רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מתוקים האט געשריבן:פון וועלבע יאר איז די בילד ווי מ'זעט ר' משה שליט"א שפאצירן ??

תשס"ז
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

א צדיק ועובד ה׳ כל ימיו.

געווען מיין מלמד (סובסטיטוט) אסאך מאל אין חדר אין די תש״מ יארן.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א שטארקע ידידות האט געהערשט צווישן ר' שמשון ז"ל מיט יבלחט"א רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אנגעהויבן האט זיך עס דאס ערשטע מאל וואס ר' שמשון איז געפארן אויף ראש השנה צום קיבוץ אין ירושלים אין די ל' יארן.

אין די ספרים אוסף מכתבים איז דא עטליכע בריוו וואס ר' יעקב מאיר שרייבט פאר ר' שמשון מיט געוואלדיגע הערצה, ער באדאנקט אים פאר די תמיכה וואס ער שיקט אים און בעט אים כמעט אין יעדע בריוו "נא להעתיר בעדי יעקב מאיר בן חי' דינה".

מיט עטליכע יאר צוריק, ווען ר' יעקב מאיר איז דאס ערשטע מאל געווען אין אומאן אויף ראש השנה, האט ער געבעטן זיינע גבאים מ'זאל אים ברענגען ר' שמשון. צום גדלי' איז טאקע ר' שמשון אריבערגעגאנגען קיין קרי' נאמנה וואו ס'איז געווען א הערליכע ווארימע שמועס, מ'האט זיך דערמאנט אלטע זכרונות און גערעדט איבער דעם רבי'נס זאך מיט גרויס רגש...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ער איז אויך געווען זייער נאנט מיט יבלחט"א הגה"צ רבי אברהם כ"ץ שליט"א, טאהש מאנסי, וואס האט זיך געהאלטן פאר א תלמוד מובהק פון ר' שמשון און איז געווען ממש בטל פאר אים, מ'זאגט אז ר' שמשון האט אים מקרב געווען קיין ברסלב.

אינטערסאנט אז ר' שמשון זעלבסט איז מקורב געווארן צו ברסלב, נישט דורך קיין שום משפיע אדער זייטיגע ספר, נאר דורך א תורה אין ליקוטי מהר"ן. ער האט געלערנט תורה כ"ב חותם בתוך חותם און ער האט געכאפט אזא התפעלות דערפון אז ער איז שוין געבליבן דבוק אין ברסלב כל ימיו. בפרט האט ער געהאט א מורא'דיגן רגש אין דעם ספר ליקוטי מהר"ן, וואס ער האט געלערנט אומצאליגע מאל בעיון נמרץ. ער פלעגט עס זאגן כמעט ביי יעדן שמועס אז דער עיקר אחיזה אין רבי נחמן איז דורך לערנען זיין ספר ליקוטי מהר"ן.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

א הייליגער איד וואו רבי שמשון זצ"ל וואו הייבט מען אן? פשוט פשט אין די ווערטער "שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירה ולא החזיק טובעיתא לנפשי'", דא האסט זיך געדרייט א איד וואס עולם הזה האט מען איהם קיין שייכות געהאט! געלעבט מיט'ן אייבערשטן כל ימיו, געליגן אין לערנען וואו אינגערמאן, וואו א קינד מיט א זעלטענע חיות און פרישקייט.

די לעצטערע יאר'ן ווען ער איז ליידער געווען שוואך, און געמוזט נעמען טריעטמענט ל"ע, ווען ער פלעגט צירוק קומען פון דאקטער, שוואך ווי א פליג, איז ער געלאפן אין כולל און זיך געזעצט לערענען מיט אזא מין פרישקייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן.אבער דאס קומט נאר צילוב דעם וואס אלע זיינע יארן האט ער געהארעוועט אויף זיך מיט קדושה ופרישות און יגיעת התורה עד להפליא.

"וכבוד עשה לו במותו" וואו טרעפליך האט זיך הגה"צ טאש'ע דיין שליט"א פון קרית יואל אויסגעדריקט אויף רבי שמשון במילי דהספידא, דו וועלט רופט אן א לוי' "כבוד האחרון" ביי רבי שמשון קען מען זאגן ס'איז זיין "ערשטע מאל" וואס מען גיבט איהם כבוד. דאס איז על אף וואס 'יעדער' האט געוואוסט זיין גרויסקייט, "רבי שמשון" איז געווען א שם דבר פון אן ערליכער איד אייביג זינט! אבער מען האט איהם קיינמאל געזעהן זיצן ערגעץ אויף א אויבן אן נעמען כבוד, אדער מאכן פון זיך א ישות, חלילה ס'איז נישט געווען אין זיין דיקשאנערי, ער איז נישט געווען קיין בורח מן הכבוד, ווייל כבוד האט נישט עקזעסירט!

