וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

עס איז נישט קיין סוד אז די יאר תשפ"א איז געווען גאר א שווערע היסטארישע יאר ביי כלל ישראל אנגעפאנגן ביים אסון מירון דערנאך אסון קרלין און ווייטער ביי סורפסייד טראגעדיע,
יעדער בעל דרשן האט אונז פראבירט צו מחזק זיין אין די שווערע מינוטן 'על מה עשה ה' ככה' יעדער איינער מיט זיין געדאנק ארויסברענגענדיג וואס מ'קען מתקן זיין יעדער ביי זיך וכו', און טאקע א דאנק פאר די אלע דרשנים וואס זענען געווען כמים קרים על נפש עיפה.

שטעלט זיך די האר-אויפשטעלענדיגע שאלה:
דעם פארגאנגעם פרייטאג פארטאגס איז געשען א מורא'דיג נס גלוי, ווען 40 – 50 היימישע חסידישע מיידלעך זענען געשלאפן אין א קעמפ (יא 'געשלאפן טיף' נאך א גאנצע נאכט זיין אויף...) און ס'האט אויסגעבראכן א פייער וואס האט פארניכטעט די 'גאנצע' באנק-הויז מרישא ועד גמירא, אלעס איז פארברענט געווארן, נישט געבליבן קיין איין גאנצע חפץ אינעם בנין, און ב"ה 'אלע' מיידלעך זענען ארויסגעראטעוועט געווארן מיטן לעבן, און קיינער רעדט נישט דערפון, קיינער דאנקט נישט דעם אייבערשטען פאר'ן אנבעליוועבל חסד??? מיידלעך האבן שוין נישט געקענט אראפגיין אויף די ערד ווייל די ערד האט שוין געברענט, מ'האט געמוזט שפרינגען פון איין בעט צום צווייטן, און מ'הערט נישט קיין דרשות פון הכרת הטוב פארן הייליגן בורא כל עולמים?!?!?!? קוים איין מעלדונג פון קול מבשר, וגמרנו. נישט קיין אשכולת אויף אייוועלט, נישט אין די 'טעגליכע קורצע נייעס', נישט אין 'נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש' נישט אין 'אינטערעסאנטע פיקטשערס', נישט אין 'אינטערעסאנטע קליפס', וכו' וכו'.

צו דען נאר ווען 45 אידן זענען אומגעקומען אין מירון ווערט יעדער אויפגעשאקלט און מ'הערט נישט אויף צו רעדן דערפון, און מ'דארף מען זיך מחזק זיין און זאגן 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד' זיכער איז אלעס גוטס?!?!?

נאר ווען עטליכע אידן זענען אומגעקומען אין קרלין טרייסט מען זיך אז 'אלעס קומט פון באשעפער'?!?!?

נאר ביי סורפסייד פוינט מען ווייטער צום אייבערשטען און מ'טרייסט זיך אז זיכער איז עס לטובה?!?!?

נאר ווען אידן ליגן חרוב קראנק אין בעט פון קורונה און מ'קומט אהיים ב"ה, נאר דעמאלץ דארף מען טאנצען 'כי טוב ה'?!?!?

און ווען מ'זעהט די טובה פאר די אויגן, א נס גלוי, 40 מיידלעך זענען ממש געראטעוועט געווארן פון א ברענעדיגע פייער, דעמאלטס פאלט קיינעם נישט איין אויסצושרייען 'כי טוב ה'?!?!?!? קיינער רעדט נישט, קיינער זאגט נישט, קיינער דאנקט נישט.

שטעלט ענק פאר ח"ו ח"ו ח"ו עפעס געשעט יא, ח"ו איינער ווערט פארברענט ל"ע, וואלט שוין איינמאל געווען דרשות, ארטיקלן, אייוועלט אשכולות, בילדער, קליפס וכו' וכו' וכו' – מ'וואלט עס שוין צוגעלייגט צום תשפ"א טראגעדיע יאר. איז ווייל ב"ה ס'גארנישט געשען דארף מען נישט דאנקען דעם אייבערשטן דערפאר?

נאר טראגעדיעס ווערן געשענישן פונעם יאר, חסדים מגולים דארף נישט זיין 'די געשעעניש פונעם יאר'???

עס איז באוואוסט די באקאנטע משל פון דער גביר וואס איז געווען אויף א הויכע שטאק און האט געוואלט מענטשן זאל ארויפקוקן אויף אים, האט ער אראפגעווארפן געלט און קיינער האט נישט ארויפגעקוקט, האט ער אראפגעווארפן נאך מער געלט, אבער יעדער האט עס אויפגעהאבן פון די פלאר און זיך בכלל נישט געקומערט ארויפצוקוקן, ביז ער האט אנגעהויבן אראפצוווארפן שטיינער, אהה פלוצלינג האט יעדער שנעל ארויפגעקוקט זעהן ווער געפונט זיך דארף אויבן...

