blue moon האט געשריבן:נאך א קליינע נקודה בנוגע די נעמען צומישעניש.
מוסדות בני יואל איז געגרינדעט געווארן אלס בית חינוך בשנת תשמ"ט
קהל יטב לב-בני יואל איז די קהילה בית החיים איידענטיטעט משנות נ"ב-נ"ד
קהל חרדים איז א צענטעריסטישע ביהמי"ד. געגרינדעט ימים נוראים נ"ה, נסגר לשנה ומחצה משום סעפטי\פלעננינג באורד עד פסח תשנ"ו.
קהל בני יואל איז די איידענטעטי פאר די בוטשער, מקוה טהרה און מצה בעקעריי. געגרינדעט סוף שנות נו"ן יארן.
הגרש"ם וואלדמאן איז געווען דער לאקאלער דומ"ץ ומורה הוראה פאר די אלע דערמאנטע אינסטיטוציעס.
די לעצטע נקודה איז נישט ריכטיג, געגעבן א השגחה אויף די
טשיקן פלייש און אויף די מקוה
(ער האט נישט געגבן אויף בהמה וויבאלד ער האט געזאגט אז ער קען נישט נעמען קיין אחרית אויף א זאך וואס ער קען נישט נעמען אויף זיך אינגאנצן, און די בהמה פלייש איז זייער א גרויסע אונטערנעמונג)
די מצה בעקריי אין אויף די בהמה פלייש גיבט הרה"ג ירמי בראווער די השגחה
אין אז מען רעד שוין הוראה האט ער נאר געגעבן פאר א אזא איינער וואס איז זיך געקומען פארהערן ביי אים גאנץ או"ח אין יו"ד נישט סתם צו נעמען ביי אים שימוש ע"כ איז ממש נישט דא קיין דיין וואס האט זיך געלערנט ביי אים.