נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כבוד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

בעל מדרגה האט געשריבן:צו ווייסט איינער צו עס איז דא דארט נאך א קהילה? איינער זאגט מיר אז ער מיינט אז עס איז דא דארט נאך א קהילה.

וויאויך פארוואס בויעט מען א מקווה ווען עס אי שוין דא דארט א מקווה? ווען מען איז דארט געווען האט מען געטובלט די גרים?

עס איז דא אין גואטעמאלא סיטי א קליינע קהילה פון גרים, עטליכע אידן, נישט קיין מנין. פון זיי איז באקאנט ר' משה אברהם סאנטוס, געווען פון אים לעצטענס אינטעוואויס אין די מאגעזינען.

מען בויעט יעצט א מקוה טהרה, וואס דערווייל איז נישטא.
די גרים האט מען גע'טובל'ט אין די מי גשמים בור פון די מענער מקוה.
כבוד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

בסד האט געשריבן:די חדר, די מקוה איז לכאורה ערגעץ אנדערש.
נאכאלץ אינטערעסאנט. אבער גיב מער אינפֿאָרמאַציע.

אלעס איז אין זעלבן שטעטעלע. די הייזער, די מקוה, די בנין הביהמ"ד ות"ת אא"וו

די חתונה איז פארגעקומען אין א דערנעבענדיגע זאל.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

אינטערוויו ר' עקיבא קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

זייער זייער אינפארמאטיוו. אסאך אומבאוויסטע דעטאלן.

כדי צו הערן.

בסד האט געשריבן:אינטערוויו: "אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל", א טיפערע בליק אין די קהילת גרים אין גוטאמאלא, ווער זענען די גרים? פארוואס זענען זיי געווארן אידן? א בליק איבער זייער טאג טעגליכן לעבן, "איך פאהר אי"ה קיין גוטאמאלא אויף ראש השנה און סוכות" https://www.yiddish24.com/interviews/12/46452
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

הערט ר' עקיבא קליין'ס אינטערוויו. דערנאך קליק די לינק, און ווארפט אריין עפעס פאר אונזערע ברודער, נישט פאר ברויט און מילך. נאר פאר טאמאטעס און באנענעס, פאר די געוועזענע גוי'אישע עשירים, צו דורכטראגן דעם טאג.

בסד האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:זיך משתתף צו זיין און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון ואהבתם את הגר און הכנסת כלה
https://go.thechesedfund.com/chemed/guatemalawedding

האט גארנישט מיט מיר. איך האב גארנישט מיט די גאנצע זאך. הגם איך בין מקנא די וואס האבן א חלק דערין ַ
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

אינטערוויו very nice
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.

אינאיינוועגס האמיר שוין אפגעקויפט א זכות אין די מקווה, וואס דאס איז 3600 דאלער, און ער האט מיר זייער געבעטן אז אויב איך קען זאל איך בעטן נאך מענטשן צו געבן, אויב אזוי וויל איך יעצט אפעלירן צום ציבור, ווער עס האט א געפיל צו די מצוה פון ואהבתם את הגר, קען זיך פארבינדן מיט ר’ אברהם יושע פערזענטליך, אפצוגעבן די נדבה און קונה זיין א חלק אין די מקווה.

(פאר זיין נאמער קען מען קומען אין אישי)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בעל מדרגה האט געשריבן:האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.

האט מען נישט יעצט באנייט א נייע מקוה דארט ביי זיי?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בסד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.

אינאיינוועגס האמיר שוין אפגעקויפט א זכות אין די מקווה, וואס דאס איז 3600 דאלער, און ער האט מיר זייער געבעטן אז אויב איך קען זאל איך בעטן נאך מענטשן צו געבן, אויב אזוי וויל איך יעצט אפעלירן צום ציבור, ווער עס האט א געפיל צו די מצוה פון ואהבתם את הגר, קען זיך פארבינדן מיט ר’ אברהם יושע פערזענטליך, אפצוגעבן די נדבה און קונה זיין א חלק אין די מקווה.

(פאר זיין נאמער קען מען קומען אין אישי)

האט מען נישט יעצט באנייט א נייע מקוה דארט ביי זיי?

ניין. מען האט אנגעהויבן גראבן.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בעל מדרגה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.

אינאיינוועגס האמיר שוין אפגעקויפט א זכות אין די מקווה, וואס דאס איז 3600 דאלער, און ער האט מיר זייער געבעטן אז אויב איך קען זאל איך בעטן נאך מענטשן צו געבן, אויב אזוי וויל איך יעצט אפעלירן צום ציבור, ווער עס האט א געפיל צו די מצוה פון ואהבתם את הגר, קען זיך פארבינדן מיט ר’ אברהם יושע פערזענטליך, אפצוגעבן די נדבה און קונה זיין א חלק אין די מקווה.

(פאר זיין נאמער קען מען קומען אין אישי)

האט מען נישט יעצט באנייט א נייע מקוה דארט ביי זיי?

ניין. מען האט אנגעהויבן גראבן.

מ'האט אפגעשטיפט די חתונה ווייל די מקוה איז נישט געווען גרייט.
איך האב פארשטאנען אז מ'האט געבויט אויפן דאך ערגעץ. און מ'האט עס יעצט באנייט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

וויפיל עסקנים און קאסעב פאר 200 נפשות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך וויל געבען א פאר סענט פאר די טאג טעגליכע צרכים פון די טייערע נפשות
https://go.thechesedfund.com/chemed/guatemalawedding זעט אויס אז דאס איז פאר די הוצאות החתונה וכ'
ווער איז ר' אברהם יהושע? און וואס איז ער עוסק?
ווער איז ר' הערשל פעקעטע? און וואס איז ער עוסק?
כ'האב געהערט דעם שמיעס מיט ר' עקיבא קליין וואס איז זיין אדרעסס?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וויפיל עסקנים און קאסעב פאר 200 נפשות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קיקיון האט געשריבן:ווער איז ר' אברהם יהושע? און וואס איז ער עוסק?
ווער איז ר' הערשל פעקעטע? און וואס איז ער עוסק?

ר' אברהם יושע וואלדמאן - מקוה רמ"א/וואלדמאן דריי גודס.
ר' הערשל פעקעטע - אקטיור/משמח/עסקן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: וויפיל עסקנים און קאסעב פאר 200 נפשות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ווער איז ר' אברהם יהושע? און וואס איז ער עוסק?
ווער איז ר' הערשל פעקעטע? און וואס איז ער עוסק?

ר' אברהם יושע וואלדמאן - מקוה רמ"א/וואלדמאן דריי גודס.
ר' הערשל פעקעטע - אקטיור/משמח/עסקן.

מיין שאלה איז געווען
און וועלכע חלק פון "ואהבתם את הגר" ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

כבוד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

בעל מדרגה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.

אינאיינוועגס האמיר שוין אפגעקויפט א זכות אין די מקווה, וואס דאס איז 3600 דאלער, און ער האט מיר זייער געבעטן אז אויב איך קען זאל איך בעטן נאך מענטשן צו געבן, אויב אזוי וויל איך יעצט אפעלירן צום ציבור, ווער עס האט א געפיל צו די מצוה פון ואהבתם את הגר, קען זיך פארבינדן מיט ר’ אברהם יושע פערזענטליך, אפצוגעבן די נדבה און קונה זיין א חלק אין די מקווה.

(פאר זיין נאמער קען מען קומען אין אישי)

האט מען נישט יעצט באנייט א נייע מקוה דארט ביי זיי?

ניין. מען האט אנגעהויבן גראבן.

לאמיר אייך קלאר מאכן @בעל מדריגה, ווייל איר האט לכאורה נישט פארשטאנען וואס ר' אברהם יושע האט אייך געזאגט.

מען האט יעצט געענדיגט בויען די מענער מקוה, בנדבת לבו פון ר' שלום חננאל מענדלאוויטש פון ב"פ, די מקוה געפינט זיך אינעם חצר פון די ביהמ"ד, און די מקוה האט מען יעצט באנייט, דארט האט מען גע'טובל'ט די גרים אין די מי גשמים וואסער.

