ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פרישע קוגל »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:רעספעקט רעשמעקט.
מיינסט אז מעיאר עדעמס גייט זיצן און קלערן איבער געוואלדיגע רעספעקט וואס קומט זיך פאר דעם אדער יענעם פאר זייערע פרינציפן און געניטע פאליטישע מאנעוורעס? א נעכטיגע טאג.

באטאם ליין, דער און דער עסקן פון וויליאמסבורג האט אים אינדארסירט האט יענער אן אפענע אויער ביים מעיאר. מען וועט ענדערש אויפהייבן נאכן ערשטן קלינג ווען יענער רופט מיט א פארלאנג אדער א פראבלעם.

גערעכט, אבער דער און דער עסקן פון וויליאמסבורג פארבלייבט מיט א טיטל אז זיינע פרינציפן זענען ביי עם ערשט.
צומאל איז עס ווערט. פאר די אידן בכלל וועט עדעמס זיין זייער גוט עניוועי
לעצט פארראכטן דורך פרישע קוגל אום מיטוואך יוני 23, 2021 1:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
חינוך אן פאולס, פאולס אן די חינוך יענג וו"ס עדעמס. וועלעכע וואלט ענדערשט געגאנגען?

לאמיר דיר צוריק פרעגן.

יענג אן חינוך מיט די פאולס, עדעמס מיט די חינוך אן די פאולס, וועלכע וואלט ענדערש געגאנגען?

נאך מער,

יענג און עדעמס אן די חינוך, עדעמס אן די פאולס, פאר וועם?

איך רעד "אן די פאולס" אויף די וועג וואס עדעמס איז געווען ווען מ'האט אינדארסירט יענג. הגם די שאלה איז רעלעוואנט אפילו ביי נידעריגער.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך בן טוב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אבער פראקטיש גערעדט האט יעצט איין קהילה אין וויליאמסבורג אן אפענע אויער ביים ווארשיינליכן צוקונפטיגן מעיאר, עפעס וואס וואלט נישט געווען אן די עדעמס אינדארסירונג.

.)

אלע קאנדידאטן וואס האבן געווינען זענען נאך אלץ געקומען נאכדעםאויף אלע פיר צו די אנדערע עסקנים וואס שטימען נישט דוקא מיטן פראנט ראנער כ'ווייס נישט פארוואס אבער אזוי איז עס
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:רעספעקט רעשמעקט.
מיינסט אז מעיאר עדעמס גייט זיצן און קלערן איבער געוואלדיגע רעספעקט וואס קומט זיך פאר דעם אדער יענעם פאר זייערע פרינציפן און געניטע פאליטישע מאנעוורעס? א נעכטיגע טאג.

באטאם ליין, דער און דער עסקן פון וויליאמסבורג האט אים אינדארסירט האט יענער אן אפענע אויער ביים מעיאר. מען וועט ענדערש אויפהייבן נאכן ערשטן קלינג ווען יענער רופט מיט א פארלאנג אדער א פראבלעם.

אבער ווען ס'וועט קומען די חינוך אישו. וועט ער וויסן אז דאס איז קיין אישו ביי יענעם עסקן. עכ"פ בנוגע די וואוטס. ספעציעל ווען דער שטימונג איז אנטי חינוך.
לעצט פארראכטן דורך ממוצע אום מיטוואך יוני 23, 2021 1:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:חינוך אן פאולס, פאולס אן די חינוך יענג וו"ס עדעמס. וועלעכע וואלט ענדערשט געגאנגען?

שווערע שאלה. איך וואלט עס געלאזט פאר א דעת תורה צו פסק'נען...

פשוט אז פאולס זענען די דעת תורה, ביי ד פאליטישע עסקנים.

א גרויס טייל האבען זיך ביטער פארעכענט, מיסקאלקילושיען.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

בעיביסיטער האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס וועט דער קהלה אינדארסירטער קאנדידאט עדעמס זיין די קומעדיגע מעיאר פון ניו יארק!!!!!!!!!
אשריכם תושבי ניו יארק פארן אויספאלגן די פארלאנגען די די עסקנים!

