בעל מדרגה האט געשריבן:בסד האט געשריבן:בעל מדרגה האט געשריבן:האמיר היינט געטראפן ר’ אברהם יושע, זאגט ער מיר אז די מקווה ווי די גרים זענען געווען איז א שעה פון זייער קהילה, וועגן דעם בויעט מען זיי א אייגענע.
אינאיינוועגס האמיר שוין אפגעקויפט א זכות אין די מקווה, וואס דאס איז 3600 דאלער, און ער האט מיר זייער געבעטן אז אויב איך קען זאל איך בעטן נאך מענטשן צו געבן, אויב אזוי וויל איך יעצט אפעלירן צום ציבור, ווער עס האט א געפיל צו די מצוה פון ואהבתם את הגר, קען זיך פארבינדן מיט ר’ אברהם יושע פערזענטליך, אפצוגעבן די נדבה און קונה זיין א חלק אין די מקווה.
(פאר זיין נאמער קען מען קומען אין אישי)
האט מען נישט יעצט באנייט א נייע מקוה דארט ביי זיי?
ניין. מען האט אנגעהויבן גראבן.
לאמיר אייך קלאר מאכן @בעל מדריגה, ווייל איר האט לכאורה נישט פארשטאנען וואס ר' אברהם יושע האט אייך געזאגט.
מען האט יעצט געענדיגט בויען די מענער מקוה, בנדבת לבו פון ר' שלום חננאל מענדלאוויטש פון ב"פ, די מקוה געפינט זיך אינעם חצר פון די ביהמ"ד, און די מקוה האט מען יעצט באנייט, דארט האט מען גע'טובל'ט די גרים אין די מי גשמים וואסער.
די מקוה 'טהרה' הייבט מען יעצט אן צו בויען, עס געפינט זיך עטליכע מינוט ארויס פונעם שוהל, מען האט יעצט אנגעהויבן גראבן, און די דאזיגע מקוה האט ר' אברהם יושע וואלדמאן יו"ר מקוה רמ"א זיך אינטערגענומען אהערצושטעלן.