פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:58 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:ביידען צו דזשאנסאן: די פלאץ דא איז הערליך, איך וויל נישט אהיימגיין

גרעדע נישט קיין שלעכטע געדאנק.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:03 am

image (4) (2).png
image (4) (2).png (174.96 KiB) געזעהן 324 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:57 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ביידן: גלאבאלע אנווארעמינג איז די גרעסטע קריזיס וואס דראט אויף אמעריקע.

92346.jpeg
92346.jpeg (126.95 KiB) געזעהן 267 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יוני 11, 2021 5:34 am

נעכטן ווען פרעזידענט ביידען איז אנגעקומען קיין ענגלאנד, איז ער צוגעפארן צו אן אמעריקאנער מיליטערישע באזע, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך טויזנטער אמעריקנער זעלנער וואס זענען דארט פלאצירט.

דער פרעזידענט האט געגעבן א פאטריאטישע רעדע, וואו ער האט געזאגט צווישן אנדערע: "אונז גיי מיר עס מאכן קלאר. אז די פאראייניגטע שטאטן איז צוריק, און דעמאקראטיעס איבער דער וועלט שטייען צוזאמען, זיך צו קעגנשטעלן די שווערסטע פראבלעמען, און די טעמעס וואס מאכן אויס פאר אונזער צוקונפט.
jp news
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יוני 11, 2021 5:35 am

ביידען האט אין זיין ערשטע רעדע דורכאויס זיין רייזע, שטרענג ארויסגעטרעטן קעגן דער רוסישער פרעזידענט פוטין, מיט וועם ער גייט זיך טרעפן קומענדיגע וואך.

"איך גיי זיך טרעפן מיט מיסטער פוטין, אים צו לאזן וויסן וואס איך וויל ער זאל וויסן". דא האבן זיך די זעלנער שטארק צעשריגן מיט יובל'דיגע געשרייען, צייגנדיג מאכט פארן רוסישער טראבל-מעיקער, און הונדערטער זעלנער האבן אויפגעהויבן זייערע פויסטן, און געפלאטערט די קליינע אמעריקאנער פענדלעך וואס זיי האבן געהאלטן. די רעש'יגע געשרייען פון די זעלנער, איז געווען א שטארקע צייכן אז דער שטארקסטע מיליטער אין דער וועלט - די פאראייניגטע שטאטן, שטייט פעלזן-פעסט קעגן אגרעסיעס וואס ווילן איר אונטערברענגען, און איז געווען ווי א סאלידאריטעט געשריי צו אלע אמעריקאנער אלאיאירטע.

דער פרעזידענט האט אויך געזאגט, זיך באציענדיג צו רוסלאנד: "איך בין קלאר. די פאראייניגטע שטאטן וועט רעאגירן מיט א שטארקייט, ווען די רוסישע רעגירונג פירט דורך אקטיוויטעטן צו אומסטאביליזירן דעמאקראטיע איבער דער וועלט און אין אמעריקע".
jp news
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יוני 11, 2021 5:36 am

היינט האט דער פרעזידענט געהאט א פריוואטער זיצונג מיט דער בריטישער פרעמיער-מיניסטער באריס דזשאנסאן.

אנדערש פון רוב מערב-וועלט פירער, איז באריס דזשאנסאן געווען אין גאנץ גוטע טערמינען מיטן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ. אבער דזשאנסאן איז א געריבענער פאליטיקאנט, און האט געכאפט אז ער דארף אויסדרייען דעם דאשיק, און גוט ווערן מיט טראמפ'ס שונא נומער איין, 'פרעזידענט ביידען'.

די צוויי האבן אנגעקניפט גאנץ ווארעמע באציאונגען זינט ביידען איז געווארן פרעזידענט, און כאטש ס'איז דא פארשידענע פאליטישע מיינונגס-פארשידנהייטן, איז דער באגעגעניש געווען א גאר ווארעמע.

דער פרעזידענט איז דערנאך ארויסגעקומען מיטן בריטישער פרעמיער-מיניסטער און זיין פרוי, וואו זיי האבן שפאצירט נעבן א טייך, און ווי אויך זיך באגריסט איינער דעם צווייטן פארנט פון די פרעסע מיט ווארעמע רייד.
jp news
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יוני 11, 2021 5:37 am

פרעזידענט ביידען באצייכנט זיין רייזע אלץ א צוריקקער פון אמעריקע צו שטיין אין שפיץ פון דער וועלט, ספעציעל פון די דעמאקראטישע וועלט.

ס'איז נישט קיין סוד אז פרעזידענט ביידען האט געזען דעם פריערדיגן פרעזידענט טראמפ, אלץ איינער וואס האט אראפגעקלאפט אמעריקע'ס אויסזען איבער דער וועלט, און האט זיך ארומגעאמפערט מיט אמעריקאנער אליאירטע. ביידען זעט זיין יעצטיגע רייזע אלס א צוריקדריי פון די צייטן וואס ער האלט אז אמעריקע איז געווען אפגעזונדערט און דערנידערט אין די אויגן פון דער וועלט.
jp news
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך פון אמעריקע » פרייטאג יוני 11, 2021 7:50 am

האב איך נישט געוויסט אז jp איז אפיניען, נעקסט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט