ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קיסריה
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך קיסריה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:סטופיד פאליטיקס.

עדעמס - א אידן פריינט מיט א לאנגע היסטארי.
יענג - א אידן פריינט אן קיין היסטארי.

דארף איך גלייבן אן אנאנימער ניק קעגן די גרעסטע עסקנים וואס שרייען פארקערט...

איך האב אליין געהערט פון א ראש המוסד פון איינס פון די גרעסטע מוסדות אין ב"פ (מעגליך די סאמע גרעסטע...) אז עדעמס האט געוויזן דעם רוקן איינמאל נאכן צווייטן.

כ'וועל עס דארפן איבערשלאפן איידער איך באשליס וועמען צו גלייבן...

ד. שווארץ האט בעסער געארבעט פון א.י. פריעדמאן.
גארנישט מיט קיין וועטינג. גארנישט מיט קיין שום ערנסטע דעבאטעס.

וועסט זיך שעמען צו הערן וויאזוי א אינדארסמענטס ווערן געמאכט ביינונז.

והא ראיה ביי באראו פרעזידענט - דער קאנדידאט האט געקעמפט קעגן וויליאמסבורג יארן לאנג. און באקומען די אינדארסמענט.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך Amazing »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:מזל טוב ר' אברהם יעקב !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער געוינער פון די נאכט

am I the only one who thinks he's the winner of the election

מי זה אברהם יעקב?

מסתמא פריעדמאן, א שטארקע עדעמס פריינט. ער האט זיך געאמפערט מיט נידערמאן אז מ'זאל אינדארסירן עדעמס.

ווי איך פארשטיי רעדט מען נישט פון קיין יחידים, קיינער אינטערסירט נישט וויפיל פרידמן גייט פארדינען, די שאלה איז וועלעכע ציבור פארטרעט ער??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
עפעס בעסער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 5:57 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך עפעס בעסער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:מזל טוב ר' אברהם יעקב !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער געוינער פון די נאכט

am I the only one who thinks he's the winner of the election

מי זה אברהם יעקב?

מסתמא פריעדמאן, א שטארקע עדעמס פריינט. ער האט זיך געאמפערט מיט נידערמאן אז מ'זאל אינדארסירן עדעמס.

ער איז א באצאלטע פריינט דארט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קיסריה האט געשריבן:א מעגליכע פאראדוקס:

יענג 2׳ער גייען פאר גארסיע.
פליעט וויילי ארויס.
וויילי׳ס 2׳ער גייען פאר עדעמס.

וויילי'ס גייען נישט קיין עדעמס. עדעמס איז די רעכטסטע קאנדידאט אינעם פארמעסט און וויילי איז די לינקסטע.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך Programming »

אבער ביידע זענען שווארץ
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

נישט אלעס איז שיטות

כוועל שטארק הנאה האבן אויב גארסיע קומט אריין צווייט וועסטו זענען וויפיל שווארצע ראסיסטן האבן געוואוט עדעמס אויפן צווייטן פלאץ
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך בן טוב »

Amazing האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:מזל טוב ר' אברהם יעקב !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער געוינער פון די נאכט

am I the only one who thinks he's the winner of the election

מי זה אברהם יעקב?

מסתמא פריעדמאן, א שטארקע עדעמס פריינט. ער האט זיך געאמפערט מיט נידערמאן אז מ'זאל אינדארסירן עדעמס.

ווי איך פארשטיי רעדט מען נישט פון קיין יחידים, קיינער אינטערסירט נישט וויפיל פרידמן גייט פארדינען, די שאלה איז וועלעכע ציבור פארטרעט ער??

די גרעסטע קהילה און וומסבג וואס האט אינדארסט יענג
כווייס נישט וואס די מיינסט פארטרעטן אבער דארט באלאנגט ער
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך Amazing »

בן טוב האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
זזה האט געשריבן: am I the only one who thinks he's the winner of the election

מי זה אברהם יעקב?

מסתמא פריעדמאן, א שטארקע עדעמס פריינט. ער האט זיך געאמפערט מיט נידערמאן אז מ'זאל אינדארסירן עדעמס.

ווי איך פארשטיי רעדט מען נישט פון קיין יחידים, קיינער אינטערסירט נישט וויפיל פרידמן גייט פארדינען, די שאלה איז וועלעכע ציבור פארטרעט ער??

