רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
בד"ה אוי הצדיק רבי שמשון 'החסיד' שווארטץ זצ"ל א עובד השם באמת א מתמיד און ת"ח געזיצן און געהארעוועט תורה זיין גאנץ לעבן עס געדענקט זיך זיין שפאצירן אויף פארעסט רד. כולו אומר כבוד מיט די קאפ געבויגן צוליב זיין שמירת עינים און יראת שמים. געווען א געוואלדיגע בעל יסורים מיט גרויסע צרות ל"ע אבער געלערנט תורה פלייסיג און זיך, מיט אנדערע, מחזק געווען בספרי רבינו מוהר"ן, פלעגט כסדר פארלערנען מיט א זיסע שמייכעל ביי זיך אין ביהמ"ד, האט ממאס געווען אין כבוד און געלט אויף א זעלטענע אופן, האט זיכער מגין געווען אויף די גאנצע שטאט קרית יואל ווי ער האט געוואוינט משנות הוסדה לעשות רצון צדיק. יהא זכרו ברוך
לעצט פארראכטן דורך פרוזדור אום מאנטאג יוני 14, 2021 10:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
איי א רעכטער עובד געווען, געלעבט מיטן אויבערשטן, כל כולו יראת שמים.
געוואוינט אין די ערשטע יארן אויף פארעסט נאכן אווערפעסס.
פרוזדור האט געשריבן: קרית יואל ווי ער האט געוואוינט ממש מיום הוסדה לעשות רצון צדיק.
געוואוינט אין די ערשטע יארן אויף פארעסט נאכן אווערפעסס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
נישט ממש מיום הוסדה, נאך טאהש איז ער געגאנגען קיין וויליאמסבורג פון דארט קיין קרית יואל אין די מ' יארן
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
ברוך דיין האמת.
ברסלבע-סאטמערע חסידים זענען ערשיטערט פון די פטירה פון הגאון הצדיק רבי שמשון זצ"ל.
די פענע איז צו ארים פאר מיר צו שרייבן (איצטערט).
עטליכע בילדער וואס כ'האב אמאל ערהאלטן.
מען זעט ר' שמשון (מאחוריו) אין זיין בהמ"ד אין אומאן, בשיחת חברים.
מען זעט ר' שמשון אין זיין בהמ"ד אין אומאן, מוצאי ר"ה שנת תשס"ז לפ"ק, ביחד עם יבלחט"א בניו הרה"ג ר' נחמיה, והרה"ג ר' נתן שליט"א, ונכדו ר' יהוסף שווארץ (בבחרותו). אויך זעט מען עטליכע 'נ נח נחס' וואס האבן מקבל געווען אויף זיך שיטת הקנאות פון ר' שמשון, און זיי האבן שיין פארברענגט אין זיין בהמ"ד.

- אטעטשמענטס
-
- רבי-שמשון-שווארץ-ובניו.jpg (367.92 KiB) געזען 2875 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע: במקום שאין איש
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
זיין איידלקייט און יישוב הדעת איז שווער ארויסצוברענגן אויף פאפיר פאר ווער סהאט עס נישט געזעהן מיט דו אויגען
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
Programming האט געשריבן:נישט מדויק, ער איז שוין געווען מקושר אין ספרי ברסלב נאך אין די געזונטע יארן און ער האט אפילו געהאט עפעס א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן
איך האב אזוי געהערט מא' מבניו יארן צוריק, דארף מען מברר זיין.
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 7
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 8:05 am
ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
הוקאפ יעצט פון די לוויה אויף מערכת ברסלב 605-313-1754 דרוקט 00
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
Programming האט געשריבן:נישט מדויק, ער איז שוין געווען מקושר אין ספרי ברסלב נאך אין די געזונטע יארן און ער האט אפילו געהאט עפעס א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן
די עובדה איז געווען רגיל לשונו.
