אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

איך וואוין אין מאנסי, איך בין צופרידן פון די עסקנים און זייער ארבעט,
17
13%
איך וואוין אין מאנסי, איך איך בין נישט צופרידן פון די עסקנים און זייער ארבעט,
46
35%
איך וואוין אין מאנסי, און איך האב נישט קיין מיינונג,
7
5%
איך וואוין נישט אין מאנסי, איך האלט אז די טענות וואס געוויסע מאנסי איינוואוינער האבן איז גערעכט,
21
16%
איך וואוין נישט אין מאנסי, איך האלט אז די טענות וואס געוויסע מאנסי איינוואוינער האבן איז סתם נעגעטיוויטי,
20
15%
איך וואוין נישט אין מאנסי, איך האלט אז איינער וואס וואוינט נישט אין מאנסי קען נישט האבן א מיינונג,
22
17%
 
סך הכל שטימען: 133

אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

קומט אריין שטימען!
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך פארשטיי נישט די ציל פון די אנקעטע, נעכטען איז פארגעקומען וואלן און דער עולם האט זיך פיין געלאזט הערן, עס איז נישט געוועהן קיין איינער וואס האט זיך אנגענומען פאר די אזויגערופענע עסקנים/דיוועלעפערס.

And the results speak for itself
בילד
machal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

פומפדותא האט געשריבן:

און א פאר חדשים ארום גייט פארקומען וואלן אין רעמעפאו און אויב מען גייט נישט נעמען א לעקציע פון די היינטיגע וואלן, גייען די וואלן פאר רעמעפאו סופערווייזער זיין א איבערשפיל פון היינט נאכט.

די טענות און די ווייטאג פונעם ציבור דארף צוטיילט ווערן און צוויי חלקים. 1) די וואל קאמפיין. 2) די טאג טעגליכע ווירטשאפט.

1) די וואל קאמפיין:
A) דאס ארום גיין און פארקויפן שקרים וכזבים צו געוואונען אן עלעקשאן דארף זאפארט קומען צו א ענדע, עס עקלט שוין.
B) מוציא שפתיך תשמור, וואס מען האט צוגעזאגט ביים קאמפיין דארף מען איינהאלטן.

2) די טאג טעגליכע ווירטשאפט.
עס איז נישט קיין סוד אז עס ווערן געפאסט באשלוסן וואס זענען לטובת געוויסע יחידים און א שטער פאר א גרויסן חלק פון ציבור, עס זייער דורכזיכטיג וואס עס גייט אלס פאר .

נאכן זען וואס ווייטאגט די מאנסי איינוואוינער זעט מען אז עס איז סתם נעגאטיוועטי
חוץ אויב די וועסט שרייבן וועלכע זאכען מען טיט דארט וואס איז א שטער פאר די ציבור
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

machal האט געשריבן:

אז די ווילסט מען זאל דיר מסביר זיין, וועל איך פראבירען.

קודם לאמיר פארציילן א מעשה, וואס אויף דעם הענגט די יעצטיגע וואלן, ס׳איז געווען אין ספרינג וועלי א טראסטי, דער טראסטי איז געווען א איד וואס האט געהאלפען יעדעם איינעם, סיי ווער וואס האט געהאט א פראבלעם, האט ער געהאט אן אוזן קושובת, און פראבירט צו העלפען. והוא היום, און א יחיד האט פאר פרעזנליכע סיבות מחליט געווען אז דער טאר נישט זיין מער קיין טרסטי, אנשטאט דעם, זאל מען וועלן פאר זיין קאנדידאט. דער יחיד, איז געגאנגען און געשטעלט זיין קאנדידאט און ס׳איז עם געלונגען, זיין קאנדידאט איז אריין, און די ערשטע איז ארויס. נאך די וואלן איז די צווייטע געווען א חרש, נישט געהערט קיינעמ׳ס פראבלעמען נישט געהאלפען קיינער חוץ דעם יחיד וואס האט עם אריינגעשטעלט. פארשטייסט פארוואס מען איז אנגעווייטאגעט אויף די צווייטע עסקן? פארשטייסט פארוואס מען איז אנגעווייטיגאט אויף דער יחיד וואס האט עם אריינגעשטעלט?

בדרך כלל וואס די עולם איז אנגעווייטאגעט, איז אז מען בויעט בלי חשבון, די דעוולעפערס באקומען וואס אימער זיי ווילן, און די איינוואוינער פון שטאט באקומען נישט גארנישט, די גאסן ווערן נישט איבערגעמאכט, די טרעפיק ווערט ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, און די שטייער שפרינגט ווי משוגע. קריסטאפער סעינט לאורענס איז אריינגעקומען דורך די היימישע עולם, ער האט אריינגעברענגט מיט זיך א צייט פון קאראפציע און הויעכע שטייער, ווער האט הנאה געהאט דערפון? די דעוועלפערס. וועם האט דאס געשאדט? די המון עם, זייער שטייער איז געשפרינגען, און די געזעצען וואס זענען געמאכט געווארען צו באשיצן די פשטוע איינוואוינער פון די שטאט איז איגנארירט געווארען. דאס איז בלויז א טייל פון די אנגעווייטאגקייט.

יעצט פארשטייט מען שוין די ווייטאג פון די טאג פון די וואלן ווען מען קאמפיינט מיט שקרים, מען שפייעט אויף אונז, און מען זאגט אז עס רעגענט! איז דאן דא א גרעסערע באליידגונג פון דעם? מען זאגט אונז אין פנים אריין, עטץ זענטס שוטים! עטץ זענטס אונזער שפילצייג! איז דאס נישט קיין סיבה צו ווערן אנגעווייטאגעט?

נ.ב. איך האב אויף דעם אנקעטע נישט געשטימט, ווייל עס לייגט אלע עסקנים אין איין שיסל, עפעס וואס איך בין נישט מסכים מיט, עס זענען דא עסקנים, וואס זענען דא פאר׳ן ציבור, וואס פון זייער ארבייט בין איך שטארק צופרידן, און עס זענען דא עסקנים, וואס זענען דא פאר יחידים, און פון זיי האב איך שטארק נישט הנאה.
machal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

בבקשה האט געשריבן:

זאט ווען דארף יעדער איינער אנקימען צי א טראסטי ?
געווענליך די וואס דארפן טובות זענען יחידים ווי למשל דוועלאפערס סא סך הכל נעמסטו דיך אן פאר א יחוד קעגען א יחיד נישט באוועלט א ציבור.