וואו נעמט מען נאך אזאנע ערליכע פרומע אידן, דער אייבערשטער זאל שוין טרייסטן כלל ישראל מיט די גאולה שלימה.
יותר אי אפשר להאריך אפשר אין אן אנדערע געלעגענהייט.
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום מאנטאג יוני 14, 2021 8:05 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

שטייגען האט געשריבן:איך האב אפאר מאל געהערט פון עהם די מעשה ווען ער איז געפארן קיין אומאן אינטער די קאמאנסיטן, אין ווי מהאט זיי איינגעשפארט, אין מהאט גערעדט דארט פון מיתה,


דאס ערשטע מאל וואס ער איז געפארן האט עס געקאסט זייער אסאך געלט וואס ער האט נישט געהאט, ער האט דעמאלט פארקויפט אסאך פון זיינע ווערטפולע חפצים צו קענען אויפקומען מיט דאס געלט.

ער פלעגט פארציילן ווי ער האט זיך ארויסגעכאפט פון דעם שטרענג באוואכטן האטעל אין קיעוו, דורך א פענסטער, אונטער די נעגל פון די קאמיוניסטישע רשעים, פון דארט איז ער געלאפן א שטיקל מהלך און דאן אפגעשטעלט א טעקסי פרעגן צי יענער קען אים נעמען אין אומאן, טראץ דעם וואס געווענליך האבן קאר סערוויס דרייווערס געציטערט צו נעמען סתם אזוי מענטשן האט דער דרייווער באלד מסכים געווען און ער האט טאקע זוכה געווען צו זיין ביים ציון. ער האט געהאלטן אז דאס איז געווען א שליח פון הימל שלא כדרך הטבע.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

להודיע האט געשריבן:א שטארקע ידידות האט געהערשט צווישן ר' שמשון ז"ל מיט יבלחט"א רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אנגעהויבן האט זיך עס דאס ערשטע מאל וואס ר' שמשון איז געפארן אויף ראש השנה צום קיבוץ אין ירושלים אין די ל' יארן.

אין די ספרים אוסף מכתבים איז דא עטליכע בריוו וואס ר' יעקב מאיר שרייבט פאר ר' שמשון מיט געוואלדיגע הערצה, ער באדאנקט אים פאר די תמיכה וואס ער שיקט אים און בעט אים כמעט אין יעדע בריוו "נא להעתיר בעדי יעקב מאיר בן חי' דינה".

מיט עטליכע יאר צוריק, ווען ר' יעקב מאיר איז דאס ערשטע מאל געווען אין אומאן אויף ראש השנה, האט ער געבעטן זיינע גבאים מ'זאל אים ברענגען ר' שמשון. צום גדלי' איז טאקע ר' שמשון אריבערגעגאנגען קיין קרי' נאמנה וואו ס'איז געווען א הערליכע ווארימע שמועס, מ'האט זיך דערמאנט אלטע זכרונות און גערעדט איבער דעם רבי'נס זאך מיט גרויס רגש...

ער איז געווען פון רבי יעקב מאיר שליט"א'ס גרויסע שטיצער'ס נאך פאר די וועלט האט געוואוסט פון רבי יעקב מאיר צו זאגן.

אגב, רבי שמשון פלעגט שיקן סכומים אדורים פאר עניי ארץ ישראל.
אנגעהויבן פון עטליכע וואכן פאר פסח איז ער ארומגעלאפן שאפן געלט פאר קמחא דפסחא יאר יערליך. עס געדענקט זיך נאך ווי מיט זיין שוואכן גוף האט ער ארומגעקלעטערט אין אלע שוהל אין וויליאמסבורג און קרית יואל צו וואו נאך, און געגאנגען נאך געלט. דאס האט ער געטוען יאר יערליך לע"נ זיין טאט'ן רבי יהוסף ז"ל.
אפילו אין די לעצטערע יארן בשארית כוחותיו האט ער מיט עקשנות נישט געוואלט מוותר זיין אויפן געלט גיין פאר פסח.
ס'איז געווען א מחזה צו זעהן אידן באווארפן איהם מיט געלט וויסנדיג און שעצענדיג ערכו הרם. והלך לפניו צדקיו.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