די גרעסטע קהילה און וומסבג וואס האט אינדארסט יענג
כווייס נישט וואס די מיינסט פארטרעטן אבער דארט באלאנגט ער

וואס ענטפערסטו? למעשה פארטרעט ער נישט די קהילה, סוי איז עס א פריוואטע געווינס קיין שייכות צום ציבור
א'מונה ב'טחון ג'עלט
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך קיסריה »

Programming האט געשריבן:אבער ביידע זענען שווארץ

שווארץ שווארץ לגזירה שוה הוא דאתא.

נ.ב.
(לאפוקי נישט ד. שווארץ)
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך אשריך »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:סטופיד פאליטיקס.

עדעמס - א אידן פריינט מיט א לאנגע היסטארי.
יענג - א אידן פריינט אן קיין היסטארי.

דארף איך גלייבן אן אנאנימער ניק קעגן די גרעסטע עסקנים וואס שרייען פארקערט...

איך האב אליין געהערט פון א ראש המוסד פון איינס פון די גרעסטע מוסדות אין ב"פ (מעגליך די סאמע גרעסטע...) אז עדעמס האט געוויזן דעם רוקן איינמאל נאכן צווייטן.

כ'וועל עס דארפן איבערשלאפן איידער איך באשליס וועמען צו גלייבן...

אינטערסאנט ווייל מפארקויפט אז ער איז א אוהב ישראל
קום אריין קלאר וואס וועלכע מוסד
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך Amazing »

אשריך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:סטופיד פאליטיקס.

עדעמס - א אידן פריינט מיט א לאנגע היסטארי.
יענג - א אידן פריינט אן קיין היסטארי.

דארף איך גלייבן אן אנאנימער ניק קעגן די גרעסטע עסקנים וואס שרייען פארקערט...

איך האב אליין געהערט פון א ראש המוסד פון איינס פון די גרעסטע מוסדות אין ב"פ (מעגליך די סאמע גרעסטע...) אז עדעמס האט געוויזן דעם רוקן איינמאל נאכן צווייטן.

כ'וועל עס דארפן איבערשלאפן איידער איך באשליס וועמען צו גלייבן...

אינטערסאנט ווייל מפארקויפט אז ער איז א אוהב ישראל
קום אריין קלאר וואס וועלכע מוסד

דו האלסט אז אלע מוסדות אין ווילימסבורג ב"פ חוץ מהר"א אין ווילי און חב"ד ווייזען פשוט נישט וואס דו ווייסט???
קאם אן מען!
א'מונה ב'טחון ג'עלט
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך וואל טאג »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס וועט דער קהלה אינדארסירטער קאנדידאט עדעמס זיין די קומעדיגע מעיאר פון ניו יארק!!!!!!!!!
אשריכם תושבי ניו יארק פארן אויספאלגן די פארלאנגען די די עסקנים!

עס איז דאך געווען עסקנים וואס האבן געהייסן וואטען פאר דעם אנדערען, נישט אזוי?

איך קען אויך שפילען תם

ניין, נישט די אנדערע, אויך נישט די אנדערע אנדערע נאר די דריטע אנדערן.
ערנסט גערעדט, עס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס די עקשנות פון די יענג אינדארסירער זיך צו האלטן מיט א פארלוירענער קאנדידאט וואס האט אזוי געטראסקעט אין די אנקעטעס אויף אזוי ווייט אז מען האט אראפגעריסן אנדערע וואס קענען יא זען ווייטער ווי די שפיץ נאז.
איך געהער נישט צו יענע הויף, אדער צו סאטמאר בכלל, און עדעמס איז נישט געווען פון די פינף קאנדידאטן אויף מיין בעלאט. אבער די עקשנות זיך צו שטעלן אונטער א לוזער און זיך נישט שטעלן כאטש טיילווייז מיטן פראנטראנער וועט זיך קיינמאל נישט לייגן אויפן שכל.

שרייבסט עס שוין אסאך מאל
אבער אין פאליטיק איז מער אנגענומען צו זיך האלטן ביי אן אינדארסירונג אפילו א קאנדידאט פאלט אביסל, געווענליך וועט מען נאר זען צוריקציען אינדארסירונגען נאך א סקאנדאל
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
מיט 100 פראצענט אפגעציילט ביי די סיטי קאנסול וואלן אין די 33'סטע דיסטריקט אין וויליאמסבורג, האט רעסטלער אנגעצויגן 47 פראצענט

ביי די 48'סטע דיסטריקט אין פלעטבוש, וואו מען האט דערווייל געציילט בלויז 36 פראצענט, איז סעפּערסטיען נומער איינס ביי 32 פראצענט, דערנאך מארק 30 פראצענט, אדלער 18 פראצענט, בענדעט 15 פראצענט און טישלער 5 פראצענט. ביי די 38'סטע דיסטריקט, וואו מען האט דערווייל געציילט 57 פראצענט, איז עווילעס נומער איינס ביי 43 פראצענט, דערנאך לין 20 פראצענט און קאַמערענע 13 פראצענט.
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך בעיביסיטער »

וואל טאג האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס וועט דער קהלה אינדארסירטער קאנדידאט עדעמס זיין די קומעדיגע מעיאר פון ניו יארק!!!!!!!!!
אשריכם תושבי ניו יארק פארן אויספאלגן די פארלאנגען די די עסקנים!