די מקוה 'טהרה' הייבט מען יעצט אן צו בויען, עס געפינט זיך עטליכע מינוט ארויס פונעם שוהל, מען האט יעצט אנגעהויבן גראבן, און די דאזיגע מקוה האט ר' אברהם יושע וואלדמאן יו"ר מקוה רמ"א זיך אינטערגענומען אהערצושטעלן.
כבוד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: וויפיל עסקנים און קאסעב פאר 200 נפשות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

קיקיון האט געשריבן:איך וויל געבען א פאר סענט פאר די טאג טעגליכע צרכים פון די טייערע נפשות
https://go.thechesedfund.com/chemed/guatemalawedding זעט אויס אז דאס איז פאר די הוצאות החתונה וכ'
ווער איז ר' אברהם יהושע? און וואס איז ער עוסק?
ווער איז ר' הערשל פעקעטע? און וואס איז ער עוסק?
כ'האב געהערט דעם שמיעס מיט ר' עקיבא קליין וואס איז זיין אדרעסס?

ר' הערשל און א גרופע וואוילטעטיגע עסקנים זענען צוזאמען עוסק אין אלע צרכי הקהילה ווי די ביהמ"ד, ת"ת, הוצאות החג, צרכי רפואה ועוד ועוד (למשל די פארלאפענע חתונה, נסיעה וגו').

ר' אברהם יושע וואלדמאן יו"ר מקוה רמ"א בויעט מקוואות שוין לאנגע יארן, ער האט שוין געבויעט בערך 40 מקוואות אין פארשידענע מקומות ווי עס האט זיך אויסגעפעלט. און יעצט האט ער גענומען אויף זיך די מקוה טהרה אין גוואטעמאלא.

ר' עקיבע'לע זאל זיין געזונט פארט כסדר אהין, ער ברענגט זיי עסן מלבושים, תשמישי קדושה ועוד.

אין יעדען אפטיילונג איז מען זוכה אין די צענליגער מצוות פון ואהבתם את הגר
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

כבוד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.

אינאיינוועגס האמיר שוין אפגעקויפט א זכות אין די מקווה, וואס דאס איז 3600 דאלער, און ער האט מיר זייער געבעטן אז אויב איך קען זאל איך בעטן נאך מענטשן צו געבן, אויב אזוי וויל איך יעצט אפעלירן צום ציבור, ווער עס האט א געפיל צו די מצוה פון ואהבתם את הגר, קען זיך פארבינדן מיט ר’ אברהם יושע פערזענטליך, אפצוגעבן די נדבה און קונה זיין א חלק אין די מקווה.

(פאר זיין נאמער קען מען קומען אין אישי)

האט מען נישט יעצט באנייט א נייע מקוה דארט ביי זיי?

ניין. מען האט אנגעהויבן גראבן.

לאמיר אייך קלאר מאכן @בעל מדריגה, ווייל איר האט לכאורה נישט פארשטאנען וואס ר' אברהם יושע האט אייך געזאגט.

מען האט יעצט געענדיגט בויען די מענער מקוה, בנדבת לבו פון ר' שלום חננאל מענדלאוויטש פון ב"פ, די מקוה געפינט זיך אינעם חצר פון די ביהמ"ד, און די מקוה האט מען יעצט באנייט, דארט האט מען גע'טובל'ט די גרים אין די מי גשמים וואסער.

די מקוה 'טהרה' הייבט מען יעצט אן צו בויען, עס געפינט זיך עטליכע מינוט ארויס פונעם שוהל, מען האט יעצט אנגעהויבן גראבן, און די דאזיגע מקוה האט ר' אברהם יושע וואלדמאן יו"ר מקוה רמ"א זיך אינטערגענומען אהערצושטעלן.

און א שעה אוועק איז דא א חב"ד מקוה, וואס מ'נוצט דערווייל.