איך האב אמאל געהערט א שרעקעדיגע געדאנק, אז קליינע קינדער (און ליידער אויך גרויסע טאטעס) ווייסן נאר אז די אייבערשטער איז ח"ו א (שלעכטע) באשעפער, ווייל נאר ווען עס געשעט א שלעכטע צרה זאגט מען פאר'ן קינד 'אלעס איז פון אייבערשטען און וואס די אייבערשטע טוט איז גוט' אבער ווען אלעס גייט גוט זאגט מען נישט פארן קינד וויפיל חסדים ווערט געטון טאג טעגליך (מינוט מינוטלעך) מיט יעדן מענטש.

ע"כ מיין איך אז יעדער זאל זיך פארשטעלן כאילו ח"ו עס וואלט זיך יא גע'ענדיגט פאטאל, ווי אזוי מען וואלט דעמאלץ רעאגירט, און דערנאך אויסשרייען (עס קען זיין שטיל אין הארץ) ישר כח הייליגע באשעפער פאר די חסדים וואס די האסט געטון, ועל כל החסד אשר אתה עתיד לעשות.

נ.ב. איך האב בכלל נישט קיין שייכות מיט דעם קהלה, נאר איך מיין אז ס'איז וויכטיג געווען ארויסצוברענגן די נקודה.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שוואגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

א גרויסע דאנק פאר דער גאר וויכטיגער אשכול.

איך האב נישט געהערט פון דער נייעס ביז יעצט, שרייב ביטע אראפ אלע דעטאלן.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: וואס איז פשט פון דעם שוואגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

קום אריין מיט דעטאלן.
מאך א ברעיקינג אינעם קעפל.
ברענג א אינטערוויא פון איינעם לייוו.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שוואגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קודם פאררעכט דעם קעפל. אנשטאט "שוואגעניש" שרייב "שווייגעניש".
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שוואגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

יאפ! גערעכט איז גערעכט!!

ואגב: אפשר קומט איר אריין מיט מער דעטאלן איבערן אינצידענט?!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

רבי איתמר, זייער א שיינע מהלך ארויסצוברענגן דעם אייבערשטענס גוטס. אבער איך אין אייער פלאץ וואלט נישט אזויפיל אראפגעריסן די וואס טוען נישט, נאר איידער מעורר געווען אז מ'דארף טון.

בכל אופן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, הגם איך האב ביז די מינוט נישט געוואוסט פון אזא מעשה, און אפילו איצט ווייס איך נישט מער פרטים ווי דאס וואס דו שרייבסט אינעם אשכול. דאך וועל איך אויסשרייען א דאנק צום באשעפער פאר די אפענע חסדים וואס ער טוט מיט אונז זיינע קינדערליך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: וואס איז פשט פון דעם שוואגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כ'האב געהערט דערפון, אבער נישט אז עס איז געווען אזוי סכנה'דיג (טאקע דער נושא האשכול)

איך דאנק דיר הייליגער באשעפער אז די מעשה ווערט צוגעלייגט צו די "אפענע חסדים פון תשפ"א" ליסט און נישט חלילה די פארקערטע.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דא האט איר א קליפ ווי דער בנין גייט ארויף אין פלאמען
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Z ... T0Ldd0Fn9q
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

טאקע דאס אז רוב עולם האט נישט געהערט דערפון באשטעטיגט ר' איתמר' פונקט אז ליידער באריכטעט מען נאר שטארק נייעס ווען עס איז נעגאטיוו אבער ווען עס איז פאזעטיוו הערט מען כמעט נישט דערפון.
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

בנוגע די פרטים איז נישטא צופיל מער פון דעם (ב"ה), אין קעמפ נעלה (באבוב 45) איז דעם פרייטאג פארטאגס אויסגעבראכן א פייער אין איינע פון די באנק-הייזער ווי 40-50 מיידלעך זענען טיף געשלאפן, און ב"ה אלע זענען ארויס מיט'ן לעבן (קול מבשר האט עס געמאלדן פרייטאג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי צוריקצוגיין צו פרייטאג צופרי נייעס)
און איך האב נישט קיין קליפס און פיקטשערס דערפון (ב"ה איך האב נישט קיין סמארטפאון) איז אדרבה ווער עס האט זאל עס מפרסם זיין (אלס דאנקן דעם באשעפער פאר די חסדים)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

טאקע נישט געהערט ערגעץ, מען דארף דאנקען דעם בורא עולם פארן גרויסן נס,
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

וויאזוי האבען זיך די מיידלעך אויפגעוועקט?