וואס מיינט בלי חשבון ? מער ווי איין מענטש אויף א עיקער? און אדרבה ביי די קאמפעינס זאגט מען קלאר אז די עסקנים אלעדיגען אז מען זאל קענען בויען אסאך ווייל דעס וויל די ציבור און מען רעכענט זיך נישט מט דיר יחוד.

וואס האסטו געוואלט מען זאל געבען אפשר דארפסטו א טוזענטער א וואך?

וועלכע יחוד האט הנאה אז די שטייער שפרינגט?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

machal האט געשריבן:זאט ווען דארף יעדער איינער אנקימען צי א טראסטי ?
געווענליך די וואס דארפן טובות זענען יחידים ווי למשל דוועלאפערס סא סך הכל נעמסטו דיך אן פאר א יחוד קעגען א יחיד נישט באוועלט א ציבור.

אפילו פשוטע מענטשען קענען דארפן צוקומען צו טובות פון די שטאט, אפשר נישט אזויפיל וויפיל א דעוועלפער, אבער אמאל אמאל דארף מען יא צוקומען צו טובות פון די ווילעדזש. און אז מען רעדט פון אסאך מענטשען, קומט דאס אפט אויס אז מען זאל דארפן א טובה פון די ווילעדזש. און אז מען הערט אין ביהמ״ד אז א חבר האט באקומען הילף פון איין טראסטי, און פון די צווייטע חבר הערט מען אז א צווייטע טראסטי העלפט נישט גארנישט, דאס מאכט אנגעווייטאגעט, וויבאלד א פראבלעם קען זיך מאכן ביי יעדעם

וואס מיינט בלי חשבון ? מער ווי איין מענטש אויף א עיקער? און אדרבה ביי די קאמפעינס זאגט מען קלאר אז די עסקנים אלעדיגען אז מען זאל קענען בויען אסאך ווייל דעס וויל די ציבור און מען רעכענט זיך נישט מט דיר יחוד.

אויב די מיינסט אז די פראבלעם איז אז מען בויעט מער פון איין הויז אן עיקער, דאן האסטו נישט קיין השגה וואס טוהט זיך אין מאנסי. בויען מיט א חשבון איז א זאך וואס רוב עולם שטיצט

וואס האסטו געוואלט מען זאל געבען אפשר דארפסטו א טוזענטער א וואך?

גאסן וואס זענען נישט צוהאקט

וועלכע יחוד האט הנאה אז די שטייער שפרינגט?
דאס אז מען האט געשטיצט סט. לאורענס אפילו נאך דעם וואס מען האט געוויסט אז דער העכערט שטייער מיט 10-15% יאר יערליך, פשוט וויבאלד ער איז געווען קאררעפט. דאס איז די פראבלעם.

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איך וואוין נישט אין מאנסי, און איך האב בכלל נישט געוואוסט אז ס'איז דא א גרויסע עולם וואס איז אנגעווייטאגט דארט.

אבער אלס א אוטסיידער קוקט מיר אויס ווי די אלע טענות דא זענען היבש געקראכן אויף גראדע ווענט, און סתם ארויסגעקוועטשט פון אינטער די ערד עפעס קריטיק.

ווי ס'קוקט אויס וועל איך שטימען פאר אפשען 5#.

איז דא איינער וואס קען ארויסשטעלן מער זאכליכע טענות?
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

דיסקלעימער: די קעפל פון די אשכול דארף מען ליינען אזוי:

וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואס מאכן משוגע ביי די וואלן, און זענען נאר דא פאר די דעוועלעפערס,

ווייל עס איז דא עסקנים וואס זענען טאקע דא פאר'ן ציבור און מען קען נישט לייגן אלע עסקנים אין איין שיסל.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

געשטומט נומער 2
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:געשטומט נומער 2

קום אריין מיט א הסבר, וואס פעלט פאר וויאזוי סאיז יעצט און וואס וואלסטו געוואלט זען געטוישט?
גוטער איד
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 03, 2017 12:50 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטער איד »

אלס אן אלטע מאנסי איינוואונער האב איך מיקסד פילינגס בנוגע די גאנצע עסקניס ביזנעס. פון איין זייט איז קלאר אז עס זענען דא פאליטישענס אזויווי דעי און פרעזערוו רעמעפא וואס האבן אונז פיינט. פון די אנדערע זייט איז דא פאליטישענס וואס מיינען די טובה פון די היימישע ציבור, נאר זייער פרייאריטיז זענען נישט שווה בשווה מיט רוב אלגעמיינע מענטשן דא.

לאמיר עס צונעמען, ווען מען זאגט דעוועלאפערס טראכט מען פון די וואס בויען די ריזיגע פראדזעקטס. די וואס וואונען אין מאנסי ווייסן פון וועם מען רעדט אהן פורש בשמם זיין. און זיי זענען טאקע וואס שטייען אונטער די היימישע עסקנים, ווייל זייער ביזנעס דארף זיי די וויכטיגסטע.

פון די אנדערע זייט, איז אבער דא אסאך קליינע בילדערס וואס בויען פאר פריוואטע בעלי בתים, א שטייגער ווי רוב הייזער וואס ווערן געבויט אהן קיין חשבון. פון מיין קוק ווינקל איז דעס אסאך מער פראסטרעטינג ווי די גרויסע דעוועלאפמענטס. ווען מען וואלט געלאזט Blauvelt, Francis, Herric, Decateur, North Cole Twin, Collins , און אלע מאנסי גאסן אזווי אמאל און נאר מאכן די גרויסע פרישע דעוועלאפמענטס וואלטן מיר סאך בעסער אויסגעזען. אבער פון די אלע בויערייען האבן די דעוועלאפערס נישט הנאה, די בעלי בתים פון די הייזער, די קליינע בילדער, די אלע סופלייערס און זייער ארבייטערס, די אלע סאבס און זייער ארבייטערס, די גאנצע מאנסי עקאנאמי האט הנאה דערפון. אבער גלייכצייטיג ליידט איעדער איינער דערפון. מען האט צוגרינד געלייגט אונזער שטאט, די גאסען זענען א שרעק, טרעפיק איז טעריבל... אבער ווען די נעקסטע בעל בית גייט ווילן ארויסבויען גייט ער ווייטער בויען די מעקס.
איך זאג נישט אז די גרויסע דעוועלאפמענטס מאכן נישט קיין טרעפיק אבער סאך מער און נאכדערצו די מעס אויף די קליינע גאסן איז פון פריוואטע הייזער.