עס איז דאך געווען עסקנים וואס האבן געהייסן וואטען פאר דעם אנדערען, נישט אזוי?

איך קען אויך שפילען תם

ניין, נישט די אנדערע, אויך נישט די אנדערע אנדערע נאר די דריטע אנדערן.
ערנסט גערעדט, עס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס די עקשנות פון די יענג אינדארסירער זיך צו האלטן מיט א פארלוירענער קאנדידאט וואס האט אזוי געטראסקעט אין די אנקעטעס אויף אזוי ווייט אז מען האט אראפגעריסן אנדערע וואס קענען יא זען ווייטער ווי די שפיץ נאז.
איך געהער נישט צו יענע הויף, אדער צו סאטמאר בכלל, און עדעמס איז נישט געווען פון די פינף קאנדידאטן אויף מיין בעלאט. אבער די עקשנות זיך צו שטעלן אונטער א לוזער און זיך נישט שטעלן כאטש טיילווייז מיטן פראנטראנער וועט זיך קיינמאל נישט לייגן אויפן שכל.

שרייבסט עס שוין אסאך מאל
אבער אין פאליטיק איז מער אנגענומען צו זיך האלטן ביי אן אינדארסירונג אפילו א קאנדידאט פאלט אביסל, געווענליך וועט מען נאר זען צוריקציען אינדארסירונגען נאך א סקאנדאל

ופשוט הוא ,
דער געווינער אפילו די האסט אים נישט אינדארסד רעספעקט דיך אלץ א מען אף פרינסיפעל , משא"כ אויב די דראפסט דיין אינדארסי און לויפט מיטן פראנט ראננער , הגם ער וועט דיר זיין זייער דאנקבאר און וועלן העלפן , אבער איינמאל ער האט היט (פון די מידיא וכדומה) פארוואס זאל ער שוויצן פאר דיר , וויסענדיג אז אויב גייט ער הינקענען גייסטו אים שיקן ליפטערן

ער ווייסט פארוואס מ׳האב אים איבערגעלאזט

וועגן זיין שטעלונג איבער די מוסדות התורה

ער לייענט אויך דעם ניו יארק טיימס
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:רעספעקט רעשמעקט.
מיינסט אז מעיאר עדעמס גייט זיצן און קלערן איבער געוואלדיגע רעספעקט וואס קומט זיך פאר דעם אדער יענעם פאר זייערע פרינציפן און געניטע פאליטישע מאנעוורעס? א נעכטיגע טאג.

באטאם ליין, דער און דער עסקן פון וויליאמסבורג האט אים אינדארסירט האט יענער אן אפענע אויער ביים מעיאר. מען וועט ענדערש אויפהייבן נאכן ערשטן קלינג ווען יענער רופט מיט א פארלאנג אדער א פראבלעם.

גערעכט. אבער די עסקנים וואס האבן געשטיצט יענג טענה'ן פה אחד, אז מיטן אינדארסירן עדעמס וואלט ער קיין פינגער נישט געלייגט אין קאלט וואסער. זילטש.

מיט יענג האט מען כאטש געהאט א שאנס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
פשוט אז פאולס זענען די דעת תורה, ביי ד פאליטישע עסקנים.

א גרויס טייל האבען זיך ביטער פארעכענט, מיסקאלקילושיען.

פשוט קען עס נישט זיין, ווייל כ'קען אסאך מענטשן וואס זענען מחולק מיט דיר, און וואלטן אזא פשוט'ע זאך זיכער נישט פארזעהן...
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

תגובה דורך פונדערנאנט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:נו פארענטפער פארוואס האט אים קראונהייטס אינדארסירט? פארוואס האט אים פלעטבוש אינדארסירט? פארוואס האט מונקאטשע רבי געבעטען ביי די מיטינג פאריגע וואך אז מ׳זאל אים אידארסירען?

