוד פון הייליגן רשב"י רופסטו כבוד בשר ודם?!?!!!

יא. די גמרא נדרים לט: רופט אזוי אן די כבוד פון משה רבינו.

חוץ מזה מאכן דאס פלאץ אויס מקום סכנה איז א זלזול בכבודו של ר' שמעון? כ'מיין אז דער פארגאנגענער ל"ג בעומר איז געווען א גרעסערער זלזול.
עס איז א זלזול בכבודן של בשרים ודמים מיט אינטערעסן.

צו דעם בין איך מודה. קוק ארויף 3 תגובות... די לשון איז מיר נישט געפאלן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך אבן יקרה »

"לכבוד הרב שמואל רבינוביץ שליט"א - יו"ר ועדת החמשה. כפי הידוע לנו, סוכם בין ההקדשות למדינה כי על מנת למנוע הפקעה, תפעל המדינה למינוי עו"ד, שיהיה כפוף לפרקליטות המדינה, ואשר יפעל לפינוי ‏הפולשים באתר הק' - קברו של התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ובנו רבי אלעזר זיע"א".

"נבקש בזה כי תאשרו כי המחזיקים בחדרים הנמצאים מעל אולמות ‏התפילה הם אינם 'פולשים' אלא 'מחזיקים' לצורך האתר הק' לצורכי ‏ציבור והם גבאים נאמנים על חדרי הכנסת אורחים, ואנו החו"מ יכולים להעיד ע"ז".

"וכמו כן אל תחתמו על ייפוי כח לעו"ד שמיניתם, החולק על החלטה זו, אלא א"כ יסכים לקבוע כי המחזיקים אינם פולשים".

"‏ובוודאי אין שום חשש שבעקבות כך המדינה תפעל להפקיע את האתר הק', אדרבה זה יהיה רק שמירה שלא יצליחו להפקיע, ובאם אתם תפעלו כך לא יהיה לכם שום אחריות באם ח"ו יצליחו להפקיע, ואנו לוקחים את האחריות עלינו ושלום יהיה לכם ולביתכם ולכל אשר לכם. ‏זכות התנא הק' רשב"י ובנו רבי אלעזר תעמוד לכם למילוי משאלות ליבכם לטובה".

ש.י. קאהן (תולדות אברהם יצחק)
ארי' הכהן רוזנפלד (פינסק קרלין)
אביש ציינווירט
דוד טווערסקי (ראחמסטריווקא)
יעקב מאיר שכטער
דוד קאהן (תולדות אהרן)
אברהם שמחה א. חנון (קהל חסידי ירושלים)
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך ירקרקות »

אבן יקרה האט געשריבן:

קען איינער ביטע מסביר'ן דעם ענין?
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך זילבערווערק »

ירקרקות האט געשריבן:פייערן איר טויט צוליב וואס זי וויל ענגער מאכן די רעגולאציעס אין מירון, איז א קלאסישער 'על כבודי לא מחיתם ועל כבוד בשר ודם מחיתם', און איז ווארשיינליך די ערשטע און איינציגסטע אויסגעהאלטענע זאך על פי תורה איבער וואס זי האט פארפיגט זיצנדיג אויפ'ן ריכטער שטול.
(דיסקלעימער: איך ווייס נישט וואס אירע כוונות זענען געווען)

ביטע ליין די רעקאמענדאציעס וואס איר קאמיטע האט ארויסגעגעבן, אויב דו האסט נישט כח דאס צו ליינען, ליין דאס אין די אידישע צייטונגען וועלכע האבן געברענגט די עיקר פונקטן, און שפעטער קום צוריק זיך ענטשולדיגן...
די רעקאמענדאציעס האבן (כמעט) קיין שייכות מיטן טראגעדיע
כ'האב פארינגלט דער 'כמעט' וויבאלד יש אומרים אז אפילו 'כמעט' האט דאס אויך נישט
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך זילבערווערק »

ירקרקות האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
"לכבוד הרב שמואל רבינוביץ שליט"א - יו"ר ועדת החמשה. כפי הידוע לנו, סוכם בין ההקדשות למדינה כי על מנת למנוע הפקעה, תפעל המדינה למינוי עו"ד, שיהיה כפוף לפרקליטות המדינה, ואשר יפעל לפינוי ‏הפולשים באתר הק' - קברו של התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ובנו רבי אלעזר זיע"א".