'ווען כ'האב אנגעהויבן לערנען די ברסלעבע ספרים איז מיין טאטע הרה''ח רבי יהוסף געווארן אביסל צושטורעמט, הלמאי כ'טו עפעס וואס די רבי (רבינו הק' מסאטמאר) האט נישט רעקאמענדירט.
זעמיר דאן צוזאמען אריין אל הקודש פנימה, און די טאטע האט פארגעלייגט די מבוכה.
די רבי איז שוין דאן געווען קראנק און שוואך, און ווען מיין טאטע האט גענדיגט פארלייגן די שאלה, האט זיך די רבי מיטאמאל אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און זיך צופייערט,
''אוי..... די הייליגע הייליגע רבי נחמן..... אוי.....''
עד כאן וואס ער פלעגט אלץ דערציילן.
זכותו הגדול יגן עלינו.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
sheetrock האט געשריבן:בד"ה. נישט געוויסט אז ער איז נישט געזונט געווען. ווי לאנג?
ער ליידט שוין נעבעך בערך פיר יאר.
אוי.... אזא הייליגער תמים תיהיה איד...
אזא אמונת צדיקים אין זיין רעבין מהר''ן, וואס בשארית כוחותיו האט ער זיך מוסר נפש געווען צו פארן אויף אומאן ר''ה.
זיך ארומגעשלעפט אן קיין טראפ כח נאך געלט...
אוי אוי....
מי יתן לנו תמורתו...
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
פיאנא האט געשריבן:Programming האט געשריבן:נישט מדויק, ער איז שוין געווען מקושר אין ספרי ברסלב נאך אין די געזונטע יארן און ער האט אפילו געהאט עפעס א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן
די עובדה איז געווען רגיל לשונו.
'ווען כ'האב אנגעהויבן לערנען די ברסלעבע ספרים איז מיין טאטע הרה''ח רבי יהוסף געווארן אביסל צושטורעמט, הלמאי כ'טו עפעס וואס די רבי (רבינו הק' מסאטמאר) האט נישט רעקאמענדירט.
זעמיר דאן צוזאמען אריין אל הקודש פנימה, און די טאטע האט פארגעלייגט די מבוכה.
די רבי איז שוין דאן געווען קראנק און שוואך, און ווען מיין טאטע האט גענדיגט פארלייגן די שאלה, האט זיך די רבי מיטאמאל אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און זיך צופייערט,
''אוי..... די הייליגע הייליגע רבי נחמן..... אוי.....''
עד כאן וואס ער פלעגט אלץ דערציילן.
זכותו הגדול יגן עלינו.
לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס טאקע נישט ווי @פראגרעמינג זאגט. נאר טאקע ווען דו רבי איז שוין געווען בשארית כוחותיו.

איצל פיצל האט געשריבן:פיאנא האט געשריבן:Programming האט געשריבן:נישט מדויק, ער איז שוין געווען מקושר אין ספרי ברסלב נאך אין די געזונטע יארן און ער האט אפילו געהאט עפעס א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן
די עובדה איז געווען רגיל לשונו.
'ווען כ'האב אנגעהויבן לערנען די ברסלעבע ספרים איז מיין טאטע הרה''ח רבי יהוסף געווארן אביסל צושטורעמט, הלמאי כ'טו עפעס וואס די רבי (רבינו הק' מסאטמאר) האט נישט רעקאמענדירט.
זעמיר דאן צוזאמען אריין אל הקודש פנימה, און די טאטע האט פארגעלייגט די מבוכה.
די רבי איז שוין דאן געווען קראנק און שוואך, און ווען מיין טאטע האט גענדיגט פארלייגן די שאלה, האט זיך די רבי מיטאמאל אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און זיך צופייערט,
''אוי..... די הייליגע הייליגע רבי נחמן..... אוי.....''
עד כאן וואס ער פלעגט אלץ דערציילן.
זכותו הגדול יגן עלינו.
לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס טאקע נישט ווי @פראגרעמינג זאגט. נאר טאקע ווען דו רבי איז שוין געווען בשארית כוחותיו.
כ'האב נישט געזאגט אז דאס איז די איינציגסטע עובדא אין דעם ענין. כ'דערצייל דאס וויבאלד דאס האט ער אלץ פארציילט.
אדרבה קומטס אריין. דערציילטס.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
פיאנא האט געשריבן:Programming האט געשריבן:נישט מדויק, ער איז שוין געווען מקושר אין ספרי ברסלב נאך אין די געזונטע יארן און ער האט אפילו געהאט עפעס א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן
די עובדה איז געווען רגיל לשונו.
'ווען כ'האב אנגעהויבן לערנען די ברסלעבע ספרים איז מיין טאטע הרה''ח רבי יהוסף געווארן אביסל צושטורעמט, הלמאי כ'טו עפעס וואס די רבי (רבינו הק' מסאטמאר) האט נישט רעקאמענדירט.
זעמיר דאן צוזאמען אריין אל הקודש פנימה, און די טאטע האט פארגעלייגט די מבוכה.
די רבי איז שוין דאן געווען קראנק און שוואך, און ווען מיין טאטע האט גענדיגט פארלייגן די שאלה, האט זיך די רבי מיטאמאל אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און זיך צופייערט,
''אוי..... די הייליגע הייליגע רבי נחמן..... אוי.....''
עד כאן וואס ער פלעגט אלץ דערציילן.
זכותו הגדול יגן עלינו.
נאר א האלבע מעשה! כהאב עס גהערט פונעם נפטר אליין. נאך אוי הייליגע ר' נחמן האט ער גפרעגט וועגן ר' נתן האט די רבי געזאגט כהאי לישנא '' די וועלט האט עס נישט געלערנט '' ע''כ . דער נפטר ר' שמשון האט אפגלערנט אז די רבי האט נישט דערקעגן נאר די וועלט האט עס נישט גלערנט.
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
יענע װעלט האט געשריבן:פיאנא האט געשריבן:Programming האט געשריבן:נישט מדויק, ער איז שוין געווען מקושר אין ספרי ברסלב נאך אין די געזונטע יארן און ער האט אפילו געהאט עפעס א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן
די עובדה איז געווען רגיל לשונו.
'ווען כ'האב אנגעהויבן לערנען די ברסלעבע ספרים איז מיין טאטע הרה''ח רבי יהוסף געווארן אביסל צושטורעמט, הלמאי כ'טו עפעס וואס די רבי (רבינו הק' מסאטמאר) האט נישט רעקאמענדירט.
זעמיר דאן צוזאמען אריין אל הקודש פנימה, און די טאטע האט פארגעלייגט די מבוכה.
די רבי איז שוין דאן געווען קראנק און שוואך, און ווען מיין טאטע האט גענדיגט פארלייגן די שאלה, האט זיך די רבי מיטאמאל אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און זיך צופייערט,
''אוי..... די הייליגע הייליגע רבי נחמן..... אוי.....''
עד כאן וואס ער פלעגט אלץ דערציילן.
זכותו הגדול יגן עלינו.
נאר א האלבע מעשה! כהאב עס גהערט פונעם נפטר אליין. נאך אוי הייליגע ר' נחמן האט ער גפרעגט וועגן ר' נתן האט די רבי געזאגט כהאי לישנא '' די וועלט האט עס נישט געלערנט '' ע''כ . דער נפטר ר' שמשון האט אפגלערנט אז די רבי האט נישט דערקעגן נאר די וועלט האט עס נישט גלערנט.
קען זיין. איך האב פון אים נאר געהערט די ערשטע האלב
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
ר' שמשון זצ"ל האט געריסן שטיקער פון זיך:
ער פלעגט אויפשטיין "חצות", און איינגעריסן על כבוד השכינה, גערעדט דערפון שטענדיג.
געגעסען ווייניג, און ממאס געווען באכילה.