וויאזוי האט זיך די פייער אנגעהויבען?
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

סאכדעס האט געשריבן:רבי איתמר, זייער א שיינע מהלך ארויסצוברענגן דעם אייבערשטענס גוטס. אבער איך אין אייער פלאץ וואלט נישט אזויפיל אראפגעריסן די וואס טוען נישט, נאר איידער מעורר געווען אז מ'דארף טון.

בכל אופן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, הגם איך האב ביז די מינוט נישט געוואוסט פון אזא מעשה, און אפילו איצט ווייס איך נישט מער פרטים ווי דאס וואס דו שרייבסט אינעם אשכול. דאך וועל איך אויסשרייען א דאנק צום באשעפער פאר די אפענע חסדים וואס ער טוט מיט אונז זיינע קינדערליך.

ח"ו ח"ו איך האב קיינעם נישט אראפגעריסן, נאר איך ווארט שוין 3 טעג צו הערן עפעס דערפון, זעהן עפעס בילדער, און ממש קיינער ווייסט אפילו נישט דערפון. האב איך מיך דערמאנט פון דעם משל מיט'ן גביר וואס האט אראפגעווארפן די געלט/שטיינער, האב איך נישט געוואלט די באשעפער זאל ווארפן נאך שטיינער (שוין גענוג געווען...) האב איך עס אזוי ארויסגעברענגט. ואתכם הסליחה
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

viewtopic.php?f=6&t=38043&start=1050
קלארע באריכטן פון דא אויפן וועלטל
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איתמר האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:רבי איתמר, זייער א שיינע מהלך ארויסצוברענגן דעם אייבערשטענס גוטס. אבער איך אין אייער פלאץ וואלט נישט אזויפיל אראפגעריסן די וואס טוען נישט, נאר איידער מעורר געווען אז מ'דארף טון.

בכל אופן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, הגם איך האב ביז די מינוט נישט געוואוסט פון אזא מעשה, און אפילו איצט ווייס איך נישט מער פרטים ווי דאס וואס דו שרייבסט אינעם אשכול. דאך וועל איך אויסשרייען א דאנק צום באשעפער פאר די אפענע חסדים וואס ער טוט מיט אונז זיינע קינדערליך.

ח"ו ח"ו איך האב קיינעם נישט אראפגעריסן, נאר איך ווארט שוין 3 טעג צו הערן עפעס דערפון, זעהן עפעס בילדער, און ממש קיינער ווייסט אפילו נישט דערפון. האב איך מיך דערמאנט פון דעם משל מיט'ן גביר וואס האט אראפגעווארפן די געלט/שטיינער, האב איך נישט געוואלט די באשעפער זאל ווארפן נאך שטיינער (שוין גענוג געווען...) האב איך עס אזוי ארויסגעברענגט. ואתכם הסליחה

הסליחה נתקבלה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס איז פשט פון דעם קעפל??? אידישע קינדער דארפן נישט ווערן פארגעווארפן
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

ליבי ובשרי האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=38043&start=1050
קלארע באריכטן פון דא אויפן וועלטל

אה! איך בעט אייך אלע איבער פאר'ן שרייבן אז עס איז נישט געמאלדן געווארן דא אינעם וועלטל!
אבער עס איז זייער שנעל נעלם געווארן, אן ארויסברענגן דעם נקודה אז מען דארף אריינטראכטן אין די חסדים פונעם אייבערשטען אויך ווען ס'גייט יא גוט!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם קעפל??? אידישע קינדער דארפן נישט ווערן פארגעווארפן

קום אריין מיט א גוטן קעפל, און פאריכט עס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א פרישער קעפל וועט נישט אפשפיגלען דער אינהאלט פונעם תוכן האשכול, וואס איז כל כולו בדרך פארווארף.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

קענסט טוישן קעפל צו: אידן לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן, צענדליגער אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בדרך נס.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

איך פארשטיי נישט די טענות אויפן פותח האשכול. ווייזט אויס אז נישט אלעס ברויך מען פארשטיין.
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

פאר די אלע טוענים: לכאורה ווען דער קעפל וואלט ווען ח"ו געווען 'אסון קעמפ נעלה - 40 מיידלעך אומגעקומען רח"ל' וואלט איר שוין זייער קלאר אלעס פארשטאנען...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

זייער א גוטער קעפל און זייער גוט אויפגעפראסקעט!
יישר כח פאר די ריכטיגע אויפקלערונג!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

אולי, די נייעס באריכטער מוטשען זיך ארויסצוזאגן א געוויסע ווארט
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: די ציל פון אונזער וועלטל!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הגם ס'קומט נישט אריין דוקא אין דעם אשכול, אבער היות שאינה אלוקים לידי, וועל איך אייך מסביר זיין וואס פאר א פראבלעם מיין קאלעגע 'לכאורה' און איך האבן מיט דעם אשכול.