סאו ווען די עסקנים זאגן אז דאס איז וואס דער עולם וויל, מיינען זיי טאקע אזוי, ווייל די אלע ב"ב קומען צו זיי פאר הילף צו מעקסימייזען זייער בויען. די זעלבע צייט אבער אדרעסט מען נישט די נאכווייען פון די אווער דעוועלאפמענטס און די זעלבע ב"ב ווערן פראסטרעטעד פארוואס מען טוט גארנישט.

נאכדעים קומט עלעקשען נאך עלעקשען, און קיינער זוכט נישט אז עס זאל אריינקומען פאליטישענס וואס גייען בודק זיין זיין ציצית, און קיין אינביטווין איז נישט דא, דארף ער ווייטער וועלן פאר די היימישע עסקנים, און די שטאט ווערט מער דעוועלאפט און דער עולם מער אפסעט וחוזר חלילה...

אין א פערפעקט וועלט, וואלט געווען א וועד פון יחידים וואס וואלטן געארבעט מיט די עסקנים, אין אויסגעארבעט א מהלך פון א ליסט אף פרייאריטיס אויף וואס מען זאל ארבייטען, לטובת היחיד און לטובת הכלל, כדי דער עולם זאל האבן א ווארט מיט די עסקנים נישט נאר דורך זייער דעוועלאפער בעיס נאר סתם עמך אידען. איך וואלט ענדערש געקענט ביישטיין אז מען זאל קומען צו מיר נאך געלט פאר א פאליטישע קאמפיין און וויסן אז די עסקן איז סאפארטעד ביי עמך אידען ווי קיינמאל נישט דארפן געבען א פעני אבער פילן אז מיר האבן נישט קיין ווארט.

וואס איך וואלט צוגעלייגט איז, ווען די דעוועלאפערס וואלטן געהאט אביסל שכל און זיך געקימערט מיטן עולם וואלט געווען סאך ווייניגער קריטיק אויף זיי. ווען זיי מאכן א סערוויס לעין אויף 306 פאר די סקוהל באסעס אדער ביי רידז וכדומה וואלט אסאך בעסער געווען פאר זיי...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אמת אמת אמת האט געשריבן:לכבוד אלע געטרייע ברודערס פונדערוויטענס, וואס "בליקן" דא אריין, און האבן א "פחז כמים"דיגע 'אויבערפלעכליכע' דיעה-שיטה-הערה-קריטיק, הע"י.

אחדשה"ט
די 'ערד-ציטערניש אין 'ספרינג וואלי' נעכטן איז נישט אקעגן געטרייע עסקנים און רבנים ח"ו אדער אקעגן אידן וואס זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה אין די פארעם פון בויען הייזער אז אידישע קינדער זאלן האבן א דאך אויפן קאפ, ווי מאנכע רופן 'בילדערס' דעוועלאפערס' ---- ניין ניין!!!!!

דאס איז געווען א וויי געשריי אקעגן בלויז פאר די 'איין' יחיד המשתלט על הציבור וואס """לאזט נייישששטטט""" אידן בויען קיין הייזער - ער רופט פערזענליך די - זאנינג באורד מעמבערס צו צושטערן בויען אידישע דעוועלפמענטס!!!!! ער זאגט "אני ואפסי עוד" איך מעג - איך און מיינע קליקעס, אבער אלע אנדער, יחידים און דעוואלפערס צוגלייך מאכט ער ענג!!!
דאס איז געווען א וויי געשריי פון מוסדות התורה וואס האבן געשריגן: עד כאן!!!! מיר גייען נישט אויסטיילן צעטלעך צו שטימן פאר די קליקע וואס האלט אפ!! די וואוקס און בויע פון מוסדות התורה!! בתי מדרשים!! און מדערשטיקט זייער קול בתחבולות שונות ואכמ"ל!!

דאס איז ליידער 'אידישע פרעזערוו ראמאפאו' אנגעטון מיטן גאנצן אידישע טראגע- פארשטעלט!

אדרבה פרעגט אייך נאך ביי אייער ידידים אין ספרינג וואלי, פאר איר לייגט ארויס א נאסע ליילעך אויף די 'ערליכע אידן אין מאנסי' - נאכן בלויז געבן א בליק!?!

מאנסי האט 3 ריזיגע דעוועלאפערס און איר רעדט פון איינער פון זיי וועלכע האט געהאט א אפענע טיר ביי איינער (אדער צוויי) פון די ווילידזש איינגעשטעלטע (נישט גראס, נישט פישער) און ער האט געטון כל מה ליבו חפץ און ציקוועטשט יעדעם אנדערש.. אקעי

סאו דא איז פארגעקומען א ויצעקו פון די "אנדערע" דעוועלאפערס און געוויסע פון די מוסדות התורה

יעצט אלץ א יחיד לאמיר קלארשטעלן אז איך בין נישט קיינעמס פאנדל.. איך האב נאך אישוס חוץ די בויעראציעס.

1 די טרעפיק (בעסער געזאגט דאס לאזן בויען אן נעמען אין חשבון א מהלך צו לינדערן די טרעפיק)

2 די ציבראכענע ראודס בכלל.. ובפרט דאס וואס די אלע דעוועלאפמענטס ברענגען אן (בעסער געזאגט דאס לאזן בויען אן נעמען אין חשבון די ציבראכענע ראודס וואס דאס פאראורזאכט)

3 די הויכע טעקסעס (פארוואס בכלל דארף ספרינג וואלי ווילידזש בלייבן אין עקזיסטענץ? קאט מיר נישט קיין ווילידזש טעקסעס.. לעז עס אויף)

4 דאס אווערדעוועלפן אן קיין שיעור (ווען די צענטער זאל ווען נישט זיין אזוי פארבויעט וואלטן געוואוינט א וואוילערע עולם אינדרויסן פון געגנט, די מציאות איז אז סאיז ציגעשטעלט בלייבט מען אויף די זעלבע פאר גאסן)

אפילו אויב אויף נקודה 4 דיגסטו זיך, מיין איך אז לכל הדיעות די ערשטע 3 נקודות באדערט פאר יעדעם איינעם אפגעעזעהן די יעצטיגע מחלוקה צווישן די בילדערס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מארסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 5:46 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארסי »

גוטער איד האט געשריבן:אלס אן אלטע מאנסי איינוואונער האב איך מיקסד פילינגס בנוגע די גאנצע עסקניס ביזנעס. פון איין זייט איז קלאר אז עס זענען דא פאליטישענס אזויווי דעי און פרעזערוו רעמעפא וואס האבן אונז פיינט. פון די אנדערע זייט איז דא פאליטישענס וואס מיינען די טובה פון די היימישע ציבור, נאר זייער פרייאריטיז זענען נישט שווה בשווה מיט רוב אלגעמיינע מענטשן דא.