בניו:
בנו ר' שמואל אהרן
בנו ר' ברוך נחום
בנו ר' נחמי'
בנו ר' נתן יושע
בנו ר' נחמן
בנו ר' יהוסף

חתניו:
ר' יחזקאל גאלדמאן
ר' אהרן יצחק בראון
ר' נחמן לעפקאוויטש
ר' יואל לייפער
ר' יואל גאלדבערגער
ר' יוסף רובינפעלד
על "טעם וריח" אין להתווכח
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

זיך דרייען במחיצתו האט משפיע געווען א יראה און א דערהויבנקייט. בפרט ווען מען האט צוגעקוקט זיין דאווענען, זיין קריאת שמע, כעומד לפני המלך וכבן המתחטא לפני אביו.

כ'האב געהאט די זכי' צו עסן עטליכע יאר די סעודות ראש השנה אינאיינעם מיט אים, ער פלעגט זיצן מיט אזא שפלות און התרוממות, דאס עסן איז געווען א טפל צו די זמירות און די דברי תורה, כ'געדענק אז ער האט אמאל נאכגעזאגט פון רבי נחמן אז "בשמך יגילון כל היום" איז ר"ת בכיה, און געזאגט אז אינטערסאנט אז אין חתם סופר שטייט די זעלבע ראשי תיבות. ער האט צוגעלייגט אז אין ליקוטי מהר"ן שטייט טאקע "עיקר מעלת הבכי' הוא כשהיא מחמת שמחה", מ'דארף אבער וויסן אז ס'איז אויך דא א טפל, צו וויינען פשוט מתוך מרירות...


ער האט געריסן פון זיך שטיקער, ווינציג געשלאפן, נאך ווינציגער געגעסן, און נישט סובל געווען קיין לייכטזיניגקייט אדער בטלה. מיט זיין פטירה האבן מיר פארלוירן א דמות פון אן אמת'ער כובש את יצרו ומתאכזר על גופו, א ריכטיגער עבד ה', וואס איז פשוט פארשווארצט געווארן פון זיין אומאויפהערליכע עבדות, געארבעט און געפאדערט פון זיך אן קיין אפהאלט, זיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידיו זענען בכלל נישט געווען קיין מאן דאמר ווען ס'איז געקומען צו זיין עבודת ה', אויך אין די שווערסטע זמנים, ווען ער האט נישט געקענט שטעלן א טריט אליינס. הצדיק אבד לדורו אבד.
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

20210614_165158.jpg
20210614_165158.jpg (422.29 KiB) געזען 1694 מאל
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

איך דענק ווי אלס יונגער בחור פון 13 אדער 14 יאר איז מיר אמאל אויסגעקומען צו דאווענען אין ביהמ"ד נעבן ר' שמשון זצ"ל, און נאכן דאווענען ביים צאמלייגן די תפילין של רש"י האט ער בטעות גענומען מיינע שיידעלעך, און ער האט אנגעטוהן תפילין של ר"ת.

און איך יונגער בחור'ל זוך ארום מיינע שיידעלעך און איך קען עס נישט טרעפן, איך זעה נאר עפעס אלטע שיידעלעך וואס שיינט צו זיין ר' שמשון'ס, אבער ער האט דאך שוין צאמגעלייגט זיינע תפילין...

ווען ס'איז אדורך א שיינע פאר מינוט און איך האב נישט געטראפן מיינע שיידעלעך, האב איך בלית ברירה גענומען די אלטע שיידעלעך און געגאנגען אין ישיבה קטנה.

שפעטער נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען פון ישיבה, בין איך אריבער צו ר' שמשון אינדערהיים אויף עקערס ראוד קארנער קראלי, ער האט אליינס געעפענט די טיר בכבודו ובעצמו מלובש מיט א טיש בעקיטשע, און איך זאג אים אזוי שעמעדיג אז ס'דאכט זיך מיר אז מיר האבן זיך אויפגעטוישט שיידעלעך צופרי ביים דאווענען.

ער איז גלייך געלאפן צו זיין טלית בייטל און טאקע באמערקט די טעות, אבער ער האט עס נישט סתם גענומען און צוריקגעגעבן, ער האט זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א לשם יחוד לקיים מצות השבת גזילה און הערשט נאכדעם האט ער עס צוריקגעגעבן...