"נבקש בזה כי תאשרו כי המחזיקים בחדרים הנמצאים מעל אולמות ‏התפילה הם אינם 'פולשים' אלא 'מחזיקים' לצורך האתר הק' לצורכי ‏ציבור והם גבאים נאמנים על חדרי הכנסת אורחים, ואנו החו"מ יכולים להעיד ע"ז".

"וכמו כן אל תחתמו על ייפוי כח לעו"ד שמיניתם, החולק על החלטה זו, אלא א"כ יסכים לקבוע כי המחזיקים אינם פולשים".

"‏ובוודאי אין שום חשש שבעקבות כך המדינה תפעל להפקיע את האתר הק', אדרבה זה יהיה רק שמירה שלא יצליחו להפקיע, ובאם אתם תפעלו כך לא יהיה לכם שום אחריות באם ח"ו יצליחו להפקיע, ואנו לוקחים את האחריות עלינו ושלום יהיה לכם ולביתכם ולכל אשר לכם. ‏זכות התנא הק' רשב"י ובנו רבי אלעזר תעמוד לכם למילוי משאלות ליבכם לטובה".

ש.י. קאהן (תולדות אברהם יצחק)
ארי' הכהן רוזנפלד (פינסק קרלין)
אביש ציינווירט
דוד טווערסקי (ראחמסטריווקא)
יעקב מאיר שכטער
דוד קאהן (תולדות אהרן)
אברהם שמחה א. חנון (קהל חסידי ירושלים)

קען איינער ביטע מסביר'ן דעם ענין?

נאך עטליכע יארן וואס מען האט זיך געשלאגן אין בג"ץ קעגן די 'הפקעה' אויפן הר הקודש מירון, האט דער בג"ץ דערווייל מבטל געווען די הפקעה, און איינס פון די תנאים איז געווען מ'זאל נעמען א לאיער וואס זאל צוביסלעך ארויסרוקן די חברה וועלכע האבן זיך באזעצט/האבן חזקה אין די אויבערשטע צימערן העכערן מערה.
זענען געקומען די וואס זענען געקומען, און טענה'ן אז מען טאר נישט נעמען א לאיער וואס וועט דאס אריינפירן אין געריכט, און אנשטאט דעם זאל מען גיין צום דין תורה, און דערויף האבן די רבנים געחתמ'עט.
דער נושא איז סענסעטיוו, און כ'האב פרובירט צו גיין צווישן די טראפן, טאמער איז דאס נישט גענוג איידל, ביטע מיר אויפמערקן
בארדיטשוב'ער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך בארדיטשוב'ער אייניקל »

יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

עס איז קלאר ווי דער טאג אז זיי מיינען דוקא צו טשעפען די חרדים ווען זיי מיינען נישט צו טשעפען די חרדים וואלטן זיי דורך געקומען
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך מיסתפינא »

מלך זקן וכסיל האט געשריבן:די שופטת מרים נאור האט געפייגערט היינט אינמוטן שלאף.