לאמיר עס צונעמען, ווען מען זאגט דעוועלאפערס טראכט מען פון די וואס בויען די ריזיגע פראדזעקטס. די וואס וואונען אין מאנסי ווייסן פון וועם מען רעדט אהן פורש בשמם זיין. און זיי זענען טאקע וואס שטייען אונטער די היימישע עסקנים, ווייל זייער ביזנעס דארף זיי די וויכטיגסטע.

פון די אנדערע זייט, איז אבער דא אסאך קליינע בילדערס וואס בויען פאר פריוואטע בעלי בתים, א שטייגער ווי רוב הייזער וואס ווערן געבויט אהן קיין חשבון. פון מיין קוק ווינקל איז דעס אסאך מער פראסטרעטינג ווי די גרויסע דעוועלאפמענטס. ווען מען וואלט געלאזט Blauvelt, Francis, Herric, Decateur, North Cole Twin, Collins , און אלע מאנסי גאסן אזווי אמאל און נאר מאכן די גרויסע פרישע דעוועלאפמענטס וואלטן מיר סאך בעסער אויסגעזען. אבער פון די אלע בויערייען האבן די דעוועלאפערס נישט הנאה, די בעלי בתים פון די הייזער, די קליינע בילדער, די אלע סופלייערס און זייער ארבייטערס, די אלע סאבס און זייער ארבייטערס, די גאנצע מאנסי עקאנאמי האט הנאה דערפון. אבער גלייכצייטיג ליידט איעדער איינער דערפון. מען האט צוגרינד געלייגט אונזער שטאט, די גאסען זענען א שרעק, טרעפיק איז טעריבל... אבער ווען די נעקסטע בעל בית גייט ווילן ארויסבויען גייט ער ווייטער בויען די מעקס.
איך זאג נישט אז די גרויסע דעוועלאפמענטס מאכן נישט קיין טרעפיק אבער סאך מער און נאכדערצו די מעס אויף די קליינע גאסן איז פון פריוואטע הייזער.

סאו ווען די עסקנים זאגן אז דאס איז וואס דער עולם וויל, מיינען זיי טאקע אזוי, ווייל די אלע ב"ב קומען צו זיי פאר הילף צו מעקסימייזען זייער בויען. די זעלבע צייט אבער אדרעסט מען נישט די נאכווייען פון די אווער דעוועלאפמענטס און די זעלבע ב"ב ווערן פראסטרעטעד פארוואס מען טוט גארנישט.

נאכדעים קומט עלעקשען נאך עלעקשען, און קיינער זוכט נישט אז עס זאל אריינקומען פאליטישענס וואס גייען בודק זיין זיין ציצית, און קיין אינביטווין איז נישט דא, דארף ער ווייטער וועלן פאר די היימישע עסקנים, און די שטאט ווערט מער דעוועלאפט און דער עולם מער אפסעט וחוזר חלילה...

אין א פערפעקט וועלט, וואלט געווען א וועד פון יחידים וואס וואלטן געארבעט מיט די עסקנים, אין אויסגעארבעט א מהלך פון א ליסט אף פרייאריטיס אויף וואס מען זאל ארבייטען, לטובת היחיד און לטובת הכלל, כדי דער עולם זאל האבן א ווארט מיט די עסקנים נישט נאר דורך זייער דעוועלאפער בעיס נאר סתם עמך אידען. איך וואלט ענדערש געקענט ביישטיין אז מען זאל קומען צו מיר נאך געלט פאר א פאליטישע קאמפיין און וויסן אז די עסקן איז סאפארטעד ביי עמך אידען ווי קיינמאל נישט דארפן געבען א פעני אבער פילן אז מיר האבן נישט קיין ווארט.

וואס איך וואלט צוגעלייגט איז, ווען די דעוועלאפערס וואלטן געהאט אביסל שכל און זיך געקימערט מיטן עולם וואלט געווען סאך ווייניגער קריטיק אויף זיי. ווען זיי מאכן א סערוויס לעין אויף 306 פאר די סקוהל באסעס אדער ביי רידז וכדומה וואלט אסאך בעסער געווען פאר זיי...

איך וואלט געזאגט אז מ'זאל פארלאנגען פון די עסקנים, אז די עולם זאל וואוטען וועלעכע סארט דאוועלעפמענטס מ'זאל בויען, א שטייגער ווי בלומינג גראוו וואס דער עולם האט געוואוט,
נאר פאר 2 פעמעלי,

איך האב נאר אן אנדערע קשיא, ווער האט טענות?
דער וואס האט א פרייוועט לאט אין מאנסי, קען דען נישט ביישטיין צו מאכן א פאר טאלער?
און דער וואס וואוינט אין א קאנדוי, ווי וואלט ער געוואונט?

די איינציגע טענה, איז טרעפיק, דארף מען מאכן ברייטערע ראודס
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מארסי האט געשריבן:
די איינציגע טענה, איז טרעפיק, דארף מען מאכן ברייטערע ראודס

נו, מיט די ריזיגע הייזער ארויס ביזן ראוד כמעט, פארבלייבט דאך נישט קיין פלאת פאר ברייטערע ראודס, סאו דאס איז איינס און דער זעלבער פראבלעם!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מסתמא האט געשריבן:
מאנסי האט 3 ריזיגע דעוועלאפערס און איר רעדט פון איינער פון זיי וועלכע האט געהאט א אפענע טיר ביי איינער (אדער צוויי) פון די ווילידזש איינגעשטעלטע (נישט גראס, נישט פישער) און ער האט געטון כל מה ליבו חפץ און ציקוועטשט יעדעם אנדערש.. אקעי

סאו דא איז פארגעקומען א ויצעקו פון די "אנדערע" דעוועלאפערס און געוויסע פון די מוסדות התורה

יעצט אלץ א יחיד לאמיר קלארשטעלן אז איך בין נישט קיינעמס פאנדל.. איך האב נאך אישוס חוץ די בויעראציעס.