קודם זאג מיר וועמען קראונהייטס מיט מונקאטש האבן אינדארסירט אין די לעצטע מעיאר וואלן נאכדעם וועל איך זיי פארענטפערן...

קראונהייטס און מונקאטש האבן נישט געטוישט, נאר מתחילה אים אינדארסירט.

יעצט ווי קומט דא אריין געטוישט?

קומט טאקע נישט אריין דא... איך בעק שוין ארויס.

זעהט אויס דו טראכסט פון איין זאך אבער קוק איבער מיין תגובה וואס די האסט צוטירט וועסטו זעהן אז איך באצו מיך צו איינעם וואס האט געוואלט ברענגען א ראי׳ אז עדעמס איז נישט גוט געווען מיט אונז ווייל קיינער האט אים נישט אינדארסירט. האב איך אים געפרעגט אויב אזוי וואס איז פשט פון די וואס האבן אים יא אינדארסירט. יעצט פרעג איך דיר איבער נאכאמאל ווי קומט דא אריין טוישן???
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ממוצע האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:רעספעקט רעשמעקט.
מיינסט אז מעיאר עדעמס גייט זיצן און קלערן איבער געוואלדיגע רעספעקט וואס קומט זיך פאר דעם אדער יענעם פאר זייערע פרינציפן און געניטע פאליטישע מאנעוורעס? א נעכטיגע טאג.

באטאם ליין, דער און דער עסקן פון וויליאמסבורג האט אים אינדארסירט האט יענער אן אפענע אויער ביים מעיאר. מען וועט ענדערש אויפהייבן נאכן ערשטן קלינג ווען יענער רופט מיט א פארלאנג אדער א פראבלעם.

אבער ווען ס'וועט קומען די חינוך אישו. וועט ער וויסן אז דאס איז קיין אישו ביי יענעם עסקן. עכ"פ בנוגע די וואוטס. ספעציעל ווען דער שטימונג איז אנטי חינוך.

אויב עס נישט קיין אישו פארוואס האט עדעמס גערעדט קלאר פרא חינוך די לעצטע פאר וואכען?
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
אויב עס נישט קיין אישו פארוואס האט עדעמס גערעדט קלאר פרא חינוך די לעצטע פאר וואכען?

ווייל ער פארשטייט אז "סימבאליש" איז עס וויכטיג. און ביי דעם בלייבט עס.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ממוצע האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
פשוט אז פאולס זענען די דעת תורה, ביי ד פאליטישע עסקנים.

א גרויס טייל האבען זיך ביטער פארעכענט, מיסקאלקילושיען.

פשוט קען עס נישט זיין, ווייל כ'קען אסאך מענטשן וואס זענען מחולק מיט דיר, און וואלטן אזא פשוט'ע זאך זיכער נישט פארזעהן...

לויט דיין שכל הישר, ווען יענג איז צען פערצענט, עדעמס פערציג, וואלט מען אינדעסירט יענג

יא אדער ניין?
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פרישע קוגל »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
אויב עס נישט קיין אישו פארוואס האט עדעמס גערעדט קלאר פרא חינוך די לעצטע פאר וואכען?

און פארוואס האט ער גערעדט דערקעגן אפאר וואכן ביפאר?
---
מען קען איבערקייען אלע צדידים פיפציג מאל, סך הכל איז יענג דא געווען פון די ערשטע מינוט און עדעמס האט געפאנפעט. איך האלט אז עס האט זיך ארויסגעשטעלט גוט אז איין צד האט עם אינדארסירט אזוי וועט ער מעגלעך טאקע זיין גוט איבער די חינוך אישו
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פונדערנאנט האט געשריבן:נו פארענטפער פארוואס האט אים קראונהייטס אינדארסירט? פארוואס האט אים פלעטבוש אינדארסירט? פארוואס האט מונקאטשע רבי געבעטען ביי די מיטינג פאריגע וואך אז מ׳זאל אים אידארסירען?