בוסקילה שעלט איר יענע וואך
https://d123rive.google.com/file/d/1dp5 ... sp=sharing

פון וואס איז זי געשטארבן? עפעס אזא הילקח בחטף'דיגע מעשה?
איז זי געוווען א דתיה? פארוואס האט מען איהר באערדיגט אין א פרומע בית עלמין?
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מיסתפינא »

גברא דקפדנא האט געשריבן:
איכאדאמרי האט געשריבן:לאמיר האפן אז דער נייער זאל נישט זיין ערגער פון איר, זי איז געווען זייער געדולדיג, און קלאר אויסגעהערט אלע זייטן פון די פרשה, נישט אויסגעזעהן אז זי האט עפעס סענטימענטן אקעגן די חרדי'שע יודן

מיר האט אויך אזוי אויסגעקוקט, כ'ווייס נישט פארוואס די אלע הכנסת אורחים שטיבלעך זענען אזוי פרייליך.

אגב, איז זי געווען א ריכטערין וואס האט געאורטיילט קעגן די הפקעה, מסתבר אז זי וואלט נישט יעצט זיך אליין באשולדיגט, די נעקסטע יו"ר קען עס אבער יא טוהן.
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מיסתפינא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

מילה בסלע, יעדע ווארט ריכטיג.
דערפאר פארשטיי יעך נישט פארוואס ק"מ ברענגט כסדר מענטשן וואס שעלטן יעדע זאך וואס ווערט געטוהן דארט, אפילו דאס אוועק נעמען די טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב בארעדן זיי, מצידם דארף דאס בלייבן לעולם ועד.
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מיסתפינא »

זילבערווערק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:שרעקעדיג!
ס'פארט ארום א רעקארדונג פון ר' מאיר קארליבאך - הכנסת אורחים רשב"י מירון רעדט ביי די 'ועדת חקירה', און זאגט נאך א שטיקל פון ספר 'עדן ציון' אז ווער ס'האט זיך געטשעפעט מיטן אתרא קדישא מירון און פרובירט צו שטערן די הילולא, האט נישט מוציא שנתו געווען...

קוק דא פאר נאך מקורות.

מיר ליגט אין זיכרון אז יש חולקים אז ס'איז ספרד'ישע דמיונות. דער עדן ציון זאגט נאר 'וכמדומה לי' און די אנדערע מעשה איז נאר בימי עלומיו נישט אין די יאר.

וואס איז ווארשיינליך קלאר, אז דו/איך/אנדערע וועלן פארציילן פאר די קינדער און אייניקלעך א מעשה פון א ריכטערין וואס האט ארויסגעגעבן רעקאמענדאציעס צו איינצוימען די הילולא דרשב"י און זי איז איין טאג נישט אויפגעשטאנען...

די מעשה גייט אז נאך די אסון אין תרע"א האבן עטליכע רבנים גע'אסר'ט צי גיין צי מירון, און זיי האבן נישט מוציא שנתם געווען ל"ע [או שכן או שלא].
ברוך ה' אז דאס מאל איז עס נישט רבנים נאר עפעס א קלאפטע.
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך winner »

מיסתפינא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

מילה בסלע, יעדע ווארט ריכטיג.
דערפאר פארשטיי יעך נישט פארוואס ק"מ ברענגט כסדר מענטשן וואס שעלטן יעדע זאך וואס ווערט געטוהן דארט, אפילו דאס אוועק נעמען די טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב בארעדן זיי, מצידם דארף דאס בלייבן לעולם ועד.

פארוואס אראפנעמען די שביל ר' דוב? מען דארף עס אפשר אויסברייטערן אבער אראפנעמען ? איך כאפ נישט די שכל דערפון.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

winner האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

מילה בסלע, יעדע ווארט ריכטיג.
דערפאר פארשטיי יעך נישט פארוואס ק"מ ברענגט כסדר מענטשן וואס שעלטן יעדע זאך וואס ווערט געטוהן דארט, אפילו דאס אוועק נעמען די טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב בארעדן זיי, מצידם דארף דאס בלייבן לעולם ועד.

פארוואס אראפנעמען די שביל ר' דוב? מען דארף עס אפשר אויסברייטערן אבער אראפנעמען ? איך כאפ נישט די שכל דערפון.

