לעיקוואד ישיבה הייבט כולל תמיכה צו $1,000 א חודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

לעיקוואד ישיבה הייבט כולל תמיכה צו $1,000 א חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

קומט אריין שמועות אז די גרעסטע מבצר התורה און אמעריקע פלאנט צו הייבן די חודש׳ליכע געהאלט פון די ביז יעצטיגע $360 א חודש צו די שיינע סכום פון $1,000 א חודש, עס פארמירט זיך א נייע וועד פון א גרופע פילאנטראפן וואס שטייען אונטער דעם, ובתוכם ר׳ משה מענדלאוויץ ר׳ שלמה יהודה רעכניץ ר׳ לאי שיינער און נאך

מרעדט דא פון א פרישע יערליכע בודזעט פון 28 מיליאן דאלער

ווער סקען אריין קומען מיט מער פרטים, ווי אויך וואס דאס מיינט פאר אנדערע כוללים זאלן נאכגיין אין דעם וועג להרמת קרן התורה
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
באניא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 2:00 am

Re: לעיקוואד ישיבה הייבט כולל תמיכה צו $1,000 א חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באניא »

נישט געזארגט סגייט זיי נישט קאסטען מער געלט

מסתם באקומען א נייע גרענט
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: לעיקוואד ישיבה הייבט כולל תמיכה צו $1,000 א חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

מען גייט נאך דארפן ווארטן X יאר צו קענען באקומען כולל געלט?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
זקן מופלג
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 16, 2019 1:09 am

Re: לעיקוואד ישיבה הייבט כולל תמיכה צו $1,000 א חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן מופלג »

זיי האבן באקימען א גוזמא פון מיליאנען דאלאר וואס זיי מיזען פארטיילען פאר די תלמידים , קאראנע ,
ישיבות האבן אויך געגעבן פאר די עלטערען פארשטייט זיך אז למעשה איז עס א שיינע זאך ווייל אסאך מוסדות פראבירען זיך ארוסצודרייען
פאר וואס מען דארף רעכניץ ווייס איך נישט קען זיין כדי צו פירען די קאסע ווי מען ברויך
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: לעיקוואד ישיבה הייבט כולל תמיכה צו $1,000 א חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

באניא האט געשריבן:נישט געזארגט סגייט זיי נישט קאסטען מער געלט

מסתם באקומען א נייע גרענט

זייער שיין, רעזערווירסט זיך דעם ספעיר ניק מיט צוויי תגובות אויפן קאנטע צו קענען שיסן א נעגאטיווע סטעיטמענט...
וואס א חילוק אויב זיי האבן א גרענט? למעשה האבן די כולל יונגעלייט הנאה און יעדער איז צופרידן.
ווען זיי טרייבן אויף געלט ביי נדיבים קאסט זיי עס אויך נישט מער געלט. סאו וואס א חילוק אויב זיי באקומען עס פון עשירים אדער פון די גאווערמענט קאסע?
#סטאפ_די_העיט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”