עס איז דאך געווען עסקנים וואס האבן געהייסן וואטען פאר דעם אנדערען, נישט אזוי?

איך קען אויך שפילען תם

ניין, נישט די אנדערע, אויך נישט די אנדערע אנדערע נאר די דריטע אנדערן.
ערנסט גערעדט, עס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס די עקשנות פון די יענג אינדארסירער זיך צו האלטן מיט א פארלוירענער קאנדידאט וואס האט אזוי געטראסקעט אין די אנקעטעס אויף אזוי ווייט אז מען האט אראפגעריסן אנדערע וואס קענען יא זען ווייטער ווי די שפיץ נאז.
איך געהער נישט צו יענע הויף, אדער צו סאטמאר בכלל, און עדעמס איז נישט געווען פון די פינף קאנדידאטן אויף מיין בעלאט. אבער די עקשנות זיך צו שטעלן אונטער א לוזער און זיך נישט שטעלן כאטש טיילווייז מיטן פראנטראנער וועט זיך קיינמאל נישט לייגן אויפן שכל.

שרייבסט עס שוין אסאך מאל
אבער אין פאליטיק איז מער אנגענומען צו זיך האלטן ביי אן אינדארסירונג אפילו א קאנדידאט פאלט אביסל, געווענליך וועט מען נאר זען צוריקציען אינדארסירונגען נאך א סקאנדאל

ופשוט הוא ,
דער געווינער אפילו די האסט אים נישט אינדארסד רעספעקט דיך אלץ א מען אף פרינסיפעל , משא"כ אויב די דראפסט דיין אינדארסי און לויפט מיטן פראנט ראננער , הגם ער וועט דיר זיין זייער דאנקבאר און וועלן העלפן , אבער איינמאל ער האט היט (פון די מידיא וכדומה) פארוואס זאל ער שוויצן פאר דיר , וויסענדיג אז אויב גייט ער הינקענען גייסטו אים שיקן ליפטערן
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך מצלמה »

למעשה אויב וויילי איז שטערקער פון גארסיע אין 1 - וואס מיינט עס לגבי 2 פון יענג?
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

פארוואס זאל עדעמס זיין ערגער ווי בלומבורג וועם מען האט אינדערסירט.

יענג איז געווען א אויטסיידער, אן קיין שום פאקטישע דעליווערן, עדעמס איז די אינסיידער, ער האט נישט געניג שטארק געהאלפען? עטליסט נאך אזויפיל ווי בלומבערג

בד"ו מען רעדט וועגען אינדעסירען בעיסט אן פאולס, איינער האלט ווען אנקעטעס צוויי חדשים צירוק זענען קאנסיסטענדלי אזוי ווי די יעצטיגע רעזולטאטען, וואלט איינער ווען אינדעסירט יענג? סאו פאולס שפילען א ראלע ביי יעדעם ביי מאכען א אינדעסירונג
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך Masmid »

בעיביסיטער האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס וועט דער קהלה אינדארסירטער קאנדידאט עדעמס זיין די קומעדיגע מעיאר פון ניו יארק!!!!!!!!!
אשריכם תושבי ניו יארק פארן אויספאלגן די פארלאנגען די די עסקנים!

עס איז דאך געווען עסקנים וואס האבן געהייסן וואטען פאר דעם אנדערען, נישט אזוי?

איך קען אויך שפילען תם

ניין, נישט די אנדערע, אויך נישט די אנדערע אנדערע נאר די דריטע אנדערן.
ערנסט גערעדט, עס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס די עקשנות פון די יענג אינדארסירער זיך צו האלטן מיט א פארלוירענער קאנדידאט וואס האט אזוי געטראסקעט אין די אנקעטעס אויף אזוי ווייט אז מען האט אראפגעריסן אנדערע וואס קענען יא זען ווייטער ווי די שפיץ נאז.
איך געהער נישט צו יענע הויף, אדער צו סאטמאר בכלל, און עדעמס איז נישט געווען פון די פינף קאנדידאטן אויף מיין בעלאט. אבער די עקשנות זיך צו שטעלן אונטער א לוזער און זיך נישט שטעלן כאטש טיילווייז מיטן פראנטראנער וועט זיך קיינמאל נישט לייגן אויפן שכל.