דו האסט אפשר א צעטל פון קהילת מונקאטש אז די חסידים זאלן שטימען פאר עדעמס?

אפשר א טוויט פון @minkatchhq אדער א צעטל פון די מוסדות?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פרישע קוגל »

פארוואס עפענט מען נישט א אשכול פאר לייוו רעזולטאטן פון די וואטס...?
לעצט פארראכטן דורך פרישע קוגל אום מיטוואך יוני 23, 2021 1:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פונדערנאנט »

פרישע קוגל האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:עס איז קיין סוד נישט אז דאס איז נאר געווען די סיבה וואס מ׳האט געזאגט פאר די גאס

ווען די האסט א רגע, זיי מיר מגלה די עכטע סיבה... מיז נישט זיין אויף די מינוט.
-----
נעווער מיינד, כ'געמיינט ס'דא עפעס חידישים, פאר סתם פאליטיקס בין איך נישט דא

ווילסט איך זאל שרייבן? ווייסט דיך אז מ׳גייט עס מעקן..

אויב ביסטו נישט דא פאר סתם פאליטיק דעמאלטס שרייב נישט אז די סיבה איז געווען ״נאר״ וועגן די פאולס…
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך סראלי »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
פשוט אז פאולס זענען די דעת תורה, ביי ד פאליטישע עסקנים.

א גרויס טייל האבען זיך ביטער פארעכענט, מיסקאלקילושיען.

פשוט קען עס נישט זיין, ווייל כ'קען אסאך מענטשן וואס זענען מחולק מיט דיר, און וואלטן אזא פשוט'ע זאך זיכער נישט פארזעהן...

לויט דיין שכל הישר, ווען יענג איז צען פערצענט, עדעמס פערציג, וואלט מען אינדעסירט יענג

יא אדער ניין?

געהאט א טשאנס לויט די פאולס

זיך שמיציג געמאכט צו דיפענדן אונזער חינוך סיסטעם

-
עדעמס האט יא געלאזט פאלן ווערטער קעגן אונזער חינוך סיסטעם

מיט רענקט טשויס האט מען אים געגעבן דעם צווייטן ארט
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פרישע קוגל »

פונדערנאנט האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:עס איז קיין סוד נישט אז דאס איז נאר געווען די סיבה וואס מ׳האט געזאגט פאר די גאס

ווען די האסט א רגע, זיי מיר מגלה די עכטע סיבה... מיז נישט זיין אויף די מינוט.
-----
נעווער מיינד, כ'געמיינט ס'דא עפעס חידישים, פאר סתם פאליטיקס בין איך נישט דא

ווילסט איך זאל שרייבן? ווייסט דיך אז מ׳גייט עס מעקן..

אויב ביסטו נישט דא פאר סתם פאליטיק דעמאלטס שרייב נישט אז די סיבה איז געווען ״נאר״ וועגן די פאולס…

ניין ניין, ברויכסט נישט שרייבן. שוין געהערט אלע לאקשן.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

למעשה זעהט אויס ווי די גאנצע היימישע וואוט איז א גרויסע באלאן, ובפרט ווען עס קומט צו מעיאר רעיסעס, אבער קאנדידאטן פאלן נאך אלץ כסדר דערפאר.
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פונדערנאנט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:נו פארענטפער פארוואס האט אים קראונהייטס אינדארסירט? פארוואס האט אים פלעטבוש אינדארסירט? פארוואס האט מונקאטשע רבי געבעטען ביי די מיטינג פאריגע וואך אז מ׳זאל אים אידארסירען?

דו האסט אפשר א צעטל פון קהילת מונקאטש אז די חסידים זאלן שטימען פאר עדעמס?

אפשר א טוויט פון @minkatchhq אדער א צעטל פון די מוסדות?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן...

פיין בזה נצחתני. ענטפער אבער אויף די אנדערע.
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פרישע קוגל »

יואל שרייבער האט געשריבן:למעשה זעהט אויס ווי די גאנצע היימישע וואוט איז א גרויסע באלאן, ובפרט ווען עס קומט צו מעיאר רעיסעס, אבער קאנדידאטן פאלן נאך אלץ כסדר דערפאר.