די מחזה הוד פון דאס תמימות און ערליכקייט זיינע איז מיר געבליבן טיף איינגעקריצט אין זכרון!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

איש חמודות האט געשריבן:איך דענק ווי אלס יונגער בחור פון 13 אדער 14 יאר איז מיר אמאל אויסגעקומען צו דאווענען אין ביהמ"ד נעבן ר' שמשון זצ"ל, און נאכן דאווענען ביים צאמלייגן די תפילין של רש"י האט ער בטעות גענומען מיינע שיידעלעך, און ער האט אנגעטוהן תפילין של ר"ת.

און איך יונגער בחור'ל זוך ארום מיינע שיידעלעך און איך קען עס נישט טרעפן, איך זעה נאר עפעס אלטע שיידעלעך וואס שיינט צו זיין ר' שמשון'ס, אבער ער האט דאך שוין צאמגעלייגט זיינע תפילין...

ווען ס'איז אדורך א שיינע פאר מינוט און איך האב נישט געטראפן מיינע שיידעלעך, האב איך בלית ברירה גענומען די אלטע שיידעלעך און געגאנגען אין ישיבה קטנה.

שפעטער נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען פון ישיבה, בין איך אריבער צו ר' שמשון אינדערהיים אויף עקערס ראוד קארנער קראלי, ער האט אליינס געעפענט די טיר בכבודו ובעצמו מלובש מיט א טיש בעקיטשע, און איך זאג אים אזוי שעמעדיג אז ס'דאכט זיך מיר אז מיר האבן זיך אויפגעטוישט שיידעלעך צופרי ביים דאווענען.

ער איז גלייך געלאפן צו זיין טלית בייטל און טאקע באמערקט די טעות, אבער ער האט עס נישט סתם גענומען און צוריקגעגעבן, ער האט זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א לשם יחוד לקיים מצות השבת גזילה און הערשט נאכדעם האט ער עס צוריקגעגעבן...

די מחזה הוד פון דאס תמימות און ערליכקייט זיינע איז מיר געבליבן טיף איינגעקריצט אין זכרון!


השבת גזלה? נו נו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איש חמודות האט געשריבן:איך דענק ווי אלס יונגער בחור פון 13 אדער 14 יאר איז מיר אמאל אויסגעקומען צו דאווענען אין ביהמ"ד נעבן ר' שמשון זצ"ל, און נאכן דאווענען ביים צאמלייגן די תפילין של רש"י האט ער בטעות גענומען מיינע שיידעלעך, און ער האט אנגעטוהן תפילין של ר"ת.

און איך יונגער בחור'ל זוך ארום מיינע שיידעלעך און איך קען עס נישט טרעפן, איך זעה נאר עפעס אלטע שיידעלעך וואס שיינט צו זיין ר' שמשון'ס, אבער ער האט דאך שוין צאמגעלייגט זיינע תפילין...

ווען ס'איז אדורך א שיינע פאר מינוט און איך האב נישט געטראפן מיינע שיידעלעך, האב איך בלית ברירה גענומען די אלטע שיידעלעך און געגאנגען אין ישיבה קטנה.

שפעטער נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען פון ישיבה, בין איך אריבער צו ר' שמשון אינדערהיים אויף עקערס ראוד קארנער קראלי, ער האט אליינס געעפענט די טיר בכבודו ובעצמו מלובש מיט א טיש בעקיטשע, און איך זאג אים אזוי שעמעדיג אז ס'דאכט זיך מיר אז מיר האבן זיך אויפגעטוישט שיידעלעך צופרי ביים דאווענען.

ער איז גלייך געלאפן צו זיין טלית בייטל און טאקע באמערקט די טעות, אבער ער האט עס נישט סתם גענומען און צוריקגעגעבן, ער האט זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א לשם יחוד לקיים מצות השבת גזילה און הערשט נאכדעם האט ער עס צוריקגעגעבן...

די מחזה הוד פון דאס תמימות און ערליכקייט זיינע איז מיר געבליבן טיף איינגעקריצט אין זכרון!

שיינע מעשה.

אוהב ספרים האט געשריבן:השבת גזלה? נו נו

פארוואס דען נישט, אלץ גזל בשוגג?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אוהב ספרים האט געשריבן:השבת גזלה? נו נו

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס דען נישט, אלץ גזל בשוגג?