1 די טרעפיק (בעסער געזאגט דאס לאזן בויען אן נעמען אין חשבון א מהלך צו לינדערן די טרעפיק)

2 די ציבראכענע ראודס בכלל.. ובפרט דאס וואס די אלע דעוועלאפמענטס ברענגען אן (בעסער געזאגט דאס לאזן בויען אן נעמען אין חשבון די ציבראכענע ראודס וואס דאס פאראורזאכט)

3 די הויכע טעקסעס (פארוואס בכלל דארף ספרינג וואלי ווילידזש בלייבן אין עקזיסטענץ? קאט מיר נישט קיין ווילידזש טעקסעס.. לעז עס אויף)

4 דאס אווערדעוועלפן אן קיין שיעור (ווען די צענטער זאל ווען נישט זיין אזוי פארבויעט וואלטן געוואוינט א וואוילערע עולם אינדרויסן פון געגנט, די מציאות איז אז סאיז ציגעשטעלט בלייבט מען אויף די זעלבע פאר גאסן)

אפילו אויב אויף נקודה 4 דיגסטו זיך, מיין איך אז לכל הדיעות די ערשטע 3 נקודות באדערט פאר יעדעם איינעם אפגעעזעהן די יעצטיגע מחלוקה צווישן די בילדערס

אויב איך מעג אריינרעדן אלץ נישט מאנסי איינוווינער און איך קען נישט די ארטיגע פאליטיק

דיינע אלע טענות חוץ די דריטע איז בעסיקלי אז מזאל אפשטעלן די בויען, ווי עס קוקט אויס האסטו שוין ב'ה א דירה און א קאר און דיין אישו איז טעקס און טרעפיק און פארקינג, טראכט אריין מיט א ברייטערע בליק ווי 1,000ער אינגעלייט וואס האבן נאכנישט קיין אייגענע דירה און ווילן מזאל בויען ווי מער אז די סופליי זאל זיין גרעסער און די פרייזן זאלן זיין סטאביל צו קענען זיך שלאגן מיט די כסדרדיגע גרויסע וואקס פון נייע פארפעלקער וואס האבן נישט קיין קאר און ווילן וואוינען נעבן מאמי, אינגעלייט ציטערן יעדע מאל וואס די לענדללאר מאכט חתונה א קינד אז ער וועט נישט טרעפן א דירה און זיין געצווינגען ארויסצושיקן די טענט און נאכדעם וועט ער נישט האבן קיין מעגלעכקייט ו טרעפן א דירה ווייל מ'בויעט נישט, איי זאגסט אז מקען ארויסמופן נו אפשר מאוף די וואס די דארפסט נישט קיין טרעפיק און איך פארשטיי אויך דיין ווייטאג אבער די וואס קוקן מיט אחריות און קוקן מיט א ברייטערן בליק פילן אז מדארף בויען נאך-איך זאג נאר די 2טע זייט מטבע
און יא אזוי לאנג ווי מ'בויעט ווי מער מענטשן פער סקווער מייל אלץ מער טרעפיק וועט זיין און סאיז כמעט נישט דא וואס צו טון מיט א אלטע ראוד אינפראסטרוקטור פון 100 יאר צוריק ווען סהאבן געוואוינט נאר עטליכע משפחות

וועגן טעקסעס דאכט זיך מיר אז איך האב געהערט אויף קול מבשר אז מהאט עס עטוואס גענידערט, ווי איך פארשטיי איז בכלל שווער מיט די איסט רעמעפא סקול דיסטריקט צו שניידן הוצאות נאכדעם וואס אויף יעדע נארישע שניט מאכן די גוים א שרעקליכע ויצעקו און אלע צייטונגען און מידיע נעצן האקן כאילו אז אידן מיינען נאר זיך
גוטער איד
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 03, 2017 12:50 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטער איד »

מארסי האט געשריבן:
גוטער איד האט געשריבן:אלס אן אלטע מאנסי איינוואונער האב איך מיקסד פילינגס בנוגע די גאנצע עסקניס ביזנעס. פון איין זייט איז קלאר אז עס זענען דא פאליטישענס אזויווי דעי און פרעזערוו רעמעפא וואס האבן אונז פיינט. פון די אנדערע זייט איז דא פאליטישענס וואס מיינען די טובה פון די היימישע ציבור, נאר זייער פרייאריטיז זענען נישט שווה בשווה מיט רוב אלגעמיינע מענטשן דא.

לאמיר עס צונעמען, ווען מען זאגט דעוועלאפערס טראכט מען פון די וואס בויען די ריזיגע פראדזעקטס. די וואס וואונען אין מאנסי ווייסן פון וועם מען רעדט אהן פורש בשמם זיין. און זיי זענען טאקע וואס שטייען אונטער די היימישע עסקנים, ווייל זייער ביזנעס דארף זיי די וויכטיגסטע.

פון די אנדערע זייט, איז אבער דא אסאך קליינע בילדערס וואס בויען פאר פריוואטע בעלי בתים, א שטייגער ווי רוב הייזער וואס ווערן געבויט אהן קיין חשבון. פון מיין קוק ווינקל איז דעס אסאך מער פראסטרעטינג ווי די גרויסע דעוועלאפמענטס. ווען מען וואלט געלאזט Blauvelt, Francis, Herric, Decateur, North Cole Twin, Collins , און אלע מאנסי גאסן אזווי אמאל און נאר מאכן די גרויסע פרישע דעוועלאפמענטס וואלטן מיר סאך בעסער אויסגעזען. אבער פון די אלע בויערייען האבן די דעוועלאפערס נישט הנאה, די בעלי בתים פון די הייזער, די קליינע בילדער, די אלע סופלייערס און זייער ארבייטערס, די אלע סאבס און זייער ארבייטערס, די גאנצע מאנסי עקאנאמי האט הנאה דערפון. אבער גלייכצייטיג ליידט איעדער איינער דערפון. מען האט צוגרינד געלייגט אונזער שטאט, די גאסען זענען א שרעק, טרעפיק איז טעריבל... אבער ווען די נעקסטע בעל בית גייט ווילן ארויסבויען גייט ער ווייטער בויען די מעקס.
איך זאג נישט אז די גרויסע דעוועלאפמענטס מאכן נישט קיין טרעפיק אבער סאך מער און נאכדערצו די מעס אויף די קליינע גאסן איז פון פריוואטע הייזער.

סאו ווען די עסקנים זאגן אז דאס איז וואס דער עולם וויל, מיינען זיי טאקע אזוי, ווייל די אלע ב"ב קומען צו זיי פאר הילף צו מעקסימייזען זייער בויען. די זעלבע צייט אבער אדרעסט מען נישט די נאכווייען פון די אווער דעוועלאפמענטס און די זעלבע ב"ב ווערן פראסטרעטעד פארוואס מען טוט גארנישט.

נאכדעים קומט עלעקשען נאך עלעקשען, און קיינער זוכט נישט אז עס זאל אריינקומען פאליטישענס וואס גייען בודק זיין זיין ציצית, און קיין אינביטווין איז נישט דא, דארף ער ווייטער וועלן פאר די היימישע עסקנים, און די שטאט ווערט מער דעוועלאפט און דער עולם מער אפסעט וחוזר חלילה...