אייוועלט (היימישע קרעטשמע במקור) האט זיך געפענט צו זיין א שיף אינעם ברויזענדען אינטערנעט פאר אידן וואס זוכן און ווילן קענען פארברענגן אויף א כשר'ע וועג און נישט דארפן אנקומען צו די אלע פראבלעמען וואס די אינטערנעט ברענגט מיט זיך.
לאור די סיבה איז אונזער ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן.
און ווי אויך איז אונזער ערשטע תקנה: בשום פנים ואופן, נישט שרייבן עפעס וואס קען באיזה אופן בשוגג או במזיד, במישרין או בעיקיפין מצער זיין סיי וועמען.
מיר ווילן אויך מדגיש זיין: 'היימישע קרעטשמע' איז נישט געגרינדעט אויסצודרוקן קולי מחאות אויף סיי וואספארא עוולה קעגן אידישקייט.
און דאס איז טאקע געווען די אנהויב פון אונזער וועלטל, געשמאקע ארטיקלן איבער כל מיני אידישע טעמעס.

איצט, דאס וועלטל ווערט פארגרעסערט, און כדי אידן זאלן קענען זיצן טאקע נאר דא, האט זיך געפענט א גאנצע מערכת פון נייעס, על הצדיקים, איש את רעהו יעזורו און אלעס צו ערגענצן אונזער ציל.
מיר זענען נישט דא קעיר צו נעמען פון קיין שום עוולות וואס גייט פאר ביים כלל ישראל, און מיר זענען נישט דא אויפצוקלערן קיין שום איד אויף קיין שום פירצה אסון וכדו'.
פארשטייט זיך אז ווען ס'איז דא נישט גוטע נייעס, ווערט עס דא געברענגט. און ווען ס'דא גוטע נייעס ווערט עס דא געברענגט.

מיר האלטן נישט אויף קיין באצאלטע מענטשן אז זיי זאלן ברענגן די אדער אנדערע סארט נייעס, און אדער שטופן אדער אראפברענגן אגענדעס. יעדער איז בארעכטיגט צו שרייבן איבער סיי וואס פאר א טעמע, ביז ווילאנג עס גייט נישט אוועק פונ'ם ציל פון ארויפברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן.

איצט האט פאסירט א מורא'דיגע נס מן השמים, (נאך אזעלכע שווערע צוויי יאר, און נאך אזויפיל אסונות פון כלל ישראל) וואס וואלט אוודאי געפאסט אז אייוועלט זאל רוישן דערמיט. למעשה איז עפעס קיינעם נישט בייגעפאלן דאס צו טון? איי פארוואס? אויף דעם האבן שוין אונזערע עלטער זיידעס געזאגט: וואן עיט האנדערט הו קעירס?!

איצט איז געקומען הרב איתמר, און ער פלאקערט, היתכן, מ'רעדט פון אסונות און מ'רעדט נישט פון די גוטס פון באשעפער. איר זענט גערעכט, גייט אריין אין אייער שול, און קלאפט אויס ברשות הגבאים נאך יעדע מנין, און מאכט א מחאה.
דא שרייבן א גאנצע מאמר מיט קריטיק אויף די מענטשן דא, און אויף כלליות כלל ישראל און ווער רעדט נאך מרמז געווען די עוולה פון די רבנים דרשנים, היתכן.

הרב איתמר, דא איז נישט דאס פלאץ פאר דעם. ווען עס וואלט למעשה נישט געווען אזא נס בתוך הדברים, וואלט שוין דער אשכול פארמעקט געווארן מיט אלע אנדערע מחאות וואס זענען אנטרינען געווארן פון אונזער וועלטל. וואס קענען מיר טון, אז למעשה איז דא א שטארקע פאזיטיווע מעסעדזש אין אייערע ווערטער, און מיר ווילן נישט אוועקנעמען די נייעס און די דאנק פאר'ן באשעפער וואס קומט ארויס פון דעם.
אבער באמת, ניין, מיר גלייכן נישט אזא נעגאטיווע פאזיטיוועטי. הלוואי וואלסטו געשריבן א לעכטיגע תגובה איבער די ניסים און נישט ארויסגעברענגט די עוולה פון די אלע וואס האבן נישט געטון וואס דו האלטסט אז מ'וואלט געדארפט טון.

איך האף אז ענק האבן פארשטאנען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”