כמובן אין כאן לא גזל ולא גניבה
אבער ר' שמשון בגודל ענוותונתו ולפי גודל מדריגותיו האט עס אנגעקוקט כאילו ס'איז געווען עפעס א גזילה דא
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

טעם וריח האט געשריבן:א הייליגער איד וואו רבי שמשון זצ"ל וואו הייבט מען אן? פשוט פשט אין די ווערטער "שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירה ולא החזיק טובעיתא לנפשי'", דא האסט זיך געדרייט א איד וואס עולם הזה האט מען איהם קיין שייכות געהאט! געלעבט מיט'ן אייבערשטן כל ימיו, געליגן אין לערנען וואו אינגערמאן, וואו א קינד מיט א זעלטענע חיות און פרישקייט.
די לעצטערע יאר'ן ווער איז ליידער געווען שוואך, און געמוזט נעמען טריעטמענט ל"ע, ווען ער פלעגט צירוק קומען פון דאקטער, שוואך ווי א פליג, איז ער געלאפן אין כולל און זיך געזעצט לערענען מיט אזא מין פרישקייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן.אבער דאס קומט נאר צילוב דעם וואס אלע זיינע יארן האט ער געהארעוועט אויף זיך מיט קדושה ופרישות און יגיעת התורה עד להפליא.

"וכבוד עשה לו במותו" וואו טרעפליך האט זיך הגה"צ טאש'ע דיין שליט"א פון קרית יואל אויסגעדריקט אויף רבי שמשון במילי דהספידא, דו וועלט רופט אן א לוי' "כבוד האחרון" ביי רבי שמשון קען מען זאגן ס'איז זיין ערשטע מאל וואס מען גיבט איהם כבוד. דאס איז אל על וואס 'יעדער' האט געוואוסט זיין גרויסקייט, "רבי שמשון" איז געווען א שם דבר פון אן ערליכער איד אייביג זינד! אבער מען האט איהם קיינמאל געזעהן זיצן ערגעץ אויף א אויבן אן נעמען כבוד, אדער מאכן פון זיך א ישות, חלילה ס'איז נישט געווען אין זיין דיקשאנערי, ער איז נישט געווען קיין בורח מן הכבוד, ווייל כבוד האט נישט עקזעסירט!

וואו נעמט מען נאך אזאנע ערליכע פרומע אידן, דער אייבערשטער זאל שוין טרייסטן כלל ישראל מיט די גאולה שלימה.
יותר אי אפשר להאריך אפשר אין אן אנדערע געלעגענהייט.

טעם וריח הערליך!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

רודף שלום האט געשריבן:
20210614_165158.jpg

באמערקט בנו חביבו הרב נחמי'
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פיאנא האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:
20210614_165158.jpg

באמערקט בנו חביבו הרב נחמי'

שמו המלא נחמי' צבי חיים (הנוי והנצ"ח)
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

איש חמודות האט געשריבן:
פיאנא האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:
20210614_165158.jpg

באמערקט בנו חביבו הרב נחמי'

שמו המלא נחמי' צבי חיים (הנוי והנצ"ח)

און ער האט יעצט א שידוך געטון מיט זיין זון למז''ט.
נשתדך הבן זכר נתרפא כל המשפחה. (יא כ'האב עס פארדרייט...)
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ברוך דיין האמת

האט ער געשוויסטער?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

היבש. עטליכע לעבן שוין נישט. 1 פון 16-17
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

עירמאנט'ער האט געשריבן:ברוך דיין האמת

האט ער געשוויסטער?

א שוועסטער אשת הרה"ג ר' מנשה מאיער אבד"ק גרינוויל
א שוועסטער אשת ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש (טוי סטאר)
א ברודער ר' נחמי' (פלארידע)
מסתמא איז דא נאך
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
עסטרייכער
מאיער
יצחק
ישראל
נחמי'
שמשון
יואל
אהרן
מאשקאוויטש
קרויס
וויינבערגער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו געזונט, ווי קען זיין אז פון ר' נחום האסטו פארגעסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אכט האט געשריבן:מסתמא איז דא נאך

מסתמא? נאר מסתמא?
ווייסטו דען נישט אז די באבע יוטעלע ע"ה האט געהאט אנדערטהאלבן דאזן בליעה"ר

ליידער לעבן שוין נישט ר' יצחק און ר' אהרן.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

צו געזונט האט געשריבן:געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
ר' דוד עסטרייכער
ר' משה וועבערמאן
שמואל קרויס ע"ה
ר' יצחק שווארטץ ע"ה
ר' שמשון ז"ל
הרה"ג ר' מנשה מאיער
ר'נחום
ר' נחמי'
ר' ישראל
ר' יואל
ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער
ר' אהרן (ארי'ש) ע"ה
ר' חיים פריעד
לעצט פארראכטן דורך אכט אום מאנטאג יוני 14, 2021 8:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”