:wink: מיך טאקע געווינדערט פארוואס זיי זוכן נאך אינזער שטיצע
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך פונדערנאנט »

פרישע קוגל האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:עס איז קיין סוד נישט אז דאס איז נאר געווען די סיבה וואס מ׳האט געזאגט פאר די גאס

ווען די האסט א רגע, זיי מיר מגלה די עכטע סיבה... מיז נישט זיין אויף די מינוט.
-----
נעווער מיינד, כ'געמיינט ס'דא עפעס חידישים, פאר סתם פאליטיקס בין איך נישט דא

ווילסט איך זאל שרייבן? ווייסט דיך אז מ׳גייט עס מעקן..

אויב ביסטו נישט דא פאר סתם פאליטיק דעמאלטס שרייב נישט אז די סיבה איז געווען ״נאר״ וועגן די פאולס…

ניין ניין, ברויכסט נישט שרייבן. שוין געהערט אלע לאקשן.

אז די ווייסט איז גוט, ווערט אבער נישט קיין לאקשן ווייל ס׳איז דיר בעסער אזוי..
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פונדערנאנט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:נו פארענטפער פארוואס האט אים קראונהייטס אינדארסירט? פארוואס האט אים פלעטבוש אינדארסירט? פארוואס האט מונקאטשע רבי געבעטען ביי די מיטינג פאריגע וואך אז מ׳זאל אים אידארסירען?

דו האסט אפשר א צעטל פון קהילת מונקאטש אז די חסידים זאלן שטימען פאר עדעמס?

אפשר א טוויט פון @minkatchhq אדער א צעטל פון די מוסדות?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן...

פיין בזה נצחתני. ענטפער אבער אויף די אנדערע.

די אנדערע איז די זעלבע ליגנט ווי מונקאטש.

ווער איז קראונהייטס? ווער איז פלעטבוש? וויפיל שטימען האט דארט עדעמס געהאט??? יענג האט געהאט א לענדסלייד אין פלעטבוש!! סטעטען איילענד האט אויפגענומען ביידע קאנדידאטן און יעדער האט געשטימט פאר וועמען זיי ווילן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך ממוצע »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
לויט דיין שכל הישר, ווען יענג איז צען פערצענט, עדעמס פערציג, וואלט מען אינדעסירט יענג

יא אדער ניין?

ניין. אבער דאס טוישט נישט דער פאקט אז מ'האט געשטימט פאר איינעם וואס האט שאנסן, צוליב חינוך. וואס ווען נישט דעם וואלט מען זיכער געשטימט עדעמס.

דו פרעגסט אזעלכע לומדי'שע רייד. פשוט גערעדט, אויב וואלט יענג נישט ארויסגעקומען וועגן די חינוך וואלט מען אים נישט אינדארסירט. האלטסט נישט אזוי?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2021 לייוו רעזולטאטן

תגובה דורך יואל שרייבער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:חינוך אן פאולס, פאולס אן די חינוך יענג וו"ס עדעמס. וועלעכע וואלט ענדערשט געגאנגען?

שווערע שאלה. איך וואלט עס געלאזט פאר א דעת תורה צו פסק'נען...

פשוט אז פאולס זענען די דעת תורה, ביי ד פאליטישע עסקנים.

א גרויס טייל האבען זיך ביטער פארעכענט, מיסקאלקילושיען.

האלטסט טאקע אז אזויפיל מענטשן וואס טוען אין פאליטיקס שוין יארן האבן פשוט פארזען א זאך וואס יעדער שמויגער האט געוואוסט?

מען קען שפעקולירן פארוואס, אבער איך בין זיכער אז זיי האבן גענומען אין באטראכט די שטארקע מעגליכקייט אז יענג גייט פאלן און נאכאלץ מחליט געווען צו גיין מיט אים.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”