אין א פערפעקט וועלט, וואלט געווען א וועד פון יחידים וואס וואלטן געארבעט מיט די עסקנים, אין אויסגעארבעט א מהלך פון א ליסט אף פרייאריטיס אויף וואס מען זאל ארבייטען, לטובת היחיד און לטובת הכלל, כדי דער עולם זאל האבן א ווארט מיט די עסקנים נישט נאר דורך זייער דעוועלאפער בעיס נאר סתם עמך אידען. איך וואלט ענדערש געקענט ביישטיין אז מען זאל קומען צו מיר נאך געלט פאר א פאליטישע קאמפיין און וויסן אז די עסקן איז סאפארטעד ביי עמך אידען ווי קיינמאל נישט דארפן געבען א פעני אבער פילן אז מיר האבן נישט קיין ווארט.

וואס איך וואלט צוגעלייגט איז, ווען די דעוועלאפערס וואלטן געהאט אביסל שכל און זיך געקימערט מיטן עולם וואלט געווען סאך ווייניגער קריטיק אויף זיי. ווען זיי מאכן א סערוויס לעין אויף 306 פאר די סקוהל באסעס אדער ביי רידז וכדומה וואלט אסאך בעסער געווען פאר זיי...

איך וואלט געזאגט אז מ'זאל פארלאנגען פון די עסקנים, אז די עולם זאל וואוטען וועלעכע סארט דאוועלעפמענטס מ'זאל בויען, א שטייגער ווי בלומינג גראוו וואס דער עולם האט געוואוט,
נאר פאר 2 פעמעלי,

איך האב נאר אן אנדערע קשיא, ווער האט טענות?
דער וואס האט א פרייוועט לאט אין מאנסי, קען דען נישט ביישטיין צו מאכן א פאר טאלער?
און דער וואס וואוינט אין א קאנדוי, ווי וואלט ער געוואונט?

די איינציגע טענה, איז טרעפיק, דארף מען מאכן ברייטערע ראודס

דער וואס האט שוין גע'ענדיגט בויען איז שוין פריי צו באבן טענות, דער וואס האלט נישט (אדער נאכנישט) ביים בויען קען זיכער האבן טענות. די וואס האלטן אינדערמיט איז אויך דא אזעלכע וואס האבן טענות...

די קענסט ריידען צו מענטשען וואס וואונען אין קאנדויס און ריידן זיך שרעקליך אף אויף די וועג ווי זייער דירוס זיינען געבויט געווארן מיט איין ציהל פון מעקסימייזען די דירות אויף די לאט... באטטאם ליין, יעדער איז פול מיט טענות, און אלעס קלאפט אויס אויף די פאליטישענס...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זונדל זיצט ביי זיך אין אפיס זופנדיג א הייסע קאווע. 'אה, פיינע נייעס דא, א זיסע נקמה אין די אזויגערופענע עסקנים' מורמל'ט ער צוזיך בלעטערנדיג די אידישע וועלט נייעס.

זונדל האט א חשבון מיט די עסקנים נאך פון די וואקסין/קאמאן קיור/התגרות באומות עפאכע, אים אינטערעסירט גאנץ קנאפ דעוועלאפמענט אדער טרעפיק. לויט זיין בליק איז סיי וועלכע היימישע עסטאבלישמענט קאראפטירט. בלויז ער 'פארשטייט' וויאזוי אידישקייט דארף זיך פירן, און אלע רבנים זענען אדער אונטערגעקויפט דורך גייציגע עסקנים אדער פשוט נישט באהאוונט מיט די אמת'ע פאקטן..

---
דיסקלעימער: איך וואוין נישט אין מאנסי, איך האט אז איינער וואס וואוינט נישט אין מאנסי קען נישט האבן א מיינונג.
מארסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 5:46 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארסי »

ר' יום טוב האט געשריבן:זונדל זיצט ביי זיך אין אפיס זופנדיג א הייסע קאווע. 'אה, פיינע נייעס דא, א זיסע נקמה אין די אזויגערופענע עסקנים' מורמל'ט ער צוזיך בלעטערנדיג די אידישע וועלט נייעס.

זונדל האט א חשבון מיט די עסקנים נאך פון די וואקסין/קאמאן קיור/התגרות באומות עפאכע, אים אינטערעסירט גאנץ קנאפ דעוועלאפמענט אדער טרעפיק. לויט זיין בליק איז סיי וועלכע היימישע עסטאבלישמענט קאראפטירט. בלויז ער 'פארשטייט' וויאזוי אידישקייט דארף זיך פירן, און אלע רבנים זענען אדער אונטערגעקויפט דורך גייציגע עסקנים אדער פשוט נישט באהאוונט מיט די אמת'ע פאקטן..

---
דיסקלעימער: איך וואוין נישט אין מאנסי, איך האט אז איינער וואס וואוינט נישט אין מאנסי קען נישט האבן א מיינונג.

וועגן דעים זאג איך אז סקען נישט זיין מער יושר פון מאכן ווילן ציווישן עולם ווי אזוי צו בוען
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

לייטער האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
מאנסי האט 3 ריזיגע דעוועלאפערס און איר רעדט פון איינער פון זיי וועלכע האט געהאט א אפענע טיר ביי איינער (אדער צוויי) פון די ווילידזש איינגעשטעלטע (נישט גראס, נישט פישער) און ער האט געטון כל מה ליבו חפץ און ציקוועטשט יעדעם אנדערש.. אקעי

סאו דא איז פארגעקומען א ויצעקו פון די "אנדערע" דעוועלאפערס און געוויסע פון די מוסדות התורה

יעצט אלץ א יחיד לאמיר קלארשטעלן אז איך בין נישט קיינעמס פאנדל.. איך האב נאך אישוס חוץ די בויעראציעס.