ער האט נישט דערהויבן קיין תאוות רעות, ואפילו תאוות של היתר.
לוקסוס? פעך! וואס איז דאס בכלל?!
כבוד? וואס איז דאס?!
בעוד וואס אסאך קבוצות וקבוצות שונות אין ברסלב זענען היינט צוטאגס נישט צופיל עוסק בפועל אין אויבן דערמאנטע ענינים, ב"ה כולם דשנים ורעננים, וכן יעזור ה' להלאה [הרבה דרכים למקום, ואכהמ"ל], האט מען אבער אויף ר' שמשון זצ"ל נאך געקענט זען א שטיקטל מהות פון אן "אמאליגע ברסלבער חסיד", אויסגעמאגערט, אויסגעמאטערט, אבער פרייליך און מונטער, אן א מינוט פארברענגען.
ער פלעגט אויפשטיין "חצות", און איינגעריסן על כבוד השכינה, גערעדט דערפון שטענדיג.
געגעסען ווייניג, און ממאס געווען באכילה.
ער האט נישט דערהויבן קיין תאוות רעות, ואפילו תאוות של היתר.
לוקסוס? פעך! וואס איז דאס בכלל?!
כבוד? וואס איז דאס?!
בעוד וואס אסאך קבוצות וקבוצות שונות אין ברסלב זענען היינט צוטאגס נישט צופיל עוסק בפועל אין אויבן דערמאנטע ענינים, ב"ה כולם דשנים ורעננים, וכן יעזור ה' להלאה [הרבה דרכים למקום, ואכהמ"ל], האט מען אבער אויף ר' שמשון זצ"ל נאך געקענט זען א שטיקטל מהות פון אן "אמאליגע ברסלבער חסיד", אויסגעמאגערט, אויסגעמאטערט, אבער פרייליך און מונטער, אן א מינוט פארברענגען.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
געדענק איך נאך, ווען ער האט געשלעפט באקסעס טיילס פון ניו יארק ביים בויען זיין מקוה אין אומאן [ערגעץ אין די סוף נו"ן יארען אדער תחלת סמ"ך]
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
פארציילט אן אייניקל וואס האט זיך אמאל אונטערגעהערט דעם זיידנ'ס התבודדות אין וואלד נעבן קרית יואל, האט ר' שמשון געוויינט און געבעטן א גאנצע שעה: "רבוש"ע העלף מיך איך זאל פילן אין מיין עסן א טעם פון האָלץ".
דער איד האט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן עולם הזה, געלעבט א לעבן פון העכערקייט, פרישות און יראת שמים וואס לאזט זיך גארנישט זאגן.
ווי האט עמיצער ריכטיג געזאגט "ר' שמשון האט געטראכט פון דעם היינטיגן טאג, יום פטירתו, יעדן איינציגן טאג פון זיין לעבן". ביי די חתונות פון די אייניקלעך פלעגט ער טאנצן אינמיטן מיט דעם ברסלב'ער ניגון "עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון" און טרערן זענען גערינען פון זיינע אויגן די גאנצע צייט.
ר' שמשון האט געהאט אן אלטן אויסגענוצטן מאטראץ, ממש געציילטע יאר צוריק, שוין זייענדיג גאר שוואך און קראנק, האבן אים די קינדער געקויפט א נייעם מאטראץ, אבער ר' שמשון האט זיך אנטזאגט דאס צו נוצן, ס'איז צו באקוועם און ער וועט נישט קענען אויפשטיין פרי פארטאגס פון שלאפן אויף אזא מאטראץ...