ס'איז זייער נישט גוט געבויט מתחילה. אויסער די שמאלקייט. מ'דארף געהעריגע טרעפ נישט קיין רעמפ בכלל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

מילה בסלע, יעדע ווארט ריכטיג.
דערפאר פארשטיי יעך נישט פארוואס ק"מ ברענגט כסדר מענטשן וואס שעלטן יעדע זאך וואס ווערט געטוהן דארט, אפילו דאס אוועק נעמען די טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב בארעדן זיי, מצידם דארף דאס בלייבן לעולם ועד.

פארוואס אראפנעמען די שביל ר' דוב? מען דארף עס אפשר אויסברייטערן אבער אראפנעמען ? איך כאפ נישט די שכל דערפון.

ס'איז זייער נישט גוט געבויט מתחילה. אויסער די שמאלקייט. מ'דארף געהעריגע טרעפ נישט קיין רעמפ בכלל.

איך פארשטיי פון דיר אז זיי גייען בויען א נייע וואס האט יא געהעריכע טרעפ און א רעמפ.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך פרעגער »

צופרידן האט געשריבן:
יש מבין האט געשריבן:תו"א האט פראביר זיך משתלט זיין אויף זייער שטח ווי די משפחה האט שוין חזקה צענדליגע יארן (בפשטות פאר תו" א רבי איז בכלל געבוירן). כנהוג אין מא"ש האט מען פראביר אלע מינע טעראר אבער די ספרדים קענען אויך די מלאכה ווען מען דארף...

זעהענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק מטעם תו"א האט ער געהאנגען א גרויסע שילד אז דא איז 'תולדות בוסקילה' און זיי געשיקט ליפטערן.

ווען דו שרייבסט אביסל איידעלער וואלט מען דיך אויך פארשטאנען,
בפרט ווען עס איז נישט אזוי אמת'דיג ווי דו שרייבסט.

ס’איז בכלל נישט אמת!!!!
איך קען דעם פארוואקסענעם שטח נאך בעפאר תו’’א האט זיך דארט פלאצירט עס איז קיין שום בודקע נישט געשטאנען דארט
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך ר' איד »

בארדיטשוב'ער אייניקל האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

עס איז קלאר ווי דער טאג אז זיי מיינען דוקא צו טשעפען די חרדים ווען זיי מיינען נישט צו טשעפען די חרדים וואלטן זיי דורך געקומען

ממש אזוי?
אינטרעסאנט אז די חרדים צווישען זיך קומען זיך בכלל נישט אדורך, און ווען יא איז אויכעט נאר ווייל מ'דרוקט זיי צום וואנט,
אזוי אז קלאר ווי די טאג איז עס זיכער נישט.
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מיסתפינא »

winner האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אבער דאס איז אויך קלאר, אז איך/דו/אנדערע ווייסן אז עפעס מוז געטון ווערן אין מירון צו מאכן סדר אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן ח"ו אזא טראגעדיע, און איך/דו/אנדערע ווייסן אז אויב די רעגירונג מישט זיך נישט אריין וועט קיינמאל נישט זיין סדר דארט.

איך ווייס נישט ווער די שופטת איז געווען, ס'איז שטארק מעגליך אז אירע כוונות זענען געווען בלויז צו טשעפען חרדים און די הילולא קדישא, אבער ס'דארף נאכאלץ ווערן סדר דארט. אויב צוימען איז די איינציגסטע אפציע וועט מען דאס מוזן טון. קיין ספרד'ישע חרמות און קפידות וועט נישט אוועקנעמען די 'השמר לך ושמר נפשך' וואס איז א דאורייתא.

מילה בסלע, יעדע ווארט ריכטיג.
דערפאר פארשטיי יעך נישט פארוואס ק"מ ברענגט כסדר מענטשן וואס שעלטן יעדע זאך וואס ווערט געטוהן דארט, אפילו דאס אוועק נעמען די טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב בארעדן זיי, מצידם דארף דאס בלייבן לעולם ועד.

פארוואס אראפנעמען די שביל ר' דוב? מען דארף עס אפשר אויסברייטערן אבער אראפנעמען ? איך כאפ נישט די שכל דערפון.

ווען די וואלסט געקענט די פלאץ וואלסטו פארשטאנען אז מען קען עס בכלל נשט אויסברייטערען, עס איז נישטא ווי, פון איין זייט איז די הסכנת אורחים, דאכט זיך פון קארליבך און פערלמוטער, פון אנדער זייט איז נאך עפעס א געביידע לכאורה אומלעגאל, און פארשטייט אז דאס טאר די פארשאלטענע מדינה אויך נישט אוועק נעמען.
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך צופרידן »

מיסתפינא האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:פארוואס אראפנעמען די שביל ר' דוב? מען דארף עס אפשר אויסברייטערן אבער אראפנעמען ? איך כאפ נישט די שכל דערפון.

ווען דו וואלסט געקענט די פלאץ וואלסטו פארשטאנען אז מען קען עס בכלל נישט אויסברייטערען, עס איז נישטא וואו, פון איין זייט איז די הכנסת אורחים, דאכט זיך פון קארליבך און פערלמוטער, פון די אנדער זייט איז נאך עפעס א געביידע לכאורה אומלעגאל, און פארשטייט זיך אז דאס טאר די פארשאלטענע מדינה אויך נישט אוועק נעמען.

ביטע נישט זיך קריגן,
עס איז א ירידה לצורך עליה, מ'גייט בויען א נייעם שיינעם וועג, והכל על מקומו יבוא בשלום.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך לעכטיגער »

פרעגער האט געשריבן:
צופרידן האט געשריבן:
יש מבין האט געשריבן:תו"א האט פראביר זיך משתלט זיין אויף זייער שטח ווי די משפחה האט שוין חזקה צענדליגע יארן (בפשטות פאר תו" א רבי איז בכלל געבוירן). כנהוג אין מא"ש האט מען פראביר אלע מינע טעראר אבער די ספרדים קענען אויך די מלאכה ווען מען דארף...

זעהענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק מטעם תו"א האט ער געהאנגען א גרויסע שילד אז דא איז 'תולדות בוסקילה' און זיי געשיקט ליפטערן.

ווען דו שרייבסט אביסל איידעלער וואלט מען דיך אויך פארשטאנען,
בפרט ווען עס איז נישט אזוי אמת'דיג ווי דו שרייבסט.

ס’איז בכלל נישט אמת!!!!
איך קען דעם פארוואקסענעם שטח נאך בעפאר תו’’א האט זיך דארט פלאצירט עס איז קיין שום בודקע נישט געשטאנען דארט

חוץ די הקדשות וואס האבן א טאבו, איז כמעט אלעס אנדערש אויסשליסלעך חזקות. כמעט ווי זיכער אז תולדות אהרן האט אויך נישט קיין טאבו/דיעד אויף זייער שטח.
אויף די שטח פון תו"א איז אלע יארן געווען אן אנגעלייגטער פלאץ פון ספרדישע משפחות אין תו"א קלוגערהייט איבערגענומען דאס פלאץ, איך מיין אז זיי האבן אפילו באצאלט פאר געוויסע אז זיי זאלן אפטראגן.
בוסקילה שרייט אז זיי האבן 'חזקה' אויף יענע חלק און זעהעהדיג אז זיי קענען עס פארלירן האבן זיי עס ארומגענומען מיט א גדר און געבויט דעם בנין. אנדערע זאגן אז די חזקה איז נישט אמת און ס'איז א נייער זאך נאר זיי האבן גוטע קשרים מיט די ריכטיגע חברה.
עכ"פ פארוואס איז עס ענדערש 'יענעמס' ווי 'יענעמס'...
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”