1 די טרעפיק (בעסער געזאגט דאס לאזן בויען אן נעמען אין חשבון א מהלך צו לינדערן די טרעפיק)

2 די ציבראכענע ראודס בכלל.. ובפרט דאס וואס די אלע דעוועלאפמענטס ברענגען אן (בעסער געזאגט דאס לאזן בויען אן נעמען אין חשבון די ציבראכענע ראודס וואס דאס פאראורזאכט)

3 די הויכע טעקסעס (פארוואס בכלל דארף ספרינג וואלי ווילידזש בלייבן אין עקזיסטענץ? קאט מיר נישט קיין ווילידזש טעקסעס.. לעז עס אויף)

4 דאס אווערדעוועלפן אן קיין שיעור (ווען די צענטער זאל ווען נישט זיין אזוי פארבויעט וואלטן געוואוינט א וואוילערע עולם אינדרויסן פון געגנט, די מציאות איז אז סאיז ציגעשטעלט בלייבט מען אויף די זעלבע פאר גאסן)

אפילו אויב אויף נקודה 4 דיגסטו זיך, מיין איך אז לכל הדיעות די ערשטע 3 נקודות באדערט פאר יעדעם איינעם אפגעעזעהן די יעצטיגע מחלוקה צווישן די בילדערס

אויב איך מעג אריינרעדן אלץ נישט מאנסי איינוווינער און איך קען נישט די ארטיגע פאליטיק

דיינע אלע טענות חוץ די דריטע איז בעסיקלי אז מזאל אפשטעלן די בויען, ווי עס קוקט אויס האסטו שוין ב'ה א דירה און א קאר און דיין אישו איז טעקס און טרעפיק און פארקינג, טראכט אריין מיט א ברייטערע בליק ווי 1,000ער אינגעלייט וואס האבן נאכנישט קיין אייגענע דירה און ווילן מזאל בויען ווי מער אז די סופליי זאל זיין גרעסער און די פרייזן זאלן זיין סטאביל צו קענען זיך שלאגן מיט די כסדרדיגע גרויסע וואקס פון נייע פארפעלקער וואס האבן נישט קיין קאר און ווילן וואוינען נעבן מאמי, אינגעלייט ציטערן יעדע מאל וואס די לענדללאר מאכט חתונה א קינד אז ער וועט נישט טרעפן א דירה און זיין געצווינגען ארויסצושיקן די טענט און נאכדעם וועט ער נישט האבן קיין מעגלעכקייט ו טרעפן א דירה ווייל מ'בויעט נישט, איי זאגסט אז מקען ארויסמופן נו אפשר מאוף די וואס די דארפסט נישט קיין טרעפיק און איך פארשטיי אויך דיין ווייטאג אבער די וואס קוקן מיט אחריות און קוקן מיט א ברייטערן בליק פילן אז מדארף בויען נאך-איך זאג נאר די 2טע זייט מטבע
און יא אזוי לאנג ווי מ'בויעט ווי מער מענטשן פער סקווער מייל אלץ מער טרעפיק וועט זיין און סאיז כמעט נישט דא וואס צו טון מיט א אלטע ראוד אינפראסטרוקטור פון 100 יאר צוריק ווען סהאבן געוואוינט נאר עטליכע משפחות

וועגן טעקסעס דאכט זיך מיר אז איך האב געהערט אויף קול מבשר אז מהאט עס עטוואס גענידערט, ווי איך פארשטיי איז בכלל שווער מיט די איסט רעמעפא סקול דיסטריקט צו שניידן הוצאות נאכדעם וואס אויף יעדע נארישע שניט מאכן די גוים א שרעקליכע ויצעקו און אלע צייטונגען און מידיע נעצן האקן כאילו אז אידן מיינען נאר זיך

אויף נקודה נאמבער איינס
יא מדארף אביסל איינצוימען דאס בויען לויט רוב איינוואוינער, אויף אזויפיל אז דאס שטאט זאל בלייבן "פונקציאנירן" געהעריג און נישט דארפן טוישן רעדער אדער ווערן אויפגעשאקלט ביים דרייוון אדער אפזיצן א האלבע שעה אין טרעפיק אין א גרינעם דינסטאג (בלי גוזמה)

אויף נקודה נאמבער צוויי
איר האט די פולסטע רעכט צו האלטן אזוי אבער ביטע שרייב אין גרויס אויף די קאמפיין פלאקאטן
"מיר גייען אנזעצן די שטאט מיט טרעפיק" מיר וועלן אווערדעוועלאפן יעדעס לעכל פאסיבל" מיר וועלן צילאזן דאס ציברעכן די ראודס וכו"
העמיר זעהן אויב איינער וועט ארויסגיין שטימען...
און מיין עיקר נקודה איז, ערווארט נישט מיין שטימע..!! לאז מיך צורוה..!!
די קענסט מיך נישט פאר מיין טובה מאכן וואוטן פאר עפעס וואס איך וויל נישט

אויף נקודה נאמבער דריי
דאס וואס מען פאקויפט אויף קו"מ איז גרויסע שקרים
לויט די וואוקס וואלט מען געקענט שניידן טעקסעס בגדול, ובפרט די טאון אוו רעמעפאו טעקסעס (וועלכע פארשווענד לדוגמה יערליך 42 מיליאן!! דאללער פאר די פאליציי וועלכע טיילן בס"ה טיקעטס רעכטס און לינקס אויף די אומפאסיבל ראודס)
ויותר מזה, פארוואס ווערט נישט די ספרינג וואלי ווילידזש אויפגעלעזט כלל וכלל? וועלכע ניצן ברענגט דאס צום טיש? בס"ה נאך טעקסעס
(כמדומה אז סאיז געגרינדעט געווארן מיטן ציל צו ציברעכן די היימישע וואוטינג כוח)
בנוגע די סקול טעקס איז א שמוס פאר זיך
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

לייטער האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן אלץ נישט מאנסי איינוווינער און איך קען נישט די ארטיגע פאליטיק

דיינע אלע טענות חוץ די דריטע איז בעסיקלי אז מזאל אפשטעלן די בויען, ווי עס קוקט אויס האסטו שוין ב'ה א דירה און א קאר און דיין אישו איז טעקס און טרעפיק און פארקינג, טראכט אריין מיט א ברייטערע בליק ווי 1,000ער אינגעלייט וואס האבן נאכנישט קיין אייגענע דירה און ווילן מזאל בויען ווי מער אז די סופליי זאל זיין גרעסער און די פרייזן זאלן זיין סטאביל צו קענען זיך שלאגן מיט די כסדרדיגע גרויסע וואקס פון נייע פארפעלקער וואס האבן נישט קיין קאר און ווילן וואוינען נעבן מאמי, אינגעלייט ציטערן יעדע מאל וואס די לענדללאר מאכט חתונה א קינד אז ער וועט נישט טרעפן א דירה און זיין געצווינגען ארויסצושיקן די טענט און נאכדעם וועט ער נישט האבן קיין מעגלעכקייט ו טרעפן א דירה ווייל מ'בויעט נישט, איי זאגסט אז מקען ארויסמופן נו אפשר מאוף די וואס די דארפסט נישט קיין טרעפיק און איך פארשטיי אויך דיין ווייטאג אבער די וואס קוקן מיט אחריות און קוקן מיט א ברייטערן בליק פילן אז מדארף בויען נאך-איך זאג נאר די 2טע זייט מטבע
און יא אזוי לאנג ווי מ'בויעט ווי מער מענטשן פער סקווער מייל אלץ מער טרעפיק וועט זיין און סאיז כמעט נישט דא וואס צו טון מיט א אלטע ראוד אינפראסטרוקטור פון 100 יאר צוריק ווען סהאבן געוואוינט נאר עטליכע משפחות