זיין דביקות צו רבי נחמן און צום ספה"ק ליקוטי מהר"ן האט גארנישט געהאט קיין שאץ. ראש השנה תש"פ איז ער געפארן קיין אומאן מיט מסירת נפש כפשוטו, גאנץ חודש אלול איז ער געווען אין שפיטאל מיט שווערע טריעמענטס אבער אויף ראש השנה איז ער געפארן זייענדיג שוואך ווי א פליג, ווען די געשוויסטער האבן אים פרובירט צו אפרעדן האט ער געזאגט בצחות לשונו "איך האב אייך נישט געפאלגט דאס ערשטע מאל ווען איך בין געפארן און כ'וועל ענק נישט פאלגן אויך די לעצטע מאל"... מזלא חזי, דאס יאר האט ער זיך נאך אנגעשטרענגט צו קומען דאווענען מיט'ן קיבוץ אין קרית יואל אבער יענץ איז טאקע געווען זיין לעצטע ראש השנה אין אומאן.

און די לעצטע שוואכע יארן טראץ אלע זיינע שוועריקייטן האט ער זיך כמעט נישט געלאזט באדינען.
געדענק איך איינמאל האמיר אים געזען זיך אריינקוועטשן אין א קליינע ספרים געשעפט, זיין זון האט זיך געקריגט מיט אים ער זאל בלייבן אין אויטא, ער איז אבער יא אליין אריין אינעם געשעפט, און שוואכערהייט געשלעפט ספרים...
א מין השגה אין ליצנות מאכן פונעם גוף.
געדענק איך איינמאל האמיר אים געזען זיך אריינקוועטשן אין א קליינע ספרים געשעפט, זיין זון האט זיך געקריגט מיט אים ער זאל בלייבן אין אויטא, ער איז אבער יא אליין אריין אינעם געשעפט, און שוואכערהייט געשלעפט ספרים...
א מין השגה אין ליצנות מאכן פונעם גוף.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
?Who spoke by levaya
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
רבי שמשון איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך געוואגט צו מאכן א טומעל אין אומן בכלל חסידי ברסלב איבער קנאות, ווען ער האט אויפגעמאכט אן אייגען שטובל, א מקום ד' על ד' ווי די סאטמערע ברסלבע האבן זיך געקענט מתחמם זיין לאורו של רבי נחמן ובו בזמן זיך קאכן בתורת רביה"ק מסאטמאר.
באותן הימים איז געווען א חטא חמור ביי אלע ברסלבע חסידים צו זיך טיילן פונעם "קיבוץ הקדוש", אפילו ביי די גאר היימישע, אבער ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג. [מעגליך ר' א"ש שיק ז"ל, האט זיך פארדעם געטיילט, עכ"פ מחמת סיבות שונות]. צוביסלעך האבן אים אלע נאכגעמאכט, און די רעסט איז היסטאריע, היינט קען מען נישט ציילן וויפיל מנינים ס'דא אין אומאן.
עטליכע בילדער פון זיין שול און חצר אין אומאן, פון תשס"ז. בשעת ער האט עס געבויעט, האט ער נישט געחלומט אז ער דארף א פלאץ מער פון א מנין. היינט איז עס שוין פיל פארגרעסערט, זיי דאווענען אין א אהל וואס מ'בויעט אויף אינעם חצר הבנין.
אין דעם שול הענגט פראמינענט א אזהרה אז ווער עס גייט צו די בחירות קען דארט נישט זיין א ש"ץ אדער עולה זיין לתורה.
חלק המזרח של הבית המדרש (מ'זעט א דברי יואל אדער א ליקוטי מוהר"ן?...)
די אזהרה!
דער בהמ"ד פון אינדרויסן, זיין קווארטיר, און די חצר.
באותן הימים איז געווען א חטא חמור ביי אלע ברסלבע חסידים צו זיך טיילן פונעם "קיבוץ הקדוש", אפילו ביי די גאר היימישע, אבער ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג. [מעגליך ר' א"ש שיק ז"ל, האט זיך פארדעם געטיילט, עכ"פ מחמת סיבות שונות]. צוביסלעך האבן אים אלע נאכגעמאכט, און די רעסט איז היסטאריע, היינט קען מען נישט ציילן וויפיל מנינים ס'דא אין אומאן.