שרייבסט עס שוין אסאך מאל
אבער אין פאליטיק איז מער אנגענומען צו זיך האלטן ביי אן אינדארסירונג אפילו א קאנדידאט פאלט אביסל, געווענליך וועט מען נאר זען צוריקציען אינדארסירונגען נאך א סקאנדאל

ופשוט הוא ,
דער געווינער אפילו די האסט אים נישט אינדארסד רעספעקט דיך אלץ א מען אף פרינסיפעל , משא"כ אויב די דראפסט דיין אינדארסי און לויפט מיטן פראנט ראננער , הגם ער וועט דיר זיין זייער דאנקבאר און וועלן העלפן , אבער איינמאל ער האט היט (פון די מידיא וכדומה) פארוואס זאל ער שוויצן פאר דיר , וויסענדיג אז אויב גייט ער הינקענען גייסטו אים שיקן ליפטערן

עגרי.. אבער שלמה מען האט זיך דאך יא געשטעלט מיט עדעמס טיילווייז אלס סעקאנד טשויס
המאור שבה יחזירנו למוטב!

און ווען די דראפסט איינעם וועם די ארבעסט יארען פאר א פרישע פנים ווייל יענער איז פינעף מינוט העכער און די פאולס?
keep your words tasteful, you may have to eat them later
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך j718 »

Kol Haolam:
NEW YORK: Ranked choice means results won't be known for weeks.
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך מצלמה »

די מיליאן דאלאר שאלה:
ווער באקומט גארסיע׳ס 2׳ער?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

לייו רעזולטאטן פון מיינע פילינגס, און צוזאמענהאנג מיטן גאנצן אשכול...

איך בין זייער נישט העפי מיט עדעמס. א טיפישער פאליטיקאנט. נישט קיין גרויסער חכם. שלעכטע מידות און עגאיסט. ברענגט גארנישט פריש צום טיש. איך בין זייער אנטוישט אז יענג איז אראפ, כאטש איך האב דאס שוין פארגעזעהן לאנג צוריק.

געשטימט האב איך אבער פאר עדעמס סעקאנד טשויס. מיט א פארשטאפטע נאז כידוע. דאס איז סתם ווייל מיין פערזענליכע שטימע איז מיר נישט גענוג מעלה ומוריד, אז איך זאל ווידערשפעניגן די פלאקאטן. כאטש מיין קליינע מיינונג איז אז מ'גייט נאך עסן (אסאך) שטרוי מיט דעם עדעמס. מארק מיי ווארדס.

איין זאך יא, כ'האב פרובירט וויפיל איך האב געקענט צו ברענגען מענטשן צו וואטן -- פאר וועם אימער זיי ווילן. סא לאמיר זאגן אז כ'האב ארויסגעברענגט 50 שטימען, דעמאלטס האב איך ארויסגעברענגט 2 פראצענט שטימען. אסאך. ניין?

#פיל_בעסער...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
און ווען די דראפסט איינעם וועם די ארבעסט יארען פאר א פרישע פנים ווייל יענער איז פינעף מינוט העכער און די פאולס?

עס איז קיין סוד נישט געווען אז די סיבה פארוואס מ'האט מתחילה געשטיצט יענג איבער עדעמס, איז געווען וועגן חינוך. דאס איז פרינציפן.

און ניין, איך גיי נישט פארגעסן וואס עדעמס האט געזאגט פאר די נ.י טיימס וועגן די ישיבות. און איך בין נישט אזוי דום אנצונעמען זיין קינדערישע ליגנט אז ער איז געווען אומוויסנד.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

וואל טאג האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס וועט דער קהלה אינדארסירטער קאנדידאט עדעמס זיין די קומעדיגע מעיאר פון ניו יארק!!!!!!!!!
אשריכם תושבי ניו יארק פארן אויספאלגן די פארלאנגען די די עסקנים!

עס איז דאך געווען עסקנים וואס האבן געהייסן וואטען פאר דעם אנדערען, נישט אזוי?