שכח ר' כבוד פארן אויסקלארן.
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

בעל מדרגה האט געשריבן:איך האב באקומען א אימעיל פון ר’ אברהם יושע וואלדמאן פאר די קאמפיין, עס האט אסאך ווידיא’ס, איך וועל פראבירן ארויפצולייגן.

איך קען זיך נישט אויס מיט ארויפלייגן ווידיא’ס, אויב קען מען עס נישט זעהן לאזט מיר וויסן.

איינער זאגט מיר אז ר' הערשל פעקטע האט שיינע קליפס
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: וויפיל עסקנים און קאסעב פאר 200 נפשות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

כבוד האט געשריבן:ר' הערשל און א גרופע וואוילטעטיגע עסקנים זענען צוזאמען עוסק אין אלע צרכי הקהילה ווי די ביהמ"ד, ת"ת, הוצאות החג, צרכי רפואה ועוד ועוד (למשל די פארלאפענע חתונה, נסיעה וגו').

ר' אברהם יושע וואלדמאן יו"ר מקוה רמ"א בויעט מקוואות שוין לאנגע יארן, ער האט שוין געבויעט בערך 40 מקוואות אין פארשידענע מקומות ווי עס האט זיך אויסגעפעלט. און יעצט האט ער גענומען אויף זיך די מקוה טהרה אין גוואטעמאלא.

ר' עקיבע'לע זאל זיין געזונט פארט כסדר אהין, ער ברענגט זיי עסן מלבושים, תשמישי קדושה ועוד.

אין יעדען אפטיילונג איז מען זוכה אין די צענליגער מצוות פון ואהבתם את הגר

אזוי ווי איך האב נור ר' הערשל'ס אדרעסס וועל איל שיקען מיין השתתפות צי אים
כאטש איך האב מער נוטה געווען צו די טעגליכע הוצאות (באנאנא'ס, פלייש, מלבושים, דירה געלט וכ')
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

כבוד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: וויפיל עסקנים און קאסעב פאר 200 נפשות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

קיקיון האט געשריבן:
כבוד האט געשריבן:ר' הערשל און א גרופע וואוילטעטיגע עסקנים זענען צוזאמען עוסק אין אלע צרכי הקהילה ווי די ביהמ"ד, ת"ת, הוצאות החג, צרכי רפואה ועוד ועוד (למשל די פארלאפענע חתונה, נסיעה וגו').

ר' אברהם יושע וואלדמאן יו"ר מקוה רמ"א בויעט מקוואות שוין לאנגע יארן, ער האט שוין געבויעט בערך 40 מקוואות אין פארשידענע מקומות ווי עס האט זיך אויסגעפעלט. און יעצט האט ער גענומען אויף זיך די מקוה טהרה אין גוואטעמאלא.

ר' עקיבע'לע זאל זיין געזונט פארט כסדר אהין, ער ברענגט זיי עסן מלבושים, תשמישי קדושה ועוד.

אין יעדען אפטיילונג איז מען זוכה אין די צענליגער מצוות פון ואהבתם את הגר

אזוי ווי איך האב נור ר' הערשל'ס אדרעסס וועל איל שיקען מיין השתתפות צי אים
כאטש איך האב מער נוטה געווען צו די טעגליכע הוצאות (באנאנא'ס, פלייש, מלבושים, דירה געלט וכ')

זאג פאר ר' הערשל דיין באגער און די געלט וועט אנקומען צום ריכטיגן צוועק. אלעס ארבייט אינאיינעם.
יטב לב
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:01 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יטב לב »

א זיסע אידל עקיבא איך קאן אים גיט מעיג ווען האבן א באזינדער אשכול פין זיינע מעשים טובים
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך זיץ שוין כ'ווייס נישט ווי לאנג און כ'קען זיך נישט אפרייסן

אוי בינעך מקנא די אידן. סיי די גרים און סיי די היזיגע וואס העלפן זיי

זיי האבן א געהעריגע מלמד?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

הענדימען האט געשריבן:איך זיץ שוין כ'ווייס נישט ווי לאנג און כ'קען זיך נישט אפרייסן

אוי בינעך מקנא די אידן. סיי די גרים און סיי די היזיגע וואס העלפן זיי

זיי האבן א געהעריגע מלמד?