עטליכע בילדער פון זיין שול און חצר אין אומאן, פון תשס"ז. בשעת ער האט עס געבויעט, האט ער נישט געחלומט אז ער דארף א פלאץ מער פון א מנין. היינט איז עס שוין פיל פארגרעסערט, זיי דאווענען אין א אהל וואס מ'בויעט אויף אינעם חצר הבנין.
אין דעם שול הענגט פראמינענט א אזהרה אז ווער עס גייט צו די בחירות קען דארט נישט זיין א ש"ץ אדער עולה זיין לתורה.
חלק המזרח של הבית המדרש (מ'זעט א דברי יואל אדער א ליקוטי מוהר"ן?...)
די אזהרה!
דער בהמ"ד פון אינדרויסן, זיין קווארטיר, און די חצר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
שטייגען האט געשריבן:סראלי האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:בד"ה הרה"צ רבי שמשון ב"ר יהוסף שווארץ זצ"ל קרית יואל
ווער זענען זיינע קינדער?
שמואל אהרן
ברוך נחום חתן בריזל ארץ ישראל
נחמי חתן דודו רבי מנשה מאיער אבד״ק גרינוויל
בנו נחמן חתן יודא לייבוש ענגל
בנו נתן יושע חתן רבי מענדל גערטנער
בנו יהוסף
חתן אהרן יצחק ברוין
חתן לעפקאוויטש
חתן גאלדמאן
און א זייטיגע קרישקעלע, זיין זון נחמי' האט היינט א שידוך געטוהן מיט א זון דא און לאנדאן, און פארשטייט זיך אז די אבי החתן ר' נחמי' איז נישט געקומען צו די שידוך...
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
און נאך 2 בילדער
די חצר, דארט בויעט מען היינט צוטאגס דעם אהל הגדול.
רבי משה קרעמר שליט"א כאפט א שפאציר נעבן דעם בהמ"ד. אויך ווערט געזען אויף די טרעפ נכדו היקר.
די חצר, דארט בויעט מען היינט צוטאגס דעם אהל הגדול.
רבי משה קרעמר שליט"א כאפט א שפאציר נעבן דעם בהמ"ד. אויך ווערט געזען אויף די טרעפ נכדו היקר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
זיין גרעסטע גבירות הנפש איז געווען פאריאר בימי קורונה, ר' שמשון האט געזאגט אויב די רצון השם איז נישט צו פארן איז נישט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
קארן האט געשריבן:שטייגען האט געשריבן:סראלי האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:בד"ה הרה"צ רבי שמשון ב"ר יהוסף שווארץ זצ"ל קרית יואל
ווער זענען זיינע קינדער?
שמואל אהרן
ברוך נחום חתן בריזל ארץ ישראל
נחמי חתן דודו רבי מנשה מאיער אבד״ק גרינוויל
בנו נחמן חתן יודא לייבוש ענגל
בנו נתן יושע חתן רבי מענדל גערטנער
בנו יהוסף
חתן אהרן יצחק ברוין
חתן לעפקאוויטש
חתן גאלדמאן
און א זייטיגע קרישקעלע, זיין זון נחמי' האט היינט א שידוך געטוהן מיט א זון דא און לאנדאן, און פארשטייט זיך אז די אבי החתן ר' נחמי' איז נישט געקומען צו די שידוך...
ער איז געווען אין עירפארט בשעת די ביטערע שמועה איז געקומען.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל
איך האב אפאר מאל געהערט פון עהם די מעשה ווען ער איז געפארן קיין אומאן אינטער די קאמאנסיטן, אין ווי מהאט זיי איינגעשפארט, אין מהאט גערעדט דארט פון מיתה,
פלעגט עס דערציילן יעדע יאר סוכות ביי די יארצייט סעודה פון רבי נחמן.
ער פלעגט זיך באדאנקן פאר אלע מענטשן וואס פלעגן קומען דאווענן ביי עהם אין שול

..