איך קען אויך שפילען תם

ניין, נישט די אנדערע, אויך נישט די אנדערע אנדערע נאר די דריטע אנדערן.
ערנסט גערעדט, עס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס די עקשנות פון די יענג אינדארסירער זיך צו האלטן מיט א פארלוירענער קאנדידאט וואס האט אזוי געטראסקעט אין די אנקעטעס אויף אזוי ווייט אז מען האט אראפגעריסן אנדערע וואס קענען יא זען ווייטער ווי די שפיץ נאז.
איך געהער נישט צו יענע הויף, אדער צו סאטמאר בכלל, און עדעמס איז נישט געווען פון די פינף קאנדידאטן אויף מיין בעלאט. אבער די עקשנות זיך צו שטעלן אונטער א לוזער און זיך נישט שטעלן כאטש טיילווייז מיטן פראנטראנער וועט זיך קיינמאל נישט לייגן אויפן שכל.

שרייבסט עס שוין אסאך מאל
אבער אין פאליטיק איז מער אנגענומען צו זיך האלטן ביי אן אינדארסירונג אפילו א קאנדידאט פאלט אביסל, געווענליך וועט מען נאר זען צוריקציען אינדארסירונגען נאך א סקאנדאל
עס נישט קיין מצוה זיך צו האלטן מיט א בדיעבד'יגע אינדארסירונג פאר א קאנדידאט וואס טראסקעט.
איך הייס נישט קיינעם טוישן אינדערסירונג, אבער אויב איין פראקציע וויל טוישן פון א בדיעבד שבדיעבד וואס טויכעט ווי א שטיין צו א פראנטראנער איז לגמרי נישט אין פלאץ פאר די איבעריגע שטיין טויכער צו האבן טענות.

איך בין נישט פון די וואס גלייבן אז ערוויילטע באאמטע אין א ליבעראלע דעמאקראטיע זענען אייפערזיכטיגע גענגסטערס וואס זענען זיך נוקם אין פארעטערישע געמיינדעס, נישט אזוי ארבעט דעמאקראטיע (אמווייניגסטנס נישט אזוי דארף דעמאקראטיע צו ארבעטן. יעדער איז באקאנט מיטן לעצטיגן אויסנאם). אבער פראקטיש גערעדט האט יעצט איין קהילה אין וויליאמסבורג אן אפענע אויער ביים ווארשיינליכן צוקונפטיגן מעיאר, עפעס וואס וואלט נישט געווען אן די עדעמס אינדארסירונג.

יוניאנס האבן נישט קיין גרויסע ברירות און מוזן אינדארסירן די קאנדידאט וואס איז דאס מערסטע געטריי צו די אינטערעסן פון לעיבאר און פאליציי יוניאנס האבן קיינמאל נישט געוויזן קיין טראפ פארשטאנד, פראקטישקייט אדער פראגמאטיזם. (איך גלייב נישט אז עס איז דא אפילו איין עסקן וואס האלט אז די ריכטיגע וועג פון שתדלנות איז נאכצומאכן די ווילדע פאליציי שטרייטן מיטן מעיאר.)
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך גדל »

ממוצע האט געשריבן:לייו רעזולטאטן פון מיינע פילינגס, און צוזאמענהאנג מיטן גאנצן אשכול...

איך בין זייער נישט העפי מיט עדעמס. א טיפישער פאליטיקאנט. נישט קיין גרויסער חכם. שלעכטע מידות און עגאיסט. ברענגט גארנישט פריש צום טיש. איך בין זייער אנטוישט אז יענג איז אראפ, כאטש איך האב דאס שוין פארגעזעהן לאנג צוריק.

געשטימט האב איך אבער פאר עדעמס סעקאנד טשויס. מיט א פארשטאפטע נאז כידוע. דאס איז סתם ווייל מיין פערזענליכע שטימע איז מיר נישט גענוג מעלה ומוריד, אז איך זאל ווידערשפעניגן די פלאקאטן. כאטש מיין קליינע מיינונג איז אז מ'גייט נאך עסן (אסאך) שטרוי מיט דעם עדעמס. מארק מיי ווארדס.

איין זאך יא, כ'האב פרובירט וויפיל איך האב געקענט צו ברענגען מענטשן צו וואטן -- פאר וועם אימער זיי ווילן. סא לאמיר זאגן אז כ'האב ארויסגעברענגט 50 שטימען, דעמאלטס האב איך ארויסגעברענגט 2 פראצענט שטימען. אסאך. ניין?

#פיל_בעסער...

בערך וואס איך האב געטראכט
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

למעשה האב איך הנאה אז ס'געווען כאטש איין פראקציע וואס האט אינדארסירט עדעמס. כשלמה ועוד לקרא. כ'האלט נישט אז מ'וואלט עס געדארפט טוען לכתחילה. אבער למעשה, אז ער געווינט, און למעשה איז דאך ס'רוב יא געבליבן פאר יענג, איז עס א גוטע זאך.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”