וועגן טעקסעס דאכט זיך מיר אז איך האב געהערט אויף קול מבשר אז מהאט עס עטוואס גענידערט, ווי איך פארשטיי איז בכלל שווער מיט די איסט רעמעפא סקול דיסטריקט צו שניידן הוצאות נאכדעם וואס אויף יעדע נארישע שניט מאכן די גוים א שרעקליכע ויצעקו און אלע צייטונגען און מידיע נעצן האקן כאילו אז אידן מיינען נאר זיך

וועגן די בויען, קיינער האט נישט קיין טענות אז מען בויעט (ווען יא גייט ער וואוינען אין טשעסטנאד רידזש\אירמאונט) נאר וויזוי מען בויעט. פארוואס מעקסימייזן די פארפירטי אן גארנישט אראפ געבן פאר די גאודער\סיידוואק אז די מענטשן וואס גייען דא וואוינען זאלן האבן ווי צו לעיבן. פארוואס אויף גראבן די גאודער און לאזן צוקראכט. פארוואס מעגן אויף גראבן 8 פיסיגע גרובער און דער ערד אן דארפן האבן א צוים. וכהנה

וועגן טעקסעס וואס די האסט געהערט אויף קול מבשר אז מיט די איסט רעמעפא סקול דיסטריקט איז שווער צו שניידן, אונז וויינען אויף די ווילעדזש\סקול טעקס וואס קיין שום גוי וועט מאכן א שרעקליכע ויצעקו און אלע צייטונגען און מידיע נעצן האקן כאילו אז אידן מיינען נאר זיך
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

געוואוט אויף נאמ. 2 אבער מען דארף קלאר שטעלן אז ס'דא פולע עסקנים וואס מיינען טובת העיר, נישט פון זיי רעדט מען. ודי בזה.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

שיינער חלום האט געשריבן:דיסקלעימער: די קעפל פון די אשכול דארף מען ליינען אזוי:

וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואס מאכן משוגע ביי די וואלן, און זענען נאר דא פאר די דעוועלעפערס,

ווייל עס איז דא עסקנים וואס זענען טאקע דא פאר'ן ציבור און מען קען נישט לייגן אלע עסקנים אין איין שיסל.
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:געוואוט אויף נאמ. 2 אבער מען דארף קלאר שטעלן אז ס'דא פולע עסקנים וואס מיינען טובת העיר, נישט פון זיי רעדט מען. ודי בזה.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
machal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

נישט דא דא קיין צוויי מענטשען וואס האבען די זעלבע טענות די עיקר מען האט טענות
איך מיין אז וויילי וואלט געווען א גיטע קאנדידאט פאר מאנסי זי וואלט גיט אנגלערנט די געלט גייציגע חברה
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

machal האט געשריבן:נישט דא דא קיין צוויי מענטשען וואס האבען די זעלבע טענות די עיקר מען האט טענות
איך מיין אז וויילי וואלט געווען א גיטע קאנדידאט פאר מאנסי זי וואלט גיט אנגלערנט די געלט גייציגע חברה

נישט אמת

כהאב אין דעם תגובה סאמערייזד די עיקר טענות פונעם עולם, כמדומה אז יעדער וואס האט טענות קען זיך אידענטיפיצרן דערמיט

------

דאס איז חוץ פון די טענות אויף די מאנאפאלי וואס איינער פון די בילדערס האט איבער מאנסי און פירט זיך מעשה מאפיאנער, מיטן איגנארירן שכינים און אפשטעלן קאקורירנדע דעוועלאפערס וכו'
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך יוני 23, 2021 6:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: אנקעטע! וואס האלט איר בנוגע די מאנסי עסקנים, וואלן, דאוועלאפמענטס, וכו'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

גוטער איד האט געשריבן:פון די אנדערע זייט, איז אבער דא אסאך קליינע בילדערס וואס בויען פאר פריוואטע בעלי בתים, א שטייגער ווי רוב הייזער וואס ווערן געבויט אהן קיין חשבון. פון מיין קוק ווינקל איז דעס אסאך מער פראסטרעטינג ווי די גרויסע דעוועלאפמענטס. ווען מען וואלט געלאזט Blauvelt, Francis, Herric, Decateur, North Cole Twin, Collins , און אלע מאנסי גאסן אזווי אמאל און נאר מאכן די גרויסע פרישע דעוועלאפמענטס וואלטן מיר סאך בעסער אויסגעזען. אבער פון די אלע בויערייען האבן די דעוועלאפערס נישט הנאה, די בעלי בתים פון די הייזער, די קליינע בילדער, די אלע סופלייערס און זייער ארבייטערס, די אלע סאבס און זייער ארבייטערס, די גאנצע מאנסי עקאנאמי האט הנאה דערפון. אבער גלייכצייטיג ליידט איעדער איינער דערפון. מען האט צוגרינד געלייגט אונזער שטאט, די גאסען זענען א שרעק, טרעפיק איז טעריבל... אבער ווען די נעקסטע בעל בית גייט ווילן ארויסבויען גייט ער ווייטער בויען די מעקס.

פרעגט אייך נאר נאך ווער ס'בויט כמעט אלע קליינע ריזיגע דעוועלאפמענטס אויף די אלע זייטיגע געסעלעך (ריזיגע געביידעס אויף פיצי פראפאעטי'ס מיט מער אומלעגאלע דירות וכו') ווי נאר א איד חלומ'ט פון אביסל צובויען צו זיין בודקעלע עפעס אביסל אינקאם דעי חברה שמעקן עס און מ'לויפט אים נאך מיט אלע מינע הבטחות און מיט מאני בעקינג און זיי נעמען עס איבער און בויען צען מאל מער ווי ער האט געדמיונ'ט און ווארפן אים צו א קליין ביינדעלע אן קיין פראנט/בעק יארד אן קיין פארקינג וכו' און אן קיין אינקאם, נאכדעם האט יעדער טויזנט מאל חרטה
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”