זיי האבן פיר מלמדים, 3 מבני הקהילה, און ר' שאול בויער פאר די עלטערע קינדער.
די מלמדים קענען אידיש און ספאניש, אזוי אז די פרישע דור וועט שוין קענען א גוטן אידיש אי"ה.

די גרעסטע מעלה פון די ת"ת אז זיי האבן א חשובע מנהל רוחני פון נוא יארק, ה"ה הרב ר' אברהם דוב עהרענטאהל שליט"א לאנג יאריגע מנהל פון נייטרא ת"ת אין וויליאמסבורג, ער שטעלט אויס די סדרי הלימודים, און באגלייט די מלמדים און די תלמידים אז אלעס זאל זיך פירן עצהיו"ט.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

בודק ברענגט סטראבעריס פון גוואטאמאלא, אפשר א פרנסה געלעגנהייט פאר די די לאקאלע אידן/גרים..
D5CA696D-7A88-4C9F-B798-984178D20B69.jpeg
D5CA696D-7A88-4C9F-B798-984178D20B69.jpeg (173.56 KiB) געזען 1690 מאל
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

טשעירמאן האט געשריבן:אינטערוויו: א כולל בוקר איז געגרינדעט געווארן אין גוטאמאלא וואו די חשובע גרי הצדק זיצן און לערנען תורה, "יום כיפור זענען געווען דרייצן אידן און מען האט געדאווענט דרייצן שעה", איך האב היינט באקומען א גרויס פונעם כולל אז דער עולם זיצט און לערנט פלייסיג' אין צוויי וואכן ארום קומט ווידער פאהר א חתונה אין שטעטל, און די וואונדערליכע געשיכטע ווי אזוי דער חתן איז געווארן א גר צדק ד' חיי שרה פ״ב הרב עקיבא קליין
איינער ווייסט ווער עס זעננען די צוויי קהילות?

ביידע קהילות זענען יוצאים פון לב טהור. איינס איז די קהילה וואס מיר זענען דא דן, באזירט בעיקר אויף יוצאי על-סאלוואדאר.
און די אנדערע קהילה בהנהלת ר' משה אברהם סאנטוס געפינט זיך אין גוואטעמאלא סיטי, בעיקר פאר גוואטעמאלישע איינוואוינער.

אגב, קומט א פרישע חתונה די וואך אין קהילת אור חדש גוואטעמאלא, א חשובע גר וגיורת.

קומט א איידעלע באשיידענע חתונה.
לעצט פארראכטן דורך גוואטעמאלא אום מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

גוואטעמאלא האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:אינטערוויו: א כולל בוקר איז געגרינדעט געווארן אין גוטאמאלא וואו די חשובע גרי הצדק זיצן און לערנען תורה, "יום כיפור זענען געווען דרייצן אידן און מען האט געדאווענט דרייצן שעה", איך האב היינט באקומען א גרויס פונעם כולל אז דער עולם זיצט און לערנט פלייסיג' אין צוויי וואכן ארום קומט ווידער פאהר א חתונה אין שטעטל, און די וואונדערליכע געשיכטע ווי אזוי דער חתן איז געווארן א גר צדק ד' חיי שרה פ״ב הרב עקיבא קליין
איינער ווייסט ווער עס זעננען די צוויי קהילות?

ביידע קהילות זענען יוצאים פון לב טהור. איינס איז די קהילה וואס מיר זענען דא דן, באזירט בעיקר אויף יוצאי על-סארוואדאר.
און די אנדערע קהילה בהנהלת ר' משה אברהם סאנטוס געפינט זיך אין גוואטעמאלא סיטי, בעיקר פאר גוואטעמאלישע איינוואוינער.

אגב, קומט א פרישע חתונה די וואך אין קהילת אור חדש גוואטעמאלא, א חשובע גר וגיורת.

קומט א איידעלע באשיינדע חתונה.

ppl are going to